זוכט איר א חברותא אויפן שיעור?
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
זוכט איר א חברותא אויפן שיעור?
שטעלט אייך פאר, איר קומט אהיים איינס אזייגער ביינאכט פון א חתונה, איר זעצט זיך צו צום קאמפיוטער, און איר כאפט אייך ביים קאפ, וויי געוואלד, די היינטיגע שיעור האב איך נאכנישט אפגעלערנט.
וואס האב איך געטאן אין אזא פאל - פאר צען מינוט צוריק - איך שרייב זיך איין אין גוגעל-טאלק, און צו מיין פרייד באמערק איך איינעם - און נישט סתם איינעם, נאר דער ארענדער - פון קרעטשמע!
איך פרעג אים אזוי שטילערהייט (איך האב אים נישט געוואלט אויפוועקן ח"ו) אויב ער וויל אפשר לערנען מיט מיר דעם היינטיגן שיעור, ער ענטפערט מיר אז עס קיין שום פראבלעם, הגם ער האט דאס שוין געלערנט פון פריער.
מיר האבן אנגעצינדן דעם גוגעל-טאלק טעלעפאן, און א קול תורה האט אפגעהילכט אויף צוויי עקן וועלט, צוויי אידן האבן אינאיינעם געלערנט צוויי סעיפים אין קיצור שלחן ערוך, בהשגחה פרטית האבן מיר אויפן רגע פון חצות געלערנט די דינים פון תיקון חצות!
אלס א זכר צו דעם נס, גרינד איך דעם אשכול, און ווער עס זוכט אמאל א חברותא אויף צו לערנען דעם שיעור, קען זיך דא איינשרייבן, און האפנטליך וועלן זיך צוזאמשטעלן מערערע פארלעך וואס וועלן לערנען תורה ברבים, להגדיל תורה ולהאדירה בין כותלי הקרעטשמע!
א גרויסן יישר כח מר. ארענדער, און א גוטע נאכט.

- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm