הוראה חבורה אויף אייוועלט

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ג"א מצטרף, געלערנט און גע'חזר'ט, נאכאמאל איבערגעלערנט און נאכאמאל גע'חזר'ט. ומצפים לישועה, אויף די בחינה וועלכע וועט אונז אי"ה אליינס לאזן וויסן צו מ'האמיר בכלל געלערנט ווי עס דארף צו זיין...

וזוכר חסדי אבות, ומביא גואל. מיר בעטן ר' חסדי אבות זאל אין אוז געדענקען, עשה למענינו אם לא למענך...
געשטימט פאר ראשעק הול
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

עס איז באשלאסן געווארן אז די בחינה וועט זיין אויפן גאנצן סימן אויפאמאל. די וואך דארף מען לערנען ביז סוף פונעם סימן און קומענדיגע זונטאג וועט זיין א בחינה אויף סימן פז.

אויב דער ציבור וועט בעטן א וועכנטליכע בחינה, וועט מען זיך צושטעלן צום דעת הציבור.
לעזער פ.
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעזער פ. »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:דער עולם דארף מער מגיב זיין ווי אזוי די זאך פארט אזוי הרב לכאורה האט געטוען. דאס איז די גרויסע מעלה פון א חבורה, אז איינעק איז מחזק דעם צווייטען.

גא"מ

מיר ווילן אפעלירן צו חשוב'ן ראש החבורה אז ער זאל זיך דרייען מער אין ביהמ"ד אויב דאס איז נישט מעגליך אפשר קען מען שטעלן א סגן ראש החבורה וואס וועט כסדר אפדעיטן סיי בכמות - וואס די שיעור השבוע איז און סיי באכות - קשיות ותירוצים הערות ובחינות.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח חסדי אבות פאר די פריידיגע מעלדונג.
משגיח תמידי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח תמידי »

א גרויסן יישר כח חסדי אבות, גיימיר זיך שוין צוריק זעצן לערנען
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

חסדי אבות האט געשריבן:עס איז באשלאסן געווארן אז די בחינה וועט זיין אויפן גאנצן סימן אויפאמאל. די וואך דארף מען לערנען ביז סוף פונעם סימן און קומענדיגע זונטאג וועט זיין א בחינה אויף סימן פז.

אויב דער ציבור וועט בעטן א וועכנטליכע בחינה, וועט מען זיך צושטעלן צום דעת הציבור.


שכוח פארן אפדעיט.
וואלט געווען מומלץ אז אלע אפדעיטס זאל מען שיקן אויפן אימעיל גרופע, אזוי אז אפילו איך קום נישט אריין דא, זאל איך אויך קענען מיטהאלטן.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א גוט יאר טייערע בני החבורה, דא רעדט לכאורה, איינער פון די לומדים.

אך ווי גוט עס שפירט זיך ב"ה אויפצושטיין פארטאגס, א זאך וואס איך האב שוין יארן נישט געטוהן. די גוטע געפיל הייבט זיך שוין אן ביינאכט, ווען מען לייגט זיך ווי א מענטש. מען שטעלט אן דעם וועקער זייגער אויף גאר פריה, און מען שפרינגט ארויס מיט א חשק, ווייל.... מען האט די זכי' צו לערנען "יורה דעה"! א לימוד וואס מען וויל שוין זייער לאנג לערנען און קענען און זיך פארהערן, און יעצט האט זיך בעז"ה געמאכט א געלעגנהייט דאס צו טוהן מיט א כח הרבים, בזכות אייוועלט און ר' חסדי אבות און דער חשוב'ער ראש החבורה שליט"א.

לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל פון די לעצטע 2 וואכן, בעסער געזאגט די ערשטע 2 וואכן פון דעם לאנגן ווינטער זמן. בסייעתא דשמיא האט מען זוכה געווען דערווייל צו ענדיגן 2 גאנצע סימנים אין הלכות בשר בחלב! (ששש, זאג נישט אויס פאר די דרויסנדיגע אז די צווייטע סימן פארמאגט בלויז 2 סעיפים און פארנעמט קוים אן עמוד אין שו"ע... מיר האבן דאס היינט אינדערפרי געלערנט ב"ה אין א דריי-פערטל שעה צייט).

ווי שוין געשריבן (און איך בין דארט אריינגעקומען אביסל אומריכטיג), לערנען מיר דעם שיעור השבוע איינמאל במשך זונטאג-מאנטאג-דינסטאג, דאן חזר'ט מען דאס איבער במשך מיטוואך און דאנערשטאג, געווענליך בלייבט שוין איבער דער פרייטאג אויף צוצולערנען טור ובית יוסף, און נאכדעם לערנען מיר איבער דעם מחבר רמ"א און באר היטב אלס א דריטע חזרה.

די פארגאנגענע וואך האב איך צום ערשטן מאל צוגעלייגט אייגענע צייט אויף חזרה (לערנען בחברותא איז א געוואלדיגע זאך, אבער איך האב נאך אלץ א געפיל צו לערנען מיט מיר אליינס... זייענדיג צוגעוואוינט אזוי פון יארן). שבת אינדערפרי האב איך גענומען א "שולחן ערוך המבואר" פון עוז והדר וואס איז א כמו מתיבתא גמרא, מיט הערליכע ביאורים אויף יעדן ווארט אין מחבר רמ"א ט"ז און ש"ך, מיט הערות פון אונטן וואס עפענען די אויגן פונעם לערנער. איך האב נישט געהאט צופיל צייט (מוסר דרשה צו מיר: וואלסט געקענט פרייטאג צונאכטס אויך אריינלייגן א שעה צוויי, ביסט פשוט פויל געווען צוצוגיין צום שוהל...) בין איך נישט אנגעקומען צו חזר'ן מער ווי די ערשטע 2 סעיפים. מוצאי שבת בין איך געווען אין אן אנדערן שוהל (דערווייל ווייס איך בלויז פון איין שוהל אין מיין געגנט וואס פארמאגט דעם אויבנדערמאנטן שו"ע המבואר), האב איך במשך איין שעה איבערגעלערנט סעיפים ג-ד-ה מיט א קלארקייט ב"ה. היינט אינדערפרי אויפן וועג צום בית המדרש האב איך פרובירט פון אויסנווייניג צו מאכן א שטיקל חזרה, אזוי האב איך מיך איבערצייגט אז מען קען נאך נוצן אסאך מאל חזרה ביז דאס לערנען וועט זיין מחודד בפה שאם ישאלך אדם אל תגמגם.

אבער ב"ה מען לערנט! מען לערנט און מען חזר'ט. און ב"ה אז דער חברותא איז זייער ערנסט דערביי, ער שלעפט זיך פון דערווייטנס יעדן פארטאגס און מען פרובירט צו לערנען א גאנצע שעה יעדן טאג און אויסנוצן יעדן רגע פון דעם דעזיגנירטן שטונדע אך ורק אויף "יורה דעה", מחבר רמ"א ש"ך און ט"ז.

יעצט צו די פראגע וואס יעדער האט אויפן געדאנק: וואס טוהט זיך מיט די בחינה?

האב איך באקומען נייעס פון די הונטער די קוליסן אז דער בחינה איז בעצם גרייט, נאר פארשידענע זייטיגע מניעות און עיכובים האלטן דאס צוריק פון ווערן ארומגעשיקט פאר די מיטגלידער (כשאני לעצמי פריי איך מיך גראדע... איך נוץ אויס די געלעגנהייט צו חזר'ן נאכאמאל, צו באקומען א 100 אויפן בחינה).

איך האף אז דער איבריגער עולם איז פונקט אזוי אנטוזיאסטיש ווי מיר, און מען האלט זיך נישט אפ פון פארזעצן מיטן לימוד טראץ דעם עיכוב פונעם בחינה. מיר האפן אז די חבורה וועט ווייטער אנהאלטן און מצליח זיין, ווי עס איז באשטימט דער טיפער און הארציגער וואונטש פון אונז אלעמען.

חזק חזק ונתחזק - תורה איז פון די זאכן וואס ברויכן חיזוק - לאמיר זיך האלטן פעסט און אנגיין מיטן כח הרבים ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

שכח לכאורה פארן קריטישן אפדעיט.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

במקום שאין אנשים השתדל להיות איש

היות "חסדי אבות" האט נישט געמאלדן וואס די שיעור השבוע איז, וועל איך נעמען די מוט און דרייסקייט צו באשליסן פאר אנשי חבורתינו אז דער שיעור פון פרשת וירא איז "סימנים פ"ח און פ"ט".

דאס איז באזירט אויף מיין פריוואטע ערפארונג במשך די לעצטע 2 וואכן, אז איך קום אן דעם שיעור במשך די ערשטע דריי טעג פון די וואך, און די איבריגע דריי טעג מאכט מען חזרה.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

לכאורה, יישר כוחך וחילך לאורייתא!!!

איך שטעל זיך פאר אז אלע מעמבערס אין די חבורה קומען אריין כאטש איינמאל א טאג אין דעם אשכול צו קוקן אויב עס איז דא עפעס נייעס. מילא קומט זיך א גרויסן שכוח פאר די אלע וואס שרייבן דא סיי וואס.

איך בין נאך ברוך השם פעסט אין די זאך, און איך שטעל זיך פאר אז נאך חברים זענען נאך פעסט אין די חבורה. עס וואלט לכאורה געווען א פאסיגע זאך אז דער עולם זאל כאטש פאנטשן דא, אז מען זאל וויסן אז דער עולם איז נאך "אין".

און נאכאמאל הרב לכאורה יישר כוח פארן נעמען די לייצעס אין די האנט אריין!

למעשה וואס טוט זיך מיט די שאלות? עס איז גראדע נישט אזא שווערע דזשאב, איינער וואס לערנט עס גוט דורך, קען זייער גרינג מאכן שאלות און איינצייטיג אריינכאפן א שנעלע האלבע/דרייפערטל שעה'יגע חזרה כוללת אויף די גאנצע סימן.
בליץ
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בליץ »

איך האב אנגעהויבע אן א חברותא, למעשה איז עס שווערער צו לערנען אליין ווי איך האב מיר גערישט... אלזא אויב איינער זיכט א חברותא ביטע שיקטס מיר אן אישי...
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

לכאורה, יישר כח פארן אריינקומען.

אויב קענסטו ארויפלייגן די שיעורים, און וועלעכע נושא כלים מען לערענט, און אביסל מער פרטים.

ייש"כ
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך אליינס האב נישט מער פרטים ווי דאס וואס שטייט שוין אין דעם אשכול.

מען לערנט מחבר - רמ"א - ט"ז - ש"ך

מען האט אנגעהויבן א' נח סימן פ"ז אין יו"ד, און יעצט האלט מען פ"ח-פ"ט
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

נאך אינטערשטעליג
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פראגע צו די לומדים:

לויטן פשוט'ן פלאן דארף מען דיזע וואך לערנען סימן צ' ("כחל"). האט אבער איינער פארגעשלאגן אז מען זאל ווידמען א וואך אויף חזרה, איבערצוגיין אין קורצן די לימודים פון די פארגאנגענע 3 וואכן (סימנים פ"ז-פ"ט).

געווענליך וואלט מען אזא פראגע געפרעגט דעם ראש החבורה, אבער מחמת סיבות שונות איז אוממעגליך צוצוקומען צו אים אויפן מאמענט. איז אויף דערווייל, וואס האלט דער עולם?

ביטע רופט אייך אן ווי פריער, מען דארף שוין אנהייבן סימן צ', אדער חזרה.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

לענ"ד זאל מען מאכן א חזרה די וואך, און האפן אז סוף וואך זאל מען שוין זען די ערווארטעטע בחינה, והכל על מקומו יבוא בשלום. אזוי זאלן אויך די וואס האבן אביסל געפאנפעט האבן א געלעגענהייט זיך צירוק צו כאפן.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ווען גייט מען צו די אורח חיים חבורה?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עמי בבית? ארויס פון דא!...

מ'בעט אלע יורה-דעה'סטן צו קומען אפגעבן זייער שטומע
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דער רבי קוקט אויס ווי א פארוואלקענטע זונטאג...
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

איך בין גרייט אויף א חזרה, די שאלה איז נאר צו מען גייט דערנאך אויך לערנען כחל, אדער מען גייט עס אויסלאזן (אזוי ווי אין די ישיבות)?
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

מתבונן האט געשריבן:לענ"ד זאל מען מאכן א חזרה די וואך, און האפן אז סוף וואך זאל מען שוין זען די ערווארטעטע בחינה, והכל על מקומו יבוא בשלום. אזוי זאלן אויך די וואס האבן אביסל געפאנפעט האבן א געלעגענהייט זיך צירוק צו כאפן.

---
@שטעלונג, אז מ'לערנט נאר מחבר רמ"א פעלט נישט אויס אויסצולאזן סי' צ',
#מיין שטעלונג
הק' איש ימיני
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אויב מיינע צווי סענט זענען מאסגעבנד דא, דוכט זיך מיר אז אין טייל ישיבות הייבט מען אן סימן צ"א, ווייל פון דארט און ווייטער איז מער ווי איין סוגיא, בעת וואס סימנים פ"ז-צ' זענען נישט פארבינדן איינס מיטן צווייטן.

ממילא מאכן חזרה פונקט יעצט, און צוזאמשטעלן סי' צ' מיט די שפעטערע סימנים, איז נישט קיין עסק, זוי מיינעך. ובכלל, סי' צ' איז נישט אזוי גרויס, און מ'קען נאך אנהויבן חזרה דיזע וואך.

און פאר דעם וואס פרעגט צו מען גייט עס לערנען, וויל איך ענטפערן, אממ, שוין, כ'זאג נישט. ווייסטע וואס, כ'זאג יא, אם לא עכשיו אימתי?! ס'איז א חלק פון די תורה הק', און אז עס קומט אונטער אינמיטן סדר הלימוד, זאל מען אויסלאזן?! חס מלהזכיר, וכל האומר שמועה זו נאה וכו'.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

פארקערט, איך האב געוואלט שטופן דאס לערנען כחל וואס לערנענדיג אין ישיבה האט מען עס - גיי ווייס פארוואס - אויסגעלאזט און איך האב געהאפט אז דא אין די חבורה וועט מען עס יא לערנען.

איך פריי זיך זייער שטארק צו לערנען סי' צ'.
א שטילער איד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטילער איד »

פשטות וועט מען גארנישט פארשטיין אין סימן צ' וואס אפילו נאכן לענען גאנץ בב"ח און תערובות איז עס נישט אזוי לייכט
איך גלייב אז מדארף עס אויסלאזן און זיך נעמן צו צ"א וואס דארט הייבט זיך אהן די לעבעדיגע סוגיות
כנלענ"ד לכאורה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער שטילקייט דא מאכט מיך טויב... וואו איז דער עולם?

מען ענדיגט יעצט 4 וואכן, א פולע חודש בלימוד יורה דעה. אונזער חברותא האט שוין ב"ה מסיים געווען פ"ז-צ' און מען האט שוין אנגעהויבן חזרה וואס וועט האפנטליך דויערן א וואך-צוויי און דערנאך וועלן מיר זיך אליינס פארהערן אי"ה, אויב מיר וועלן נישט הערן פון די ראשי החבורה ביז דאן.

איז איינער דא? איז יעדער ח"ו ארויסגעפאלן?
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”