היימישער אינגערמאן האט געשריבן:יעצט וועגן לא תבשל, זע איך כמה וכמה מדריגות.
1. קאכן א שטיקל פלייש אין מילך ע"ג האש.
2. קאכן אדער זיך אנרירען אין א כלי ראשון אדער גאר א כלי שני.
3. כבוש ומליח.
ביז אהער האט נאך אלס א שייכות מיט בישול עכ"פ מדרבנן.
אבער פון דא און ווייטער האט שוין בכלל נישט קיין שייכות מיט בישול אבער איז נאך אלס אסור מדרבנן.
4. עסן צוזאמען א סענדוויטש פון א שטיקל קאלטע פלייש צוזאמען מיט פוטער.
5. עסן פלייש און א רגע דערנאך עסן מילך אן קינוח והדחה וכולי.
6. עסן פלייש און עסן מילך נאכדעם מיט קינוח והדחה אבער אן די הפסק וואס פעלט אויס (שש שעות).
די זאכן וואס זענען נישט קיין געהעריגער בישול מדאורייתא, נאר די חכמים האבן געאסרט, קען מען אנהייבען דן צו זיין צו די חכמים האבן עס געאסרט אפילו ביי בשר עוף. לכאורה קען מען זאגן אז עס קען שוין אריינגיין אינעם ענין פון גזירה לגזירה. ביי וואסערע מדריגה שוואכער ווערט די שאלה מער בולט.
איז אזוי, באמת די גמרא אליינס רעדט שוין וועגן דעם נקודה פון גזירה לגזירה גלייך אנפאנג כל הבשר, און אביי זאגט אז די חכמים האבן געמאכט גזירות אפילו ביי בשר עוף מדרבנן..
צוריק צום לא תבשל. מיר ווייסען שוין אז אלע בהמות טהורות זענען אסור מדאורייתא ווייל זיי זענען נכלל בכלל גדי כמבואר בגמרא חולין קי"ג. יעצט אין די תורה שטייט לא תבשל, סא פשטות מיינט עס מען טאר נישט קאכן, אבער עסן מאן דכר שמיה?
אויף דעם איז דא דער באקאנטער דרש נאמר ג פעמים, א' לאיסור בישול, א' לאיסור אכילה, א' לאיסור הנאה. די תורה האט עס אבער געזאגט בלשון בישול אז אפילו די
איסור אכילה און איסור הנאה איז נאר אויב עס איז שוין געקאכט. אבער נישט געקאכט נאר סתם עסן צוזאמען איז מותר לכתחילה מדאורייתא, און די גמרא דריקט זיך טאקע אויס אז בב"ח חידוש היא דאי תרו ליה כולי יומא בחלבא שרי בשיל ליה בשולי אסור.
יעצט וואס טועט זיך מיט נאמבער 2 איינער קאכט אויף א טאפ מילך, און ער נעמט עס אראפ פון פייער און ער לייגט צו צו דעם א שטיקל פלייש אינעם כלי ראשון ווערט מבואר קלאר אין די גמרא חולין ק"ד אז דאס הייסט געהעריג לא תבשל און איז אסור מדאורייתא. ווידער אויב איז עס א "כלי שני" איז עס מותר מדאורייתא צו עסן.
וז"ל הגמרא (על הקושיא למא גזרו להעלות בשר עוף בחלב על שלחן אחד)
הכא אי שרית ליה לאסוקי עוף וגבינה אתי לאסוקי בשר וגבינה, ומיכל בשר בחלב דאורייתא, מתקיף לה רב ששת סוף סוף צונן בצונן הוא, אמר אביי גזירה שמא יעלה באילפס רותח, סוף סוף כלי שני הוא וכלי שני אינו מבשל, אלא גזירה שמא יעלה באילפס ראשון.
איז אזוי, דער חילוק פון כלי ראשון און כלי שני איז לאו דוקא ווייל א כלי ראשון איז בולע און כלי שני נישט (הגם להלכה נעמט מען דאכטזעך אזוי אן, אויב איך האב נישט קיין טעות האלט דער פר"ח אז כלי שני איז אויך "בולע") ווייל בליעה אליינס אסרט נאך נישט מדאורייתא (למשל ע"י כבוש אדער מליח) נאר דוקא "בישול" און בישול הייסט נאר א כלי ראשון כמבואר בהלכות שבת.
(פאלט מיר יעצט איין א שאלה, ביי הלכות שבת ווייס מיר דאך אז אין בישול אחר בישול, איז דא אזוי מין זאך לגבי לא תבשל אויך? אז א איד נעמט א געקאכט שטיקל פלייש און געקאכטע מילך און ער קאכס עס נאכאמאל איז ער עובר אויף לא תבשל?
וואס טועט זיך אויב ער קאכט רויע פלייש כמאכל בן דרוסאי?
און וואס דארף ווערן געקאכט דער פלייש, אדער עס איז גענוג אז די מילך ווערט געקאכט. די לשון הפסוק איז דאך לא תבשל גדי, און נישט לא תבשל חלב. מן הסתם ווערען די זאכן מבואר ערגעץ, הגם להלכה איז אפשר נישט קיין גרויסע נ"מ וויבאלד מדרבנן איז דאך אסור אפילו שלא ע"י בישול און נאר מיט א בליעה וכולי)
ווייס מיר שוין לכאורה א) אז כלי ראשון איז אסור מדאו' ב) כלי שני מותר מדאורייתא וכ"ש צונן בצונן, וכ"ש בשר וחלב בלי הפסק קינוח והדחה וק"ו ב"ב של ק"ו בלי הפסק שעה און ו' שעות הכל אסור רק מדרבנן. ג)כבוש ומליח אויך מותר מדאורייתא ואסור מדרבנן (איך ווייס נאך נישט צו די חכמים האבן געאסרט צו מאכן כבוש ומליח אן עסן, ברויך מען נאך לערנען).
וואס טועט זיך איינער טינקט איין פלייש אין מילך און ער גייט עס בראטן דאס איז דאך צלי נישט בישול נאר צלי, איז ער עובר מדאורייתא?
האף מיר אי"ה ממשיך זיין איבער דעם נושא.
(מבואר בגמרא סנהדרין ד' דא"ל לומר בחלב אמו בצירי דדרך בישול אסרה תורה ולא דרך טיגון ולכאורה ה"ה לצלי)