שאלות און קאמענטארן אויפן שיעור בספר "מטה אפרים"

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

שאלות און קאמענטארן אויפן שיעור בספר "מטה אפרים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איך שלאג פאר, אז לכבוד די ימים הנוראים הממשמשים ובאים, זאל'ן די מנהלים פארלערנען יעדן טאג אין 'שיעור היום', א שיעור (נוסף), בספר 'מטה אפרים'.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ברוך שכיוונתי!

ביי די מנהלים מיטינג וואס איז פארגעקומען אין מנהלים אשכול, נאכדעם וואס יאנאש האט פארגעשלאגן דעם רעיון פון "שיעור הקהילה", האט מען ארומגעשמועסט וואס מען זאל לערנען, האב איך דאן פארגעשלאגן אז מען זאל לערנען דעם ספר מטה אפרים, וואס איז ממש ענינא דיומא פון ט"ו באב ואילך, וואס ווי באקאנט הייבן זיך שוין דאן אן די ימים הנוראים.

אבער מיין דעת יחידאה איז לדאבוני אפגעווארפן געווארן דורך א מערהייט מנהלים, וועלכע האבן געוואלט לערנען א לימוד וואס איז נישט בינדענד צום טאג אדער חודש. (איך האב אויך פארגעשלאגן אז מען זאל לערנען אין קיצור שלחן ערוך די סימנים פון ר"ה יוה"כ און סוכות וועלכע זענען יעצט אקטועל, אבער דאס איז אויך נישט באשטעטיגט געווארן דורך מיינע חשוב'ע קאלעגעס).
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איך גלייב אז צוויי שיעורים וועט נישט שאטען טאמער איינס וועט באצייכענט ווערען אלץ שיעור היום און די אנדערע אלץ ענייני דיומא.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

בעזרת השם יתברך גייען מיר פארלערנען א שיעור אין מטה אפרים יעדן טאג פון יעצט ביז ראש השנה, און האפענטליך אויך ווייטער ביז סוכות. מיר וועלן אנהויבן פון דעם ערשטן סימן תקפ"א סעיף ד' (ביז אהין איז די הקדמה און ס'רעדט זיך פון ביז ראש חודש), יעדן טאג צוויי סעיפים אי"ה. מיר וועלן דאס ארויפשטעלן אויף לשון הקודש, און מ'וועט פרובירן צו איבערטייטשן אויף אידיש. ווער ס'קען ארויסהעלפן מיט איבערטייטשן זאל זיך מעלדן צו מיר אין אישית אדער גוגל טאלק.

דא האט איר אן העתקה אין אידיש פון די הקדמה (סעיף א') פון דער בעל מטה אפרים:

פון ראש חודש אלול און ווייטער זענען די ימי הרחמים והסליחות און די ימי רצון, און יעדער מענטש דארף זיך אויפוועקן דאס הארץ צו טוהן תשובה, צו מכפר זיין אויף וואס ער האט געזינדיגט פון ווען ער איז געבוירן, און כדאי ער זאל ארויסקומען זכאי ווען דער רבוש"ע וועט אים משפט'ן אום ראש השנה.
איך האב געטראכט, אז ס'איז גוט צו שרייבן א סדר פון די התנהגות אין די הייליגע טעג פאר די פילע צווישן כלל ישראל וואס מוטשען זיך און זענען טרוד אלע טעג, זיי האבן נישט קיין צייט צו לערנען די הייליגע תורה, אבער ווען ס'קומט די הייליגע טעג טוט זייער הארץ גליסטן און זיי זענען משתוקק צו וויסן וואס איז די ריכטיגע וועג. איז וויבאלד זיי האבן נישט קיין צייט צו נאכקוקן און לערנען ספרים וואס לערנען די וועג צו עבודת השם, און זיי זוכן א קורץ געשריבענע ספר וואס זאל זיי פירן אויף די ריכטיגע טריט צו וויסן וואס איז הייליג און וואס נישט, מ'זאל נישט פארקריכן רעכטס און לינקס, דערפאר האב איך זיך אנגערגארטעלט צו שרייבן די מנהגים און הלכות וואס איז נוגע פון ווען מ'בלאזט שופר אום ראש חודש, ביז די ענדע פון פערציג טאג ווען ס'איז די צייט פון נעילת שערים.
איך האב מסדר געווען די ספר אויפ'ן סדר פונעם שולחן ערוך, און כ'וועל נישט מאריך זיין , און אויך נישט זאגן מיינע מיינונגען, נאר כ'וועל שרייבן די עיקר דינים שנעל, קורץ און שארף .
און אין זכות הרבים וועל איך זיך שטארקן, און כ'בעט צום באשעפער אז כ'זאל חלילה נישט נכשל ווערן, און דער הייליגער באשעפער זאל מיר העלפן אז כ'זאל זיין זוכה און מזכה זיין כלל ישראל מיט מיר, ולב רבים להטות למטה אפרים.


שיעור היום
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח לחיים ולברכה, זכות הרבים תלוי בך, והמזכה את הרבים אין חטא בא על ידו.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

יישר כח פרשנדתא פאר'ן זיך אנטראגן צו איבערטייטשן דעם שיעור היום אין אידיש.
חזק ואמץ.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א הילכיגן יישר כח פארן מתורגמן פרשנ-דתא וואס טייטשט איבער די געזעצן פונעם מטה אפרים אויף לשון המדוברת בינינו.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שכוח ואת, פרשנדתא ואת.
An article a day keeps the babies away
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

נאכאמאל, א גרויסן שכח פאר פרשנדתא פאר'ן איבערטייטשן, כ'מיין כ'על דיר מודיע זיין יעדן טאג תיכף ווען כ'לייגעס ארויף. אדער גאר געבעך דיר די גאנצע פייל און דו נעמסט איבער מיין ארבייט?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
פרשנדתא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשנדתא »

טוה א קוק אין אישית.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דברי תורה צריכין חיזוק.

פרשנדתא, איך בין דיך נאכאמאל מחזק. תודה על העבר ובקשה על העתיד.
An article a day keeps the babies away
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

א ריזיגען ישר כוח פאר
לחיים ואת
ולברכה ואת
פרשנדתא ואת
הנהלה

פארן צושטעלן אזא אינהאלסרייכע שיעור, את חטאי אני מזכיר, אז איך פלעג עס לערנען אלע יארן,
למעשה פלעג איך סטאק בלייבן, ווען נישט אלעס איז געווען אזוי אינטערעסאנט פאר מיר,לדוגמא די סיגופים און תאניתים, און איך פלעג סטאפן,
יעצט אבער קוקט אויס ווי לחיים איז עס זייער שיין מסדר, און בכלל מיט א גרופע לערנט זיך סך געשמאקער, אזוי ווי די צוויי הלכות טעגליך.
פרשנדתא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשנדתא »

דרך אגב, שכח פאר די קאמפלימענט. כ'האב געוואוסט אז כ'טוה א טובה פאר לחיים, כ'האב אבער נישט געוואוסט אז נאך איינער לערנט עס. ס'געט חיזוק צו אנגיין ווייטער.
באלד קומט די אידישע איבערזעצונג פונעם היינטיגן שיעור.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אה ווער אידאס? דרך? האלאו! וואס מאכסטו עפעס? שוין יארן נישט געזעהן דא!
יישר יישר יישר, כ'טוה דאס נאר פאר מיר - זויווי פרשנ האט שוין ערווענט, איך מעג דעך אויך לערנען עפעס א יודיש ווארט, נישטאזוי? כ'קען דעך נישט אליינס, האבעך גענומען פרשנדתא פאר מגיד שיעור.

אגב! מיש מיך נאר נישט אריין מיט די עשרת בני המן......
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

שכח פרשנ פאר די שיינע שיעור, לאמיר זיך שטעלן אויף דיין הגה"ה:
אויב הויבט ער צו זאגן סליחות ווען ס'איז שוין טאג, דארף ער אלץ מאכן א ברכה אויפ'ן עטיפה אפילו ס'איז א טלית שאולה (דאכט זיך, מיר מאכן נישט קיין ברכה אויף א טלית שאולה).


וואס איז טאקע די דין? א מחלוקת הפוסקים? מנהגים?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

איך ווייס נישט קיין תירוץ אויף די שאלה,

אבער אזוי פיר איך מיך, און איך מיין אז אנדערע אויך,

אויף סליחות ווען איך בארג א טלית, מאך איך נישט קיין ברכה.
און אויף שחרית אויף איך האב נישט מיין טו"ת און איך בארג פון א צווייטן, מאך איך יא א ברכה.

און פרעג מיך נישט פארוואס, ווייל איך ווייס נישט.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פרשנדתא, מיינסט אז דו לערנסט עס פאר נאר פאר לחיים'ען? עה, כ'האלט עס געהעריג מיט. א ריזיגן שכוח.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

פרשנדתא, וואו ביזטו? כ'ווארט שוין אויף דיר עטליכע שעה..... מיינסט כ'פארשטיי איין ווארט וואס דו האסט געשריבן? וואסערע שפראך אידאס???
טייטש מיר איבער זאפארט אויף אידיש! דאס גאנצע שיעור!
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

האלאו, פרשנדתא, כ'מיין נישט צו פרעשורן, אבער איך ווארט אויף דיין איבערטייטשונג.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

פרשנדתא, כ'בין שוין רעדי, קום אריין צום שיעור.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
פרשנדתא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשנדתא »

קרעמער - לחיים, כ'וועל שטארק פרובירן צו איבערטייטשן די נעכטיגע און היינטיגע שיעורים, כ'בין אביסל טרוד אין די טעג.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אוי שוין ווייטער קומט ער מיר דא...... דו, וואס האסטו געדארשענט דארט? כ'פארשטיי דעך ניש קיין איין ווארט........
טייטשעס מיר איבער אויף אידיש..... קענסט ניש קומען, מאכן קאפי פעיסט און זיך גיין ווייטער......
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

וואס גייט פאר מיטן אידישען איבערטייטש?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

שכח כ'הער. שכח פאר'ן פארלערנען אזוי שיין, און שכח פאר'ן מאכן מיך איינגיין. כ'בין טאקע אויסגעגאנגן פאר די טייטש.
אגב, ווער ס'ווייסט וואו אהין פרשנדתא איז אנגעקומען זאל זיך ביטע מעלדן, כ'מיין עפעס מענטשליכקייט..... לאזט מיך איבער אזוי אהן גארנישט. דו ווייסט אז ליידער פארשטייעך נישט קיין איין ווארט וואס דו רעדסט דארט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”