ווי מיר אלע האלטן מיט, רישט מען זיך אויף פרישע וואלן אויפצונעמען א נייע ראש הקהל אינעם קרעטשמע. עס יאווען זיך קאנדידאטן רעכטס און לינקס, יעדער מיט זיינע פריוואטע אגענדעס און צוזאגעכטסער, אז מ'קען ממש ווערן צומישט און איינגערעדט אז איינער מיינט אונז פערזענליך.
אבער לאמיר זיך נישט נארן! יעדער פון די קאנדידאטן האט א היסטאריע פון נעמען צדדים אין סיי וואסערע פאליטישע געשעעניש, צו איז עס אין אמעריקע אדער גאר אין דייטשלאנד. יעדער האט זיך פריוואטע אגענדעס וואס זיי ווילן מכלומר'שט אויפטון פאר אונזער וועלטל.
[align=center]אבער טייערע חברים, מיר זענען קלוגער פון דעם![/align]
[align=center]לאמיר זיך נישט לאזן פארפירן פון הוילע פאנטאזיעס און פארשפרעכונגען
וועלכע קענען ניטאמאל פארווירקליכט ווערן![/align]
[align=center]לאמיר זיך נישט לאזן איינרעדן אז נאך די וואלן גייט נאך איינער פון די קאנדידאטן אונז אנקוקן![/align]
[align=center]ז'אגי א'ייוועלט ג'עווינער איז אלעמאל דא פאר אייך,
נאך לאנג בעפאר אפילו קלערן פון לויפן אויפן געווינער פלאטפארמע![/align]
[align=center]מיר זענען די ערשטע און איינציגסטע
וועלכע האט צוזאמגענומען פילע הונדערטער ניקס אויף איינמאל![/align]
[align=center]זייט אויף די געווינער זייט!
א וואויט פאר זאגי איז א וואויט צו הייבן אייוועלט ווי קיינמאל בעפאר! [/align]