מיט דעם מעלדונג גייט דער וואל-סעזאן פון זומער תשס"ט אפיציעל אריין אין קראפט. אלע וואס זענען אינטערעסירט צו לויפן פאר'ן זעקס-מאנאטיגן (בערך) ראש הקהל אמט און זענען בארעכטיגט דערצו לויט די שטאטוטן (זעה שכינות'דיגן אשכול), זאלן איינמעלדן זייער קאנדידאטור פארן עולם דא אינעם "שטים בודקע" פארום.
די וואלן וועלן פארקומען אי"ה, פרשת שלח. (מיט דעם פון אויבן'ס הילף, און אויב חלילה נישט, וועלעכעס בני לדר מעלדן.)
ווי שוין ערווענט, מיינט די וואל פעריאד, אנגעפאנגען פון היינט.
א מעמבער צו וואוטען מוז האבן אריין געסיינט שפעטסטענס, מוצש"ק (פאר צוועלעווע) תרומה, ד' אדר ס"ט, דער אכט און צוואנציגסטער פון צווייטן פונעם ניינטן.
און ווי אויך, מוז מען האבן געשריבן עטליסט צוועלעוו תגובות צווישן דעם ערשטן אינעם דריטן, און דער ערשטער אינעם זעקסטן (ולא עד בכלל).
אין א זייטיגע נאטיץ, אזוי ווי איך קוק נאר נאך די נייע איינגעשריבענע פון די לעצטע וואל פעריאד און ווייטער, און ס'קען זיך מאכן, אז א מעמבער וואסיז געווען איינגעשריבן פון פריער, אבער דאן איזער נאכנישט געווען עליזשיבעל צו וואוטן, און יעצט איזער יא, אבער ער וועט נישט זיין אויף די ליסטע, זאל מען זיך מעלדן צו מיר אין אישית, און מיר וועלן עס נאכקוקן און מסדר זיין אי"ה.