פירוש המילות = לשון הקודש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מחשב האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מ'טרעפט ביידע וועגן, אבער מער ריכטיג איז "הידיעה", דער ה"א וואס צייגט אויפן ידיעה, זי אליין איז נישט ידועה.


פארוואס פארשטיי איך מער הידועה?

"ידיעה" מיינט אז מ'ווייסט דערפון, "ידועה" מיינט אז עס איז באקאנט.

אפילו לשיטתכם; "דער ה"א וואס ווייזט אויפן באקאנטשאפט".

נישט ריכטיג. ידיעה איז דער שם עצם פון 'וויסן' אדער 'באקאנטשאפט'; ידועה איז א שם תואר, ד.ה. אז די זאך צו וואס מען באציט זיך (למשל די אות ה') איז באוואוסט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די ה"א פון וואס מיר רעדן איז דען באוואוסט? ער איז דער משמש וואס זאגט אז דער חפץ אדער מקום איז באוואוסט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דאס האב איך געמיינט ארויסצוברענגען.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ייש"כ ר' פישל און ר' זינדל, שיין ארויסגעברענגט!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איך האב מיך בארעכנט אז ס'קומט יא מיט א ו', אבער היות איך דרוק מיך שווער אויס אין שריפט קען איך עס נישט מסביר זיין. אדער'ל, קענסט מיר אנקאלן.
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

איך מיין אז מ'דארף אריינגיין אין די טייטש פון ה' היד_עה.

לכאורה איז די טייטש:
די ה' וואס זאגט אויף א זאך אז עס איז ידועה.

מ'מיינט נישט צו זאגן אז דער אות ה' זעלבסט איז ידועה.

און מ'מיינט נישט צו זאגן, די אות ה' וואס באצייכנט דאס באוויסטקייט-שטאפל פון א זאך. [וואס אזוי האט עס פארשלאפן אפגעלערנט, און לויט דעם
וואלט מען עס טאקע געדארפט שרייבן מיט א י'].

לויט דעם קומט אויס אז מ'דארף עס טאקע שרייבן מיט א ו'.

אפשר איז די טייטש, יא וויאזוי פארשלאפן האט געזאגט, וחוזר חלילה.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

למעשה זעהט מען רוב מאל ה' הידועה מיט א ו'.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

אויב שוין, פאסט מער שרייבן: ה' הידוע, (דער י' מיט א חירי"ק, און אין ד' א דגש חזק). דאס מיינט דער ה' וואס דריקט אויס דעם באקאנטשאפט און דעם באוויסענשאפט.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

דער רד"ק אין מכלול שרייבט כסדר 'הא הידיעה' וכן בשיח יצחק, ספר הרכבה, ועוד ספרי קדמונים.
באמת אפילו דו טרעפסט מיט א וי"ו מיינט עס נאך גארנישט, די גאנצע חילוק איז א חוט השערה פון א יו"ד און א וי"ו. עכ"פ וויפיל איך האב געזען ביי די קדמונים געדענק איך הידיעה.
וכן מסתבר, כמו שאר ההי"ן, הא השאלה הא התימה הא הקריאה שכולם הם שם דבר ולא פעולה
חוץ מכל זה, טעות נפוצה שהא הידיעה כוונתה ידועה, והיינו מפורסם, ולא היא, הא הידיעה אינו צריך להיות מפורסם רק ספציפי ופרטי לא כללי. ומטעם זה אין מקום לידועה.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

וואס איז טייטש יום המר והנמהר? די לשון ניצט מען אויף טרויערדיגע טעג ווי תשעה באב און יום מיתת צדיקים און די לעצטע זיבעציג יאר זענען דא וואס ניצן עס פאר ה' אייר.

די לשון קומט פון א פסוק אין חבקוק (א, ו) כי הנני מקים את הכשדים הגוי המר והנמהר. די מצידות ציון שרייבט דארט אז "והנמהר" איז מלשון מהירות און אזוי טייטשן אויך די אנדערע מפרשים
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דריידל האט געשריבן:וואס איז טייטש יום המר והנמהר? די לשון ניצט מען אויף טרויערדיגע טעג ווי תשעה באב און יום מיתת צדיקים און די לעצטע זיבעציג יאר זענען דא וואס ניצן עס פאר ה' אייר.

די לשון קומט פון א פסוק אין חבקוק (א, ו) כי הנני מקים את הכשדים הגוי המר והנמהר. די מצידות ציון שרייבט דארט אז "והנמהר" איז מלשון מהירות און אזוי טייטשן אויך די אנדערע מפרשים

שאלת חכם חצי תשובה. די אמת'ע טייטש איז אזוי ווי דו שרייבסט, נאר אזוי ווי עס שטייט נעבן "המר" און עס קלינגט ענליך ניצט מען עס אלס מליצה כאילו עס איז אויך א לשון פון ביטער. דאס ווארט טראגט טאקע דעם גורל פון אסאך אנדערע ווערטער וואס מען ניצט פאר א מליצה און אזוי ארום ווערט פארגעסן די אמת'ע טייטש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

"מעלות" פון דעם חודש:
CCI08302019.jpg
CCI08302019.jpg (134.51 KiB) געזען 3764 מאל

אין לשה"ק וועט מען אויך ניצן א ן' פאר עפעס וואס באלאנגט צו נקיבות, א שטייגער ווי ביים ערשטן אין דער ליסטע - שלהן. "הם" איז זיי פאר זכרים, און בלשון נקיבה ווערט עס "הן" אדער "הנה"; "שלהן" באדייט "של הן" - זייערס. פון דער אנדערער זייט, אין אראמיש וואלט מען געזאגט "דילהון."

ביי די אנדערע איז זייער ענטפער יא ריכטיג, ווייל ביי א פועל פון נקיבות וואלט מען געענדיגט אין לשה"ק מיט -ות - אוכלות, מרבות, פועלות, גומרות. נאר דאס לעצטע וועסטו קיינמאל נישט טרעפן אין תנ"ך, ווייל "גומר" איז נישט ארגינעל לשה"ק, נאר מ'זאגט "כלות" (אזוי ווי "ויכולו השמים והארץ") אדער "תם" (אזוי ווי "ויהי כאשר תמו"). איך האב שוין אבער געזען אסאך ראשונים וואס ניצן -ין פאר לשון נקיבה אפילו ביי א פועל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

טרעף איך נישט די ריכטיגע אשכול.

כ'האב געכאפט א פריז אויפן מינוט... ווי אזוי זאגט מען 'לעדל' - 'שופלאד' אין לשוה"ק?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

גרשון האט געשריבן:"גומר" איז נישט ארגינעל לשה"ק, נאר מ'זאגט "כלות" (אזוי ווי "ויכולו השמים והארץ") אדער "תם" (אזוי ווי "ויהי כאשר תמו").


תהלים יב: כי גמר חסיד (רש"י: כלה)

ועוד.

דער ענטפער פון מעלות איז סיי ווי נישט ריכטיג. דער חילוק איז נישט צווישן לשה"ק און אראמיש נאר צווישן לשון תורה און לשון חכמים. אין משניות וכו' איז דא אסאך ן' שטאטס ם'.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מחשב האט געשריבן:טרעף איך נישט די ריכטיגע אשכול.

כ'האב געכאפט א פריז אויפן מינוט... ווי אזוי זאגט מען 'לעדל' - 'שופלאד' אין לשוה"ק?

אויף לשונם הבדוי "מגירה"
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יישר כח. די אלגעמיינע באנוצטע ווארט איז 'תיבה'.
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

גרשון האט געשריבן:"מעלות" פון דעם חודש:
CCI08302019.jpg

אין לשה"ק וועט מען אויך ניצן א ן' פאר עפעס וואס באלאנגט צו נקיבות, א שטייגער ווי ביים ערשטן אין דער ליסטע - שלהן. "הם" איז זיי פאר זכרים, און בלשון נקיבה ווערט עס "הן" אדער "הנה"; "שלהן" באדייט "של הן" - זייערס. פון דער אנדערער זייט, אין אראמיש וואלט מען געזאגט "דילהון."

ביי די אנדערע איז זייער ענטפער יא ריכטיג, ווייל ביי א פועל פון נקיבות וואלט מען געענדיגט אין לשה"ק מיט -ות - אוכלות, מרבות, פועלות, גומרות. נאר דאס לעצטע וועסטו קיינמאל נישט טרעפן אין תנ"ך, ווייל "גומר" איז נישט ארגינעל לשה"ק, נאר מ'זאגט "כלות" (אזוי ווי "ויכולו השמים והארץ") אדער "תם" (אזוי ווי "ויהי כאשר תמו"). איך האב שוין אבער געזען אסאך ראשונים וואס ניצן -ין פאר לשון נקיבה אפילו ביי א פועל.


ס'איז א אונטערשייד צווישן נוסח ספרד און נוסח אשכנז, אין ברכת יוצר.
נ"ס: ומברכין ומשבחין ומפארין ומעריצין ומקדישין וממליכין.
נ"א: ומברכים ומשבחים ומפארים ומעריצים ומקדישים וממליכים.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

וואס איז "חמאה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

חמאה
היינט בלשונם ווערט גענוצט אויף פוטער, איך האב געהערט אז ריכטיג איז אויף סמעטענע.
ס'איז א נפקא-מינה אין דין פון חמאת עכו"ם.
איך וועל באדאנקען ווער ס'וועט בריינגען ראיות.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ס'איז דא א באקאנטער פתגם אין גמרא: "לך לך אמרי [אדער אמרינן] נזירא סחור סחור לכרמא לא תקרב."

שטעלט זיך די שאלה, ווי אזוי זעצט מען די ווערטער? איך האב שוין באגעגנט פיר אופנים דערויף, ואלו הן:

1. "גיי גיי," זאגט מען צום נזיר. "ארום און ארום דעם וויינגארטן זאלסטו נישט צוקומען נאנט." ("סחור סחור" איז א שם העצם און ס'גייט אויף אראפ.)

2. "גיי גיי," זאגט מען צום נזיר, "ארום און ארום. קום נישט נאנט צום וויינגארטן." ("סחור סחור" איז א שם העצם און ס'גייט אויף ארויף.)

3. "גיי גיי," זאגט מען צום נזיר, "גיי ארום און ארום. קום נישט נאנט צום וויינגארטן." ("סחור סחור" איז א שם הפועל און ס'איז עקסטער פאר זיך.)

4. "גיי גיי," זאגט מען, "דו נזיר, קום נישט נאנט ארום און ארום דעם וויינגארטן. (אזוי ווי די ערשטע, נאר "נזירא" איז א חלק פון וואס מ'זאגט.)

דער עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט וואס מ'קלערט ס'איז דער ריכטיגער פשט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

גרשון האט געשריבן:ס'איז דא א באקאנטער פתגם אין גמרא: "לך לך אמרי [אדער אמרינן] נזירא סחור סחור לכרמא לא תקרב."

שטעלט זיך די שאלה, ווי אזוי זעצט מען די ווערטער? איך האב שוין באגעגנט פיר אופנים דערויף, ואלו הן:

1. "גיי גיי," זאגט מען צום נזיר. "ארום און ארום דעם וויינגארטן זאלסטו נישט צוקומען נאנט." ("סחור סחור" איז א שם העצם און ס'גייט אויף אראפ.)

2. "גיי גיי," זאגט מען צום נזיר, "ארום און ארום. קום נישט נאנט צום וויינגארטן." ("סחור סחור" איז א שם העצם און ס'גייט אויף ארויף.)

3. "גיי גיי," זאגט מען צום נזיר, "גיי ארום און ארום. קום נישט נאנט צום וויינגארטן." ("סחור סחור" איז א שם הפועל און ס'איז עקסטער פאר זיך.)

4. "גיי גיי," זאגט מען, "דו נזיר, קום נישט נאנט ארום און ארום דעם וויינגארטן. (אזוי ווי די ערשטע, נאר "נזירא" איז א חלק פון וואס מ'זאגט.)


האסט נישט געברענגט קיין מקורות.

פרישה (אה"ע סימן כ"א) בהגהה מבן המחבר (כ"פ = כתונת פסים) האט געשריבן:לך לך אמרין לנזירא (סחור סחור לכרמא לא תקרב ופירושו כאילו אמר אפילו סביב לכרם דהיינו ד״א לא תקרב דתרגום על סביב הוא סחור סחור כ״פ)
ווייסעכנישט גארנישט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעכנישט גארנישט »

פרישה (אה"ע סימן כ"א) בהגהה מבן המחבר (כ"פ = כתונת פסים) האט געשריבן:לך לך אמרין לנזירא (סחור סחור לכרמא לא תקרב ופירושו כאילו אמר אפילו סביב לכרם דהיינו ד״א לא תקרב דתרגום על סביב הוא סחור סחור כ״פ)
[/quote]

נאך א מראה מקום וואס צייגט ווי 1.
תורת חיים (ע"ז יז.)
אמרינן לך לך לנזירא סחור סחור לכרמא לא תקרב, לאו דאמרי ליה שלא יקרב אל תוך הכרם וילך סחור סחור סביבו מבחוץ, דא"כ לכרמא לא תקרב לא אתי שפיר, דהוה ליה למימר לתוך כרמא לא תלך, א"נ בכרמא לא תלך, ועוד דא"כ לך לך סחור סחור תרתי למה לי, אלא משום דכל היכא דכתיב סביב מתרגמינן סחור סחור, לפי שהוא מן התיבות הכפולות כמו ירקרק אדמדם, ואמרינן ליה לנזיר שילך לו מן הכרם וירחיק עצמו ממנו בתכלית הריחוק, דאפילו סחור סחור לכרמא, דהיינו סביב הכרם, לא יקרב, דאפילו קריבה בעלמא אסור.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ש'כח להודות און פאר דער וואס ווייסט יא.

כ'האב נישט קיין אמת'ע מקורות, ס'איז וואס כ'האב געזען אין היינטיגע טייטש גמרות וכדומה אדער כ'האב געהערט פון מענטשן. איך האב אויך געהאלטן פאר ריכטיג דעם ערשטן פשט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
ווייסעכנישט גארנישט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעכנישט גארנישט »

ווער ווייסט נישט וואס טייטש "ויקרא"? - "און ער האט גערופן". און אזוי ווייטער ויאמר, וידבר, וילך, ויצא וכו', אלעמאל ווי עס איז דא א 'ואו המהפך' טייטשט מען אין חדרים "און".
די שאלה איז צו ס'איז ריכטיג אדער נישט, גאר אסאך מאל וואס איך שטאלפער מיך אן ווען איך טייטש 'און'. איין דוגמא וואס איך געדענק יעצט 'ואם בן הוא והמיתן אותו', וויאזוי טייטשט מען עס? 'און אויב איז ער א זון און עטץ זאלטס אים הרגענען'? וואו קומט דא אריין א "און"?
(בכלל איז מיר אינטערסאנט פארוואס ווערט באנוצט אין תנ"ך כמעט אייביג די ואו המהפך, ממש געציילטע פלעצער וואו עס שטייט געהעריג, וואס איז פשט?)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן:ווער ווייסט נישט וואס טייטש "ויקרא"? - "און ער האט גערופן". און אזוי ווייטער ויאמר, וידבר, וילך, ויצא וכו', אלעמאל ווי עס איז דא א 'ואו המהפך' טייטשט מען אין חדרים "און".
די שאלה איז צו ס'איז ריכטיג אדער נישט, גאר אסאך מאל וואס איך שטאלפער מיך אן ווען איך טייטש 'און'. איין דוגמא וואס איך געדענק יעצט 'ואם בן הוא והמיתן אותו', וויאזוי טייטשט מען עס? 'און אויב איז ער א זון און עטץ זאלטס אים הרגענען'? וואו קומט דא אריין א "און"?
(בכלל איז מיר אינטערסאנט פארוואס ווערט באנוצט אין תנ"ך כמעט אייביג די ואו המהפך, ממש געציילטע פלעצער וואו עס שטייט געהעריג, וואס איז פשט?)

א שיינע שאלה.

ס'איז מסתבר אז דער "און" קומט צו טייטשן בוכשטעבליך, כאטש, ווי דו מערקסט אן, אפטמאל הערט זיך עס נישט גוט. ס'איז דער פאנאמען ביי יעדער איבערזעצונג פון איין שפראך צו אן אנדערער, אז די פונקטליכע טייטש קלעבט נישט אין געוויסע פעלער. "אם בן הוא והמתן אותו" מיינט אז אויב איז דאס קינד א יונגל, זאל דער המשך זיין אז מ'זאל אים הרג'ענען. מ'קען נישט טייטשן "און עטץ זאלטס אים הרג'ענען", ווייל אין אידיש רעדט מען קיינמאל נישט אזוי.

דאס איז דער מיעוט פעלער. רוב מאל שטימט יא דער "און", כאטש טיילווייז. "ויקרא אל משה" איז א המשך צו סוף פרשת פקודי, אזוי אויך "ואלה" איז אלעמאל מוסיף על הראשונים.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
ווייסעכנישט גארנישט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעכנישט גארנישט »

יישר כח הר"ר גרשון פאר די ענטפער.

למעשה עדיין יש לדון בזה, למשל אין חומש תורה ברורה האב איך באמערקט ווי ער וועט קיינמאל נישט טייטשן "און" ביי א ו' המהפך.

נאך א גוטע דוגמא וואס איך האב יעצט באמערקט אין פ' בשלח "עזי וזמרת קה 'ויהי' לי לישועה". לויט רש"י "די שטארקייט און די פארשניידונג פונעם אייבירשטן, דאס איז געווען פאר מיר פאר א הילף", אן די "און".

וז"ל רש"י: עזי וזמרת יה "הוא היה" לי לישועה. ארויסגענומען דעם 'ו' ווייל ער האט גענוצט א פשוט'ער 'עבר'.

און אזוי איז רש"י ממשיך ווייטער: ואל תתמה על לשון ויהי שלא נא' היה, שיש לנו מקראות מדברים בלשון זה וזה דוגמתו (מ"א ו) את קירות הבית סביב להיכל ולדביר ויעש צלעות סביב, היה לו לו' עשה צלעות סביב, וכן (דה"ב ו) ובני ישראל היושבים בערי יהודה וימלוך עליהם רחבעם, היה לו לומר מלך עליהם רחבעם, (במדבר יד) מבלתי יכולת ה' וגו' וישחטם, היה לו לו' שחטם, (שם לו) והאנשים אשר שלח משה וגו' וימותו, מתו היה לו לו', (שמות ח) ואשר לא שם לבו אל דבר ה' ויעזוב, היה לו לומר עזב.

פון דעם אלעם זעהט מען קלאר אז א עתיד וואס נתהפך געווארן צו אן עבר דורך א ו' המהפך (וכן להיפוך), איז עס במקום דעם עבר אן א ו', און די משלים וואס רש"י ברענגט איז דוגמאות ווי מ'קען פשוט נישט אנדערש טייטשן, אבער דוק מינה אויף אנדערע פלעצער ווי מ'וואלט יאר געקענט טייטשן און, צ.ב.ש ויאמר וידבר. וכן נוהג החומש תורה ברורה.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”