פירוש המילות = לשון הקודש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פיין, גוט האסטו געטאהן, אגב זעה איך אז יענס לויפט אויפן אר"י זייגער אפי' עס איז אויף ענגליש אזוי אז דו האסט שוין געשריבען דיי קאמענט 6:15 מארגן פארטאגס, נו עפעס מעג מען דאך לערנען פארן דאווענען.....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חחח, יעצט בין איך שוין אבער 'סטאק' דארטן, עס איז צו שטארק 'מיין' טאפיק די סארט זאכן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יעע, ער איז שוין אין מיינע בוק-מארקס (פעיוואריטס בלע"ז)
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

די וואך האב איך באגעגענט א רש"י ווי ער זאגט אז דאס לשון "נגבה" אויף דרום איז ווייל דארט איז שטענדיג הייס און טרוקן, הייסט דאס "נגבה" פון לשון טרוקן.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער האט געשריבן:חחח, יעצט בין איך שוין אבער 'סטאק' דארטן, עס איז צו שטארק 'מיין' טאפיק די סארט זאכן.

מיללער האט געשריבן:יעע, ער איז שוין אין מיינע בוק-מארקס (פעיוואריטס בלע"ז)

קרעמער, מיללער.
כ'האב הנאה כ'האב ענק געקענט מהנה זיין.
עס איז מיר נאר א שאד אז סע'איז מיר נישט בייעפאלען צי שטעלען דעם לינק פריער.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

טאקע פארגעסן ארויסצוברענגען, יישר-כח ר' שמחה, איר האט מיך מהנה געווען 'עטימאלאגיע' איז עפעס וואס איך גלייך זייער.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:...'עטימאלאגיע' איז עפעס וואס איך גלייך זייער.

דענמאלטס וועט איר הנאה האבען פון דעם פירוש אויף חומש פון ר' שמשון רפאל הירש ז"ל.
ער האט אסאך דארט
the SCY is the limit
יואליש
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואליש »

וואס טייטשט אים ירצה השם (אי"ה) מיטן אייבירשטען הילף? אדער אויב דער אייבישטער וועט וועלן?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

טייטשן טייטשט עס, אויב דער אייבישטער וועט וועלן, ניצן ניצט מען דאס ווען מ'וויל זאגן ביידע פון די אויסדרוקן. הגם ס'איז דא אן אויסדרוק 'בעזרת השם', אבער דאך דער המון עם, ניצט ענדערש פון געוואוינהייט אם ירצה השם.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יואליש האט געשריבן:וואס טייטשט אים ירצה השם (אי"ה) מיטן אייבירשטען הילף? אדער אויב דער אייבישטער וועט וועלן?


איך פארשטיי נישט די קשיא.
יואליש
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואליש »

איך הער האט יא פארשטאנען! (נישט פערסאנעל)
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

מיללער האט געשריבן:טאקע פארגעסן ארויסצוברענגען, יישר-כח ר' שמחה, איר האט מיך מהנה געווען 'עטימאלאגיע' איז עפעס וואס איך גלייך זייער.

וואס מיינט עטימילאגיע
גם רציתי לדעת מה זה שבאמצע הפארום התחילו לכתוב בלשון אידיש הלא על זה כבר צווחי קמאי (זארעכפעפער ועוד) ולמה לא הגיבו לתקן א"ז
בא נראה מי יוכל לתרץ לי על שניהם כאחד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

על ראשון ראשון,
'עטימילאגיע' איז דער לימוד פון די היסטאריע פון א ווארט, וויאזוי די ווארט איז צושטאנד געקומען, 'פילאלאגיע' איז ווען מען פרובירט צוזאמענצושטעלן צוויי פרעמדע ווערטער אז זיי שטאמען פון איין שורש וכדו'.

ועל השנות האשכול, האמת אגיד מי אנכי לתרץ הוויות ולפרק שברים, אבל כמדומני שיש אשכול אחר שמיוחד ללשון הק' וזה האשכול הניחו רק לדון ולפרש מלות זרות בלשה"ק וכדו', וזה יכול להיות אפי' באידיש.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

איך ווייס נישט אויב איך פרעג עס אין די ריכטיגע אשכול און אז נישט קען מען עס לייגן ווי עס באלאנגט..

ווי אזוי זאגט מען געשוויסטער (נישט ברודער אדער שוועסטער...) אויף לשוה"ק?
א חתימה ברויך מען האבן ?
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

יואליש האט געשריבן:וואס טייטשט אים ירצה השם (אי"ה) מיטן אייבירשטען הילף? אדער אויב דער אייבישטער וועט וועלן?

טייטשן טייטשט עס אויב דער אייבערשטער וועט וועלן , דאס לכאורה איז נישט אפן פאר קיין דעבאטע , וואס איך וואלט געפרעגט איז ווען ניצט מען וואס,
ווען באשליסט מען אז דער השם וויל שוין נאר מען דארף זיין הילף,און ווען דיסייד מען אז מען דארף נאך זיין הסכמה?? איך מיין נישט צו זיין סארקאסטיש,איך בין פשוט צומישט , און אסאך מאהל קומט מיר פשוט צום לאכן זעענדיג ווי כעוורע מאכן זייערע באשלוסן ,אא"ו . עס דערמאנט מיר א גוט ווארט אויף דער חילוק אין די נוסח התפילה צווישן נוסח אשכנז און נוסח פוילן , ביי ק-ל ארך אפים , נוסח אשכנז איז בתוך הדברים "אל באפך תוכיחינו", וואודערום ביי די נוסח פולין זאגט מען דארט "אל תסתר פניך ממנו",זענען זיי מסביר די חילוק אזוי די יעקעס טוען געשעפטן געוועהנליך יעקישערהייט מיט א פונקטליכקייט,מיט א פלאן,מיט א סדר, הכי קרא שמם יעקעס?אלא על שם היעקישקייט שבם ! בלייבט זיי איבער נאר צו בעטן ביים רבוש"ע "אל באפך תוכיחינו",מיש דיך נישט אריין אין מיינע געשעפטן, לאז געמאכט, שטראף מיך נישט, פארדריי נישט מיין פלאן , ענד איי וויל בי אלרייט, ווידער דער פוילישער איז דאך אזוי פארדרייט און צופארן ,די גאנצע געשעפט הענגט אויף א האר , בעט ער זיך צום אייבערשטן "אל תסתר פניך ממנו",פארמאך נישט קיין אויג פון מיר אויף א רגע ווייל אן דיר בין איך קאפוט,
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער גוט און פרייליך! ברוכים הבאים אייך נאר בשמחה, פרייליכערהייט.

די צוויי נוסחאות פונעם קל-ארך איז שוין אויף מיין אלטע ליסטע פון זאכען וואס איך פארשטיי נישט פארוואס פונקט דארט האבן זיך ביידע איינגעקשנט אריינצורוקען זייער נוסח אין יעדן סודר'ל פון 'נוסח ספרד', אתמהה?
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

הרב מיללער, וואס נאך איז אויף דעי שווארצע ליסטע , שמועס דיך אויס, לאז דיך נישט ווערן געבאדערט, אפשר וועט איינער קענען פותר זיין דיין איבעי'
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך ווייס נישט געוויס אז עס באלאנגט דא, אבער אז איר פרעגט נאדיר נאך עטליכע;
* 'אם יש לו פנאי' ביי קריאת הקרבנות י"ג מדות, מ'האט מיך נאך קיינמאל נישט געפרעגט מיין פנאי-סטאטוס און דאך לייענט מען יעדעס מאל דאס קונצע קונטרס'ל מיט א גלייכגילטיגקייט.
* דאס קענען בעטן אויף איינס פון די דריי זאכען ווען דער חזן איז מאירך ביי 'איה' אין די הייליגע טעג, מיין חזן איז אזוי נישט מאריך אז איך קען קוים געניצען דענסמאל.
* ווי שטייט דער ענין פון צייגען מיט די קליינע פינקי-פינגער צום ס"ת ביי הגבה?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, מיין שאלה איז אביסעלע אנדערש:

פארוואס ביי פארנט און ביי מנחה קרבנות שטייט נישט אם אין לו פנאי יתחיל הודו - ידיד נפש - מזמור לדוד?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

היינט איז מיר אויסגעקומען צו הערן הרב החסיד שדב"ק ר' שלמה מנשה פאלאקאוויטש ז"ל פארלערנען דעם חק שיעור, האב איך געהערט אז ער טייטשט "מי תותים" "אראנדזשען זאפט" דאס איז מיר א חידוש, אזוי האט מען געטייטשט אינדערהיים?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויף העברעאיש איז 'תותים' סטראבעריס און מאראנצען איז 'תפוזים' אבער די צווייטע איז זיכער אויפגעטראכט פון 'תפוחים' פאר עפל, אבער איך גלייב שווער אז אראנזשען זאל עפעס האבן מיט תותים.
דוד משמש

שיעורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

די מקור פון די ווארט צו "שיעורי" תורה
איז דאס לשון הקודש - ווערט עס דערמאנט און חז"ל אויף לימור התורה

ישר כח למפרע
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דוד משמש האט געשריבן:די מקור פון די ווארט צו "שיעורי" תורה
איז דאס לשון הקודש - ווערט עס דערמאנט און חז"ל אויף לימור התורה

ישר כח למפרע


כבוד ר' דוד משב"ק,
דער מקור פונעם ווארט 'שיעור' אויף א סדר הלימוד איז ווייל איינער וואס איז קובע עתים לתורה אדער א ישיבה וואס ארבעט מיט א וועכענטליכע אדער טעגליכע סיסטעם אויף זיינע לימודים, דאס הייסט אז די ישיבה גיט ארויס א 'מאס' וויפיל מען לערנט די וואך, א 'מאס' אויף לשה"ק [אראמיש] איז א 'שיעור', און פון דעם איז שוין געווארן א מהות פון 'לימוד התורה ברבים' וכדו'.
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

תות איז זיכער נישט ארנדש.
און איב אין הלכות שבת ביי הלכות סחיטה
וועט ער טייטשען אזוי איז זייער ניש גוט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך בין נייגעריג אויב די שורש פון סוכה, סכך, איז די זעלבע פון כסה, כיסוי.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”