וואס גראמט מיט..... (נאר אידיש)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

וואס גראמט מיט..... (נאר אידיש)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

איך וועל אנהויבן מיט אויסרעכענען א טוץ ווערטער וואס איך זוך דערויף א גראם, און ווער עס האט א גראם זאל זיך ביטע אנרופן, אבער נישט מיט קיין לשון הקודש ווערטער אדער ענגלישע ווערטער, נאר ווערטער וואס ווערן גאר אסאך באנוצט דורך אידיש רעדנדע (פרויען און מענער צוגלייך).

לאמיר אנהייבן:
טאוול,
שאוול, (נעמט אין אכט אז עס גראמט נישט מיט "טאוול")
קולט, (א כת מיט געוויסע מנהגים אדער איינרעדענישן)
באקסער,
וואנצען,
פלאנטער,
פאלג,
קארשן,
קארב,
פראזן,
דאַמבע,
שנאפס,
זעטיג,
געזעטיגט,
פעלקער,
פעטשל,
אויליג,
שירצל,
קונצליך,

דאס איז נאר אויף אנצוהויבן, ביטע יעדער וואס האט א גראם אויף איינע פון די אויבנדערמאנטע ווערטער, אדער איינער וואס האט אנדערע ווערטער וואס עס איז שווער צו טרעפן דערויף א גראם, זאל זיך באטייליגן אין דעם געהענגל.
אוועטאר
איך האלט אויך אזוי
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 19, 2011 2:24 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך האלט אויך אזוי »

איידער איך הייב אהן זיך ברעכן דעם קאפ אויף צו זוכן גראמען איז דא נאך א ווארט וואס אויב אויף די פריערדיגע איז שווער צו טרעפן א גראם איז אויף דעם נישטא
טשאלנט
(חוץ פון נאך א טעלער טשאלנט)
פינקי וואלט שוין געהאט עפעס אויף יעדן ווארט עקסטער (אשאד אז ער מאכט חתונה היינט נאכט)
אז מ'האט סייעתא דשמיא - העלפט דער אייבערשטער
אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר_הדייעט »

אויף דעם האט שוין הבדחן המפואר מאטי אילאוויטש נ"י געזאגט אויף קול מבשר:
עס דעם טשאלענט
און דערנאך גיי שפאצירן ביז צום טאל-ענד
פרוכט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2011 12:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט »

איך קען נישט כאפן וויאזוי מ'זאגט דעם ווארט
'קולט'
אבער אויב מיט א חולם, דאן אפשר גראמט עס מיט:
געוואלט...?
כ'טוה אביסעלע אין גראמען, פאום'ס, חרוזים פאר אינוויטעישאן'ס,
ממילא אויב ארבעטסטו פאר אזא ביכל ווי למשל ולשנינה, שטעל צוזאם- א גראם,
דאן האב איך עטליכע הוספות דערצו, און איך ווייס פון איינעם(נישט דערמאנען משום גילוי) וואס האט גאנצעטע הגהות והערות דערויף,
אנטשולדיגט פארן רעדן אזוי פיל, כאנאר געטראכט.
ס'איז בכלל נישט מיין שולד, שולדיג איז דער וואס האט מיך איינגערעדט אז איך קען...
פרוכט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2011 12:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט »

'וואנצען' קען גראמען מיט 'פלאנצן'
כ'ווייס אז וואנצעס קומט מיט א קמץ,
אבער פונדעסטוועגן קען מען זאגן וואנצען מיט א פתח.
'פאלג', 'ערפאלג,
הגם נישט קיין גראם, אבער דאך צום אויסוואהל,
זעטיג, פעטיג,
טאוול, האב איך עפעס אבער כ'קענעס נישט זאגן ווייל סיז לשה''ק, אבער סיז זייער באנוצט, כעלדער זאגן שטילערהייט..
אבל.. מיט א קמץ,
 
באלד העמער זעהן וואס נאך....
ס'איז בכלל נישט מיין שולד, שולדיג איז דער וואס האט מיך איינגערעדט אז איך קען...
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

יישר כח פאר די אלע וואס האבן זיך אפגערופן, איך וועל ענפערן על ראשון ראשון.
(אגב, ביטע זיי מסביר וואס דו האסט געמיינט מיטן אויסדרוק "למשל ולשנינה")

'קולט' און 'געוואלט' קען ארבעטן, כאטשיג אריגינעל קומט 'קולט' ארויסצוזאגן אזוי ווי 'בונד' אדער 'שונד'.

'זעטיג' מיט 'פעטיג' איז א גוטער גראם, איך האב שוין גראדע געטראכט דערפון זעט אויס אז איך האב שוין פארגעסן.

'וואנצן' מיט א פתח האט נאך פיל גראמען צ.ב. 'טאנצן' 'מאראנצן' 'פלאנצן' און נאך, איך זוך טאקע אויף 'וואָנצן' מיט א קמץ.

'פאלג' מיט 'ערפאלג' גראמט דייקא יא, אויך 'פארפאלג' איז א ווארט, אבער איך וואלט געזוכט א ווארט וואס ענדיגט זיך נאר מיט '..אלג' נישט מיט 'פאלג'.

'אבל' איז א לשון הקודש ווארט טאקע אבער עס ווערט ליידער באנוצט געהעריג אין אידיש און עס האט נישט קיין געהעריגע ערזאץ.
לעצט פארראכטן דורך איזעי אום זונטאג פעברואר 27, 2011 1:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פרוכט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2011 12:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט »

כאגארנישט געמיינט מיט 'ולשנינה', נאר מידערהייט האבעך מאריך געווען און צוגעלייגט א ווארט צו למשל..
ואתך הסליחה.
ס'איז בכלל נישט מיין שולד, שולדיג איז דער וואס האט מיך איינגערעדט אז איך קען...
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מיט א פרישקייט.
וואס גראמט מיט:

נידערן,
נידערט,
גליווער, (נישט ענגליש)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

איזעי האט געשריבן:נידערט,

רודערט, ציטערט.
ועמך כולם צדיקים
פרוכט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2011 12:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט »

נידערן, גרודערן, ציטערן..
ס'איז בכלל נישט מיין שולד, שולדיג איז דער וואס האט מיך איינגערעדט אז איך קען...
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

ווייזט אויס אז "ועמך כולם צדיקים" מיינט אויך אז אלעס גראמט מיט אלעס.
און אז "שולדיג איז דער וואס האט דיר איינגערעדט אז דו קענסט".

אנטשולדיגט, אבער עס גראמט נישט, רודערט גראמט מיט איינגעגלידערט, און ציטערט גראמט מיט פארביטערט, אבער קיין איינס נישט מיט נידערט (אפשר גראמט 'פיבערט' אויך מיט נידערט?).
ווייטער רודערן גראמט מיט איינגלידערן, און ציטערן גראמט מיט כיטערן, אבער נישט מיט נידערן.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ווער האט ווערטער וואס גראמט מיט געלט, וועלט, געצעלט, וכו'?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

תרנגול האט געשריבן:ווער האט ווערטער וואס גראמט מיט געלט, וועלט, געצעלט, וכו'?

פעלט
שעלט
געפעלט
אנומעלט
געשטעלט
בעלט (belt)
העלט (health)
מעלט (melt)
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ווינקל האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:ווער האט ווערטער וואס גראמט מיט געלט, וועלט, געצעלט, וכו'?

פעלט
שעלט
געפעלט
אנומעלט
געשטעלט
בעלט (belt)
העלט (health)
מעלט (melt)

שכוח ווינקל. עמיצער האט נאך?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

שטעלט,
געשטעלט,
אנגעשטעלט,
צוגעשטעלט,
פארשטעלט,
באשטעלט,
אפגעשטעלט,
אויסגעשטעלט,
פארגעשטעלט,
אויפגעשטעלט,
צוזאמגעשטעלט,
איינגעשטעלט,
אריינגעשטעלט,
איבערגעשטעלט,
אראפגעשטעלט,
וועלט,
געלט,
געצעלט,
קעלט,
קנעלט,
געפעלט,
שעלט,
פארשעלט,
קוועלט,
ספּעלט,

קרעדיט: שטעל צוזאם א גראם (נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט)
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

אוי האב איך געקוועלט.
כ'ציטער פון קעלט.
פרעזידענט אבאמא איז געווארן א העלד.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

נאטרוליסט שעלט,
ער מעג טון וואס אים געפעלט,
עס איז נישט עק וועלט,
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

אוי די אויערן קרעלט
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

פארמאך עס מיט א בעלט,
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

איך האלט אויך אזוי האט געשריבן:איידער איך הייב אהן זיך ברעכן דעם קאפ אויף צו זוכן גראמען איז דא נאך א ווארט וואס אויב אויף די פריערדיגע איז שווער צו טרעפן א גראם איז אויף דעם נישטא
טשאלנט
(חוץ פון נאך א טעלער טשאלנט)
פינקי וואלט שוין געהאט עפעס אויף יעדן ווארט עקסטער (אשאד אז ער מאכט חתונה היינט נאכט)

כ'זעץ מיך יעצט פרייטיג עסן טשאלנט
פיין.! די בונדלעך איז אביסל צומאלענד
אבער די קישקע אינסייד, טוט זיין אפצאלנד
אזוי עס איך און איך מאָל - אונד,
דערנאך טרינק איך צו קאלטס צו ווערן קאלנד-
- דאון, נאך אזא הייסע פולע טעלער טשאלנד

איך מיין אז היינט וועט זיך אסאך בעסער עסן די טשאלנט .
פון ערעב יענקל מילער זאגט מען נאך א הייליג ווארט
פון א איד וואס האט אים באגעגנט אויף א געוויסן ארט
זאגט אים דער איד יענקל זאגזש'ע א גיט ווארט, דארט
די ביסט, דאך פיהל פון אט די סארט.
יענקל טראכט א וויילע, און דער איד זאגט, אולי פארט.?
"טשאלנט" !! שרייט יענקל אויס!. איז דאס בעסטע ווארט
לעצט פארראכטן דורך פעדער אום פרייטאג יולי 15, 2011 10:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

איזעי האט געשריבן:שטעלט,
געשטעלט,
אנגעשטעלט,
צוגעשטעלט,
פארשטעלט,
באשטעלט,
אפגעשטעלט,
אויסגעשטעלט,
פארגעשטעלט,
אויפגעשטעלט,
צוזאמגעשטעלט,
איינגעשטעלט,
אריינגעשטעלט,
איבערגעשטעלט,
אראפגעשטעלט,
וועלט,
געלט,
געצעלט,
קעלט,
קנעלט,
געפעלט,
שעלט,
פארשעלט,
קוועלט,
ספּעלט,

קרעדיט: שטעל צוזאם א גראם (נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט)


די ערשטע 14.. און דערנאך שעלט און פארשעלט זענען גארנישט ווערט. זיי זענען בעצם די זעלבע ווארט נאר מיט אן אנדער פארזילבע.
א שרייבער ביסטו שוין איינמאל! אבער א גראמער קיינמאל!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

ניגון מאן יימר - מיכאל - טאטע הערט

געווען אמאהל א איד, אין א שיינע מוצאי שבת
געגאנגען אויף א דינער פון א חושיבע ישיבה,
פיינע פרישע פיש באלס, רינדעכיגע טאבעס,
יא! אפשר וועל איך אויך געבן א נדיבה.

ער האקט אריין אפאר פארציעס, פלייש און פיש.
דער בעל דרשן אויבן אן האט רעדן אנגעפאנגען.
ער ציהט זיך אויס מיט מידיקייט אויפן טיש,
די דרשה וועט מסתם זיין גאר א לאנגען.

אוי אוי אוי אוי
דער איד ער דרימלט אויפן טיש, מיט א הויכן טאן,
פלוצלינג הערט ער אויסריפן, "2 מיליאן",
דא מוז ער שוין קלאטשען, ווייזן וואס ער קאן,
ער נעמט זיך פאטשן מיט אן אימפעט, מיט ווינדער מ'קוקט אים אָהן,
ער פרעגט זיין שכן, אפשר זאגסטו, וואס איך האב געטאָן.

דער שכן זאגט אים, דער סכום וואס די האסט געהערט,
געווען דאס איז דעם מוסד'ס חובות.
ביי דעם די האסט די האסט געקלאטשט, דאס האט יעדע געהערט
קום מער נישט מידערהייט אהער טוה קיינעם נישט קיין טובות
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

אנטשולדיגט איזעי . כ'האב נישט אינאכט גענימען אז די האסט דאס ציטירט פון שטעל צוזאם א גראם.
איז מן הסתם, קענסטו יא דאן. גראמען פיל מיט טעם.
כאטש "דאן" ענדיגט זיך מיט א ן איז עס כשר וויבאלד די הברה הערט זיך כמעט אייניג.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

ניגון יוסף מוקיר שבת פון ר' יו"ט עהרליך

געווען אמאהל צוויי משולחים
ארום געגאנגען אויף די דרכים
געבעטלט נאך צדקה ביי עשירים

הונגעריג גארנישט געגעסן
צוויי טעג קיין פיפס געטוהן עסן
נאר ארומגעטלעפעט קלאפן ביי גבירים

איין טאג זיי קומען אהן
און ביי א קמצן זיי קלאפן אן
דער גביר ער עפנט די טיהר
און ברענגט זיי אריין און איר

און סאלאן, האט זיי געזעסן
און ער אליין, ער הויבט אהן עסן
פון זיי, ער האט אינגאנצן פארגעסן

מ'טוט פאר אים ברענגען אריין
גראבע חלות פיש און וויין
און דער גביר הייבט אהן צו פרעסן

די צוויי אידן דארט ביים טיש
זיי קוקן זיך צו ווי ער רוקט די פיש
די אויגן פון די לעכער קריכט ארויס
די הונגער זיי האלטן נישט אויס

און פלוצלונג זיי קוקן מיט שרעק
זיי שפירן ווי זיי פאלן באלד אוועק
א שיינע טאץ פון קריסטאל דארט מ'ברענגט
שיינע פיקטשערס, בלומען פון דעם הענגט
א שיינע טעלער אויפן טאץ, טוהט ליגן
דער גביר ער קוקט מיט פארגעניגן

א קאלירטע פיינע זופ ס'טוט שמעקן
זייער הונגער טוט זיך ערוועקן
דער גביר א גרויסן חלה, ער טוט אביסל טונקען
און טוט דערצו אסאך צוטרונקען.
פארוואס טוט ער נישט איינטונקן אינגאנצן?
מסתם איז ער פאר זיך אויך א קמצן!
מיר וועלן גארניקס פארלירן
אז מיר וועלן אויך, פון דעם זופ שפירן
ארויסגיין כאטשיג זאטערהייט
זיי ווארטן אויף א גוט געלעגנהייט

אינמיטן דער גביר זאגט פאר זיי
נאר איין מינוט, ארויס איך גיי
גימפל לאזט זיך נישט נארן
און טוט זיך לאנג נישט שפארן

א גרויסע חלה טיף ער טונקט
און ציהט עס אריין מיט איין שלונג
אבער ציפן, עס האט אנגעפאנגען שרעקליך
טרערן רינען פון די אויגן
ער פאנגט אהן היסן, איינגעבויגן
פימפל פרעגט וואס וויינסטו אזוי ביטערליך

גימפל האט זיך געשעמט
צו זאגן פאר פימפל אז ס'איז חריף געווען
פימפל!, זאגט ער, הער אויס א מעשה
ס'איז פאר יארן צוריק געשעהן

מיין ברודער אויף א שיף געפארן
אינמיטן ים, האט זיך פארלארן
פון א שטורעם ער האט זיך דערטרונקען
און פאר דעם האב איך געוויינט
ווייל די יארצייט איז פונקט היינט
און פון אים האב איך געטוהן געדענקן

פימפל טראכט נישט קיין צוויי
אינעם חריף א חלה ער טוט א דריי
ס'האט פאסירט צו עם
פונקט וואס פאר גימפל איז געשעהן

פימפל פרעגט אים צוריק
יעצט וואס וויינסטו? וואס דיך דריקט?
פימפל ענטפערט איך וויין
וועגן דעם, ווייל דיין ברודער איז געווען אליין
פארוואס ביסטו נישט געווען
דערטראנקען צוזאמען מיט עם
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

יו האב איך אויסגעפלאצט!!

פעדער! קיפ איט אפ!!
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”