איך וויל מיך לערנען אידיש שרייבן

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

לכאורה האט געשריבן:צי

דאכט זיך אז די מעלות איז נישט מסכים מיט מיר, אבער ...


יקותיאל ברענגט בכלל נישט אראפ אז עס איז דא א ווארט צי מיט א יוד. מעלות האלט אזוי?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

אין די ערשטע בלאט פונעם אשכול איז א גאנצע מדובער דערפון זעה איך יעצט
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: פראקסט מיך אויס דא, איך וויל מיך לערנען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

מאשקע האט געשריבן:קודם כל, האלט דיך נישט צוריק פון שרייבן, אפילו ס'איז מיט טעותים. ביזט נישט דער איינציגסטער...
והשנית, וועל איך טאקע אויף דעם תגובה פרובירן אביסל צו פארריכטן, כיד ה' הטובה עלי.


לוי האט געשריבן:איך וועל נישט מאכן קיין הקדמות, איך וועל גראד זאגן וואס איך וויל. איך האב זייער הנאה דא אין קרעטשמע, אבער איך האלט מיך ציריק פון שרייבן, ווייל איך ווייס אז איך קען נישט גוט די כללים פון שרייבן. אפילי מען האט שוין דא דיסקאסט אסאך ווערטער, ווייס איך נאך אלץ נישט ווא סווען וואו/ווי צו ניצן, נעם איך מיר דו כוחות און איך וועל פארלאנגן נאר פון די וואס קענען טאקע גוט אידיש, אז דא אין דעם אשכול, זאלן זיי מיר פארעכטן מיינע טעותים.
פארשטייט זיך אז נאר אויב זיי האלטן דערביי :smile: .
אויב נעמט איר טאקע אן מיין פארלאנג, וועל איך אייך בעטן אז ווען איר וועט מיר אויפמערקזאם מאכן אויף א טעות, זאלט איר אנוויזן די בעסטע וואס איר קענט פון וועלעכע תגובה איר שרייבט. צו מיט א לינק, אדער מיט א צטט.
ביטע נישט פארדרייען די אשכול מיט זאכן וואס האט נישט מיט מיינע תגובות, אויב איך מעג בעטן, זאלן די מנהלים זאלן עס אינפארסן ווי ווייט מעגליך.
יישר כח פאר אייך אלע.


ציריק - צ"ל צוריק
אפילי - צ"ל אפילו
דיסקאסט - צ"ל דיסקוסירט אדער דיסקוטירט
וואו/ווי - צ"ל וואו
אנוויזן - צ"ל אנווייזן (מסתמא נאר א טעות הדפוס)
וועלעכע - צ"ל וועלכע
צו - צ"ל צי
זאלן די מנהלים זאלן - כפל הלשון
אינפארסן - צ"ל אינפארסירן


טעות המגיה
באידיש אומרים "פארסירן"

פון די געמיינע גרייזן וואס זענען שוין אוממעגליך צו פאררעכטן…
דוראק
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 21, 2018 6:20 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוראק »

בעאבאכטער האט געשריבן:"זיינט" "זענט" איז מלשון "זיינען" "זענען" לשון Be, טא "וואו זיינען זיי?" אדער "וואו זענען זיי?" איר זיינט/זענט תלוי אין דעם.
דער נו"ן ווערט גענוצט אלנפאלס בכהאי גוונא.
"זייט" מוחל און "זייט" געזונט...

ניט אינגאַנצן אמת, „זײנט” איז זייער זעלטן. זעט אָט־אָ די מאַפּע פון פּראָפעסאָר דוד כ״ץ (מקור, וויבאַלד אַז ער רעדט נאָר פון דעם ליטווישן אידיש, דעריבער רעכנט ער ניט די וואָס זאָגן „זענט” (פון פּוילן וכו')).
בילד
דוראק
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 21, 2018 6:20 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוראק »

לכאורה האט געשריבן:צי

דאכט זיך אז די מעלות איז נישט מסכים מיט מיר, אבער ...

אָנגענומען איז אָנגענומען צו שרײַבן מיט אַ יו״ד, ווען איר זאָלט גיין אָבער פאַקטיש אַמאָל צו די וואָס זײַנען נאָך מבחין צווישן די צוויי קלאַנגען (ווי אין ליובאַוויטש אָדער אין ירושלים) וועט איר הערן אַז גאַנץ אָפט זאָגט מען tzu.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”