וואס באדייט די ווארט?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גרשון האט געשריבן:וואס מיינט "וואר"? (נישט "אמת").

"איז געוועהן" (מ'ליינט עס מיט א פתח, וואר וואס מיינט אמת ליינט מען מיט א קמץ).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

גרשון האט געשריבן:וואס מיינט "וואר"? (נישט "אמת").

https://translate.google.com/#view=home ... 0nie%20war

פון וואו קומט דאס? זעהט אויס ווי יעקישע אידיש.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

גרשון האט געשריבן:בלע"ז.

א ברייט פארשפרייטע ווארט אין רש"י, תוספות, אין אנדערע ראשונים. געווענליך באציט מען זיך דערצו (על כל פנים בזמן הראשונים) צו לאטיינישע שפראכן, ווי פראנצויזיש, שפאניש, און איטאליעניש; די ספרד'ישע מחברים וועלן שרייבן ווי אזוי מ'זאגט א ווארט אין אראביש און בלע"ז.

איך האב אלץ געמיינט אז לעז איז געווען די דעמאלטסדיגע אידישע שפראך אין פראנקרייך און די אומגעגנד, דערפאר קומט די ווארט לע"ז מיט שטרעכלעך ווייל ס'איז נישט לשון הקודש, אבער אויב ס'איז אמת וואס דו זאגסט אז די נאמען לעז ווערט באנוצט פאר אראביש אויך קען עס נישט זיין ריכטיג.

https://en.wikipedia.org/wiki/Judeo-Latin
https://en.wikipedia.org/wiki/Judaeo-Romance_languages
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18799
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יתכן לכתחילה איז עס געווען אין באניץ צו באצייכענען א שפראך ״לעז״ און שפעטער איז עס אריין אויך אויף אנדערע מיטן מליצה אז לע״ז איז ראשי תיבות לשון עם זר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חלב ישראל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:בלע"ז.

א ברייט פארשפרייטע ווארט אין רש"י, תוספות, אין אנדערע ראשונים. געווענליך באציט מען זיך דערצו (על כל פנים בזמן הראשונים) צו לאטיינישע שפראכן, ווי פראנצויזיש, שפאניש, און איטאליעניש; די ספרד'ישע מחברים וועלן שרייבן ווי אזוי מ'זאגט א ווארט אין אראביש און בלע"ז.

איך האב אלץ געמיינט אז לעז איז געווען די דעמאלטסדיגע אידישע שפראך אין פראנקרייך און די אומגעגנד, דערפאר קומט די ווארט לע"ז מיט שטרעכלעך ווייל ס'איז נישט לשון הקודש, אבער אויב ס'איז אמת וואס דו זאגסט אז די נאמען לעז ווערט באנוצט פאר אראביש אויך קען עס נישט זיין ריכטיג.

https://en.wikipedia.org/wiki/Judeo-Latin
https://en.wikipedia.org/wiki/Judaeo-Romance_languages

ש'כח פאר'ן צוצייכענען. איך האב געזאגט פונקט פארקערט, אז די ראשונים שרייבן ווי אזוי מ'זאגט א ווארט אין לעז און *אויך* אין אראביש = לעז איז נישט אראביש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דער שמועס איז דא עטליכע מאל אין קובץ עץ חיים מיט אפאר מראה מקומות
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גרשון האט געשריבן:בלע"ז.

א ברייט פארשפרייטע ווארט אין רש"י, תוספות, אין אנדערע ראשונים. געווענליך באציט מען זיך דערצו (על כל פנים בזמן הראשונים) צו לאטיינישע שפראכן, ווי פראנצויזיש, שפאניש, און איטאליעניש; די ספרד'ישע מחברים וועלן שרייבן ווי אזוי מ'זאגט א ווארט אין אראביש און בלע"ז.

וואס באדייט דאס ווארט? אסאך וועלן זאגן אז ס'איז די ראשי תיבות פון בלשון עם זר, און ס'ווייזט זיך אויס אז דער פשט איז נישט ממש היינטיג.

כ'וואונדער מיך אבער אויף דעם, היות "לעז" איז א געהעריגע ווארט אין תהלים (קיד, א), "בית יעקב מעם לועז," אויף וואס רש"י שרייבט: "שפת לשון אחר שאינו לשון הקודש." אזוי אויך אין משנה, "קורין אותה ללועזות בלעז." צי קלערט איינער אז די משנה טייטשט "מ'קען ליינען די מגילה ללועזות בלשון עם זר?"

איז אז מיר האבן א געהעריגע ווארט מיט געהעריגע מקורות פאר פונקטליך דאס ווארט, צו וואס גיין אויסטרעפן עפעס א דוחק'דיגע פשט, וואס האט לעניות דעתי נישט קיין הענט און קיין פיס? כ'מיין די ראשונים האבן נישט געקענט טרעפן עפעס בעסערס ווי אזוי צו באצייכענען א ווארט וואס איז נישט לשה"ק ווי צו מאכן א ראשי תיבות אויף "אין דער שפראך פון א פרעמד פאלק"? און אלע ראשונים, פון מצרים ביז דייטשלאנד, האבן זיך אפגעשמועסט אז מ'גייט ניצן אט די ראשי תיבות? מאדנע.

איי, ס'פארמאגט אויבערשטריכלעך? נישט די גרעסטע קשיא. ערשטנס, ווער זאגט אז רש"י האט געמאכט די שטריכלעך, זיי קענען פונקט אזוי קומען פון שפעטערדיגע מעתיקים אדער דריקערס. צווייטנס, ביי אונז זענען אויבערשטריכלעך אן אנדייטונג אויף ראשי תיבות, אבער אמאל האט מען זיי געקענט ניצן פאר אנדערע צוועקן, ווי אנצוצייכענען אז דאס ווארט איז נישט קיין חלק פונעם פירוש - גלייך ווי דאס פראנצויזיש ווארט זעלבסט פארמאגט אויבערשטריכלעך.

דיין תמי' איז ממש ווארט ביי ווארט פון דעם שואל דא אין קובץ עץ חיים
בילד

אין 2 קובצים שפעטער האט איינער א גאנצע מערכה איבער דעם

בילד
בילד

דעם אויפטוה אז ס'מיינט בלשון עם זה איז ער מעתיק פון דא
בילד

קרעדיט: אוצר החכמה
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

וואס באדייט דאס ווארט "אום"?

"נישט אום שבת גערעדט", "אום צען אזייגער שארף".

דאס האט א שייכות מיט "אומגעברענגט", "אומגעווארפן"?
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

וואס מיינט "פארטייטשן אויפן הארצן"? (דעם גאנצן זאץ: "דער זיידע פארטייטשט די הגדה אויפן הארצן, אזוי יום טוב'דיק און פרייליך".)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אולי דארף מען זעצן "דער זיידע פארטייטשט די הגדה, אויפן הארצן אזוי יום טוב'דיק און פרייליך".

אדער א בחינה וואס שטייט (ברכות לא.) "וחנה היא מדברת על לבה (שמואל א א, יג) מכאן למתפלל צריך שיכוין לבו".
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

ער פארטייטשט די הגדה אז עס זעצט זיך גוט אריין אויפן הארץ

בבחינת דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זאג א גוטס האט געשריבן:ער פארטייטשט די הגדה אז עס זעצט זיך גוט אריין אויפן הארץ

בבחינת דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב

אדער, בעסער, "וידבר על לב הנערה."
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

א יישר כח אלע!

וואס איז א "העשע" בעט (וואס מ'נוצט באם סדר)?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היסב בעט?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

שטייט אזוי: "העשע (היסב) בעט".
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

"קוקן מיט פארנעפלטע אויגן"?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

מיט א קרום אויג?

שייך צו ברענגן מער די ארום?
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

די גאנצע זאץ איז עפעס מאדנע: "צוויי איינזאמע מענשן אויף א גאנעק, ס'איז ניטא ווער עס זאל פרעגן, וואס זוכט איהר דא וואס זיינט איהר געקומען קוקן מיט פארנעפלטע אייגן פון ביינקשאפט אז אויף פרעמדע לבנה".
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

ווארשיינליך מיינט עס פארטרערטע אויגן.

די אויגן איז פארנעפלט מיט טרערן פון בענקשאפט.
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

ס'פאראן א בוך וואס הייסט "א פארנעפלטע שטראל".

ערגעץ וואו אויפ'ן אייוועלט שטייט אזא מין זאץ:

"מיין אישי איז געווארן איבערגעפילט מיט א איבעפלוס פון בקשות צו ארויס לייגן נאך פארנעפלטע און ארויסגעליקטע אינפארמאציע."

הכיצד?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

עס מיינט אומקלארע. אומקלארע אינפארמאציע. אן אומקלארע שטראל.

אז ס'טרערט איז די זע-קראפט פון אויג פארנעפלט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נעפל = fog; פארנעפלט = foggy.

מיט בענקשאפט מיינט עס מסתמא א פארגלייזטן בליק ווי אין חלל אריין, נישט צו א דירעקטן פונקט און מיט א קלארער וויזיע. מיט אינפארמאציע איז עס אומקלארע אינפארמאציע שטיקער, ווי @זאג א גוטס שרייבט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

;l;p-

"פעראיינגעלסט זיך"?

(אימיצער האט געטייטשט "תהפך לאמריקאית/Americanized". כ'ווייס נישט צי ס'איז גערעכט.)
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”