ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

לכאורה האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:שהבריות נראות יפות זו לזו, שאין עין בריה צרה בחברתה (רש"י מקץ)

אויף וואס באציהט זיך אייער תגובה?

ערגעץ איז געווען א שמועס ווי אזוי מ'זאגט אויף לשון קודש פארגינען, איז עס נישט געווען אין דעם אשכול?
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מעגליך, אבער אין אזא פאל וואלט געהאלפן ווען איר "ציטירט" די תגובה אויף וואס איר באציהט זיך, אנדערש קומט איר אריין ווי א יון אין די סוכה (יש גורסין ווי אבאמא אין כינע און טראמפ אין מעהיקא)
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

וויל זיין גוט האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:שהבריות נראות יפות זו לזו, שאין עין בריה צרה בחברתה (רש"י מקץ)

אויף וואס באציהט זיך אייער תגובה?

ערגעץ איז געווען א שמועס ווי אזוי מ'זאגט אויף לשון קודש פארגינען, איז עס נישט געווען אין דעם אשכול?

קוק אויף דעם דאטום פון דעם שמועס
עס פעלט א טאג צו פיר יאר
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

ווי אזוי שרייבט מען און לה"ק "דאס ערשטע ספרד סידור געדרוקט צו ווערן"
ארויס צוברענגען אז דאס איז דער ערשטע דרוק פונעם נוסח ספרד

(קאן זיין אז מיין יודיש איז אויך פראבלאמטיש)
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

הסידור שנדפס לראשונה עם נוסח ספרד
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

ישר כח גדול אויב אזוי על איך זיין דער לא הביישן למד
ווי אזוי וואלט מען געשריבן "פון דו ערשטע ספרד סידורים צוגעדרוקט ווערן"
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

און אויב איך מעג פרעגן וואס וואלט געמיינט "סידור הראשון שנדפס בנוסח ספרד"
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

מהסידורים הראשונים שבא לידי דפוס בנוסח ספרד
או
מהסידורים הראשונים בנוסח ספרד שבא לדפוס

אויב דארף דאס זיין מער פענס''י:
תחילת ביאת סדורי ספרדית לדפוס
או
אז התחיל סדורים עם נוסחא מארצות המזרח לירד על מכבשי הדפוס

אם ברצונך עוד, על תעצור אותו במעיך, רק אמר תאמר אותו בריש גלי.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

בלעטל האט געשריבן:הסידור שנדפס לראשונה עם נוסח ספרד

די לשון מיינט: די סידור וואס איז "צוערשט" געדרוקט געווארן (מיט)[אויף] נוסח ספרד.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

ישר כח פאר אלע!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

וויאזוי זאגט מען "עסצייג" אין לשון הקודש?
לחיים ולברכה!
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

כלי אוכל
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

יישר כח.
לחיים ולברכה!
נישט קשה
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קשה »

ווי זאגט מען דאס ווארט 'פארזעהט' אדער 'פארזעהן' אויף לשון הקודש.

הפסיד?
לא הבחין?

וואס זאגט דער עולם?
גאנץ פיין, נישקשה!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

לא שם אל לבו
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

נישט קשה האט געשריבן:ווי זאגט מען דאס ווארט 'פארזעהט' אדער 'פארזעהן' אויף לשון הקודש.

הפסיד?
לא הבחין?

וואס זאגט דער עולם?

הפסיד איז טייטש שאדן געהאט.
לא הבחין מיינט אז ער האט עס נישט באמערקט - בקיצור, פארזעהן. אבער עס ווערט מער באנוצט אין עברית ווי אין לשה"ק.

ווייטער לא שם אל לבו, וואש שמעלקא שרייבט, מיינט אז ער האט נישט צוגעלייגט קיין קאפ (הארץ) דערצו.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

לא שם אל ליבו, איז נישט ווי מ'טייטשט עס ווארט ביי ווארט "ער האט נישט געלייגט צום הארצן".

דאס איז די אויסדרוק פאר איינער וואס לייגט נישט קיין געוויכט און כאפט נישט אויף עפעס.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
נישט קשה
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קשה »

יישר כח.

ווי אזוי זאגט מען "מיר האבן פארזעהן"? - 'לא שמנו לב' - דאס זעהט אויס צו עברית.

אויפן פראסטן עברית איז דער טייטש "פספס, פספסנו".
גאנץ פיין, נישקשה!
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

נישט קשה האט געשריבן:ווי זאגט מען דאס ווארט 'פארזעהט' אדער 'פארזעהן' אויף לשון הקודש.

הפסיד?
לא הבחין?
וואס זאגט דער עולם?

"נעלם מעיניו" = פארזעהן (ער האט פארזעהן א תוס' אין זבחים = נעלמו מעינו דברי התוס' בזבחים)
"לא הבחין" = נישט אין אכט גענומען (נישט באמערקט, Didn't notice)

דער נפקא מינא ביניהם איז דקות'דיג
"נעלם מעיניו", מיינט כפשוטו = "פארזעהן". אדער כמשמעו = פארזעהן אין געדאנק, דהיינו "פארגעסן". "ונעלם דבר מעיני הקהל".
"לא הבחין" קומט פון אן אנדער שורש, "הבחנה". "בוחן כליות ולב" = אונטערשיידן בעת אויפזעהן (השגחה), אדער זעהן (ראיה).
ומשם קומט דער "לא הבחין", ער האט נישט אונטערשידט (לכבוד "לכאורה"...) אין דער ערשיינוג וואס ער האט געברויכט צוזעהן.

הרב פארשלאפן, לא 'נעלמו מעיני' דברי הרד"ק בזה, איך רעדט פון דעם "שורש", נישט דעם "משמעות" וואס "בחן" איז 'פועל'.
וראייתי, אז חז"ל האבן דאס גענומען אויף "להבחין בין זרעו של ראשון לזרעו של שני", "להבחין בין יום ובין לילה" "אינו מבחין בין צדיק לרשע"


"לא שם לב" = נישט אכט געלייגט, נישט אויפגעפאסט. Didn't pay attention
בייזער גבאי: "וואו איז דאס פעראנטווערטליכהייט, פארוואס ווען איך שטעל א גרויסן פלאקאט וואס מעלדט קלאר אז די מקווה-וועש זעקלעך איז נישט דאס פלאץ דאס צו הענגען נעבן די קאווע שטיבל, 'לייגט מען נישט אכט' איבער דעם, הא? איך לייג כסדר די פעראדענונגס טאוולען ביי ביידע אריינגאנגס, און 'און מען פאסט נישט אויף'!"


נישט קשה האט געשריבן:אויפן פראסטן עברית איז דער טייטש "פספס, פספסנו".

די גראבע פראסטע 'סלענג' "פספס", מיינט ביי זיי "הפסיד" = פארפאסט = Missed
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איש החסד האט געשריבן:מהסידורים הראשונים שבא לידי דפוס בנוסח ספרד
או
מהסידורים הראשונים בנוסח ספרד שבא לדפוס

אז התחיל סדורים עם נוסחא מארצות המזרח לירד על מכבשי הדפוס

אם ברצונך עוד, על תעצור אותו במעיך, רק אמר תאמר אותו בריש גלי.

שבאו לידי
אז התחילו
אל תעצור
אם לא עכשיו אימתי
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

מיסטעריעז האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:הסידור שנדפס לראשונה עם נוסח ספרד

די לשון מיינט: די סידור וואס איז "צוערשט" געדרוקט געווארן (מיט)[אויף] נוסח ספרד.

אויב אזוי דארף מען זאגן, הסידור בנוסח ספרד שנדפס לראשונה
אם לא עכשיו אימתי
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

נישט קשה האט געשריבן:ווי זאגט מען דאס ווארט 'פארזעהט' אדער 'פארזעהן' אויף לשון הקודש.

הפסיד?
לא הבחין?

וואס זאגט דער עולם?

לא שם עינו ולא שת לבו
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

נעלם ממנו (לפי שעה)
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

כמות/איכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

ווי זאגט מען אויף 'עכט' לשון קודש "כמות" = "quantity"
וי זאגט מען אויף 'עכט' לשון קודש "איכות" = "qality"

דאס בעסטע ווען כ'וועל האבן אויף לשון מקרא, אבער ס'איז מיר גוט אויך לשון משנה.

מענין לענין באותו ענין, נאך א פראגע:

פון וואנען איז אויסגעוואקסן דער "כמות", פילייכט "כמה"?
פון וואנען איז אויסגעוואקסן דער "איכות", פילייכט וואס, "איך" ?... פשט?
איז אפשר "מהות" נולד געווארן פון "מה"? אפסס.. ווי זאגט מען דאס טאקע אין לשון קודש?

אלנפאלס, מיר דאנקען פון פאראויס פאר די הילף.

__
ביטע, איך ווייס אז אין די ראשונים ווערט דאס שוין געברענגט - א דאנק.
ביטע, איך ווייס אז מ'קען זאגן אז דאס איז לשון קודש - אנטשולדיגט.
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

כמות/איכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

די ווערטער כמות/איכות האבן נישט ריפלעיסט קיין שום אנדערע ווארט פון "עכט" לשון קודש, ס'איז נאר פאבריצירט געווארן דורך די פריעדיגע,
אלס א סילושען אין די בחינה פון one size fits all.

ס'טייטש אז אויף עכט לשה"ק ווען מ'וויל ארויסברענגן די הגדרה פון כמות און איכות, וועט מען מוזן ארויסשרייבן קלאר מיט ווערטער, די סארט כמות און איכות פון וואס מ'רעדט.
למשל: ויהי שם לגוי גדול, עצום/ורב. (איכות/כמות). אדער: הספר קטן בסכום הדפים שבה, אבל גדול במה שנמצא כתוב בה.
קניתי ענבים מועטים במספרם, אבל מובחרים בטעמם. הבית קטן במידתו, אבל גדול ביפיו.
(פונקליך ווען מ'נוצט מנין/מספר/מדה/משקל, גדול/הרבה, איז א נושא פאר זיך)

למעשה אז אונז האב מיר אזא גוטע ווארט ווי איכות און כמות, און קיין שייכות מיט היברעאיש האט עס נישט, דאן פארוואס זאל מען עס נישט נוצן.

בנוגע וויאזוי דו האסט צונומען די שורש פון די ווערטער, ביסטו מעכטיג, איך זעה נישט וויאזוי מ'זאל עס קענען אנדערש אפלערנען.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”