וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גוט יישר כח.
אנטוויקלט זיך איז פיין אבער וועט נישט דינען איבעראל ווי developing איז באניצט, לכאורה

developing story = די געשיכטע אנטוויקלט זיך? אדער די געשיכטע האלט זיך אינמיטן אנטוויקלען? קיינע פון זיי קלינגט נישט אזוי גוט ווי אין ענגליש

א development וואס מ'בויעט, קען מען דען ניצן א אנטוויקלונג? הערט זיך כלל נישט ריכטיג
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

האסט נאך קיינמאל געהערט פון נייעס אנטוויקלונגען? מ'נוצט עס, אבער טאקע נישט אזוי סאך.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

צי זאל מען בייגן ארטיקלן און סובסטאנטיוון אין טיטלען לויטן בייגפאל? צב"ש וועלכער איז בעסער: "איך האב אויסגעלייענט 'דער איד'" אדער "איך האב אויסגעלייענט 'דעם איד'"?
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ארגאן האט געשריבן:צי זאל מען בייגן ארטיקלן און סובסטאנטיוון אין טיטלען לויטן בייגפאל? צב"ש וועלכער איז בעסער: "איך האב אויסגעלייענט 'דער איד'" אדער "איך האב אויסגעלייענט 'דעם איד'"?

גוטע שאלה, כ׳האב שוין געטראכט דערוועגן אמאל. כמיין אז מטוישט נישט. דער ארטיקל איז א חלק פונעם נאמען פון דער זאך.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אגב, לויט ווי כהאב באמערקט, איז ביי אונז איז אויך אנגענומען אז ווען א שם דבר פאלגט נאך מיט א רייע טיטלען, טוישט מען נאר דעם ערשטן. למשל, ״פון זיין רבי׳ן, דער בעל שם טוב.״

די יידישסטן שרייבן, ״פון זיין רבי׳ן, דעם בעל שם טוב.״
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

העי, עולם, וויאזוי זאגט מען ארויס אויף אידיש די ווארט "פרייוועסי"??
PRIVACY?
פריוואטקייט איז אביסל, נעה, נישט עכט. געהיימניש? געהיימניס? אאננימוס? אנאנעמיסקייט?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

פריוואטקייט איז דער גענויער אפטייטש. כאפ איך נישט וואס אייך דרוקט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קוואל וואסער האט געשריבן:העי, עולם, וויאזוי זאגט מען ארויס אויף אידיש די ווארט "פרייוועסי"??
PRIVACY?
פריוואטקייט איז אביסל, נעה, נישט עכט. געהיימניש? געהיימניס? אאננימוס? אנאנעמיסקייט?

privacy איז פריוואטקייט, ווי @קענטאקי שרייבט, אדער יחידות.

א געהיימניס איז א סוד. טון עפעס אין געהיים באדייט פארבארגן פון אנדערע, ווי געהיים-פאליציי.

אנאנימיס איז מסתמא אויך אידיש; ס'איז נישט דא עפעס אנדערש דערויף.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

גרשון האט געשריבן:
קוואל וואסער האט געשריבן:העי, עולם, וויאזוי זאגט מען ארויס אויף אידיש די ווארט "פרייוועסי"??
PRIVACY?
פריוואטקייט איז אביסל, נעה, נישט עכט. געהיימניש? געהיימניס? אאננימוס? אנאנעמיסקייט?

privacy איז פריוואטקייט, ווי @קענטאקי שרייבט, אדער יחידות.

א געהיימניס איז א סוד. טון עפעס אין געהיים באדייט פארבארגן פון אנדערע, ווי געהיים-פאליציי.

אנאנים איז מסתמא אויך אידיש; ס'איז נישט דא עפעס אנדערש דערויף.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גערעכט, אין אידיש איז עס אנאנים.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Warehouse. "וועירהאוז" הערט זיך און ליינט זיך זייער ענגליש.

אין אידיש קען מען זאגן מאגאזין, אבער נישט אייביג פאסט עס. נאך א ווארט איז סקלאַד.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שפייכלער איז אויך א סארט מאגאזין/סטארעדזש
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
יוד
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

גרשון האט געשריבן:Warehouse. "וועירהאוז" הערט זיך און ליינט זיך זייער ענגליש.

אין אידיש קען מען זאגן מאגאזין, אבער נישט אייביג פאסט עס. נאך א ווארט איז סקלאַד.

ווען פאסט נישט צי זאגען מאגאזין?
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

יוד האט געשריבן:

מאגאזין מיינט מער א סטרארידז"ש אדער אין לשוה"ק א 'אוצר' (פון תבואה וכדומה), א ווערהאוי"ז איז שוין אויף א גרעסערע פארנעם מיט נאך אסאך זאכן צו דעם.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.

אגב וואס מיינט 'סקלאד' פון וואו קומט די ווארט?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
יוד
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
יוד האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:Warehouse. "וועירהאוז" הערט זיך און ליינט זיך זייער ענגליש.

אין אידיש קען מען זאגן מאגאזין, אבער נישט אייביג פאסט עס. נאך א ווארט איז סקלאַד.

ווען פאסט נישט צי זאגען מאגאזין?

מאגאזין מיינט מער א סטרארידז"ש אדער אין לשוה"ק א 'אוצר' (פון תבואה וכדומה), א ווערהאוי"ז איז שוין אויף א גרעסערע פארנעם מיט נאך אסאך זאכן צו דעם.

אן אוצר איז טאקע געווענלעך תבואה וכדו' אוצרות יין אוצרות שמן ווי אויך אוצרות מלכים וואס איז טייערע אבנים וכדו' ווי ס'שטייט ביי אחשורוש אז ער האט יעדען טאג פונעם 180 טאגיקע סעודה געוויזען 6 אנדערע "אוצרות" פון די 1080 אוצרות וואס זענען בשרשם געקומען פין ארץ ישראל פון ווי נבוכדנצר האט זיי גע'לקח'נט...

לייענענדיג דיין תגובה קלער איך ענדלעך צי וואס די שרייבסט. סטארידז"ש אדער אוצר נוצט מען געווענלעך אויפ א פריוואטע אדער קלענערע פארנעם אזויווי א סטארירזש לעבען טרעפ צי אויפ'ן בוידעם אזוי אויך אוצרות ווי ס'שטייט אין פסחים אז אין די שלושים יום פאר פסח דארף מען שוין "מפנה זיין די אוצרות" אין בודק זיין. אפילו ביי "אחשורוש'ס" אוצרות וואס ער האט געהאלטען ווי זיין "פריוואטע" רכוש ,אין אויך פון דעהם אז ס'איז געוועין "1080" אוצרות איז מסתבר אז מרעדט נישט פון זייער גרויסע בכמות, משא"כ א ווערהאוי"ז איז געווענלעך אויפ א גרויסען פארנעם אדער פאר מערערע מענטשען...

איך ווייס נישט צי "סקלאד" פאטרעיט "ווערהאויז" איך קען נישט דעם ווארט בכלל אפשר וועט ר' גרשן וויסען

שיין צוגעשטעלט.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

אויף אידיש זעצט מען איבער דעם זאץ "one of my friends" ווי "א חבר מיינער", נישט "איין פון מיינע חברים" וואס איז ווי ענגליש. דערמיט ווי זאגט מען "one of these" אויף אידיש?
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ארגאן האט געשריבן:אויף אידיש זעצט מען איבער דעם זאץ "one of my friends" ווי "א חבר מיינער", נישט "איין פון מיינע חברים" וואס איז ווי ענגליש. דערמיט ווי זאגט מען "one of these" אויף אידיש?

מ'קען עס איבערזעצן איינער פון מיינע חברים, ווענד זיך וויאזוי די שמועס גייט ארום דעם. ס'נישט קיין כלל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ארגאן האט געשריבן:אויף אידיש זעצט מען איבער דעם זאץ "one of my friends" ווי "א חבר מיינער", נישט "איין פון מיינע חברים" וואס איז ווי ענגליש. דערמיט ווי זאגט מען "one of these" אויף אידיש?

איינע פון די (אין א קארעקטער אידיש)
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

עפל ?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

עירמאנט'ער האט געשריבן:עפל ?

יא
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

איז דא א ווארט פאר "מעניו"??
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מכטי1 האט געשריבן:איז דא א ווארט פאר "מעניו"??

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p1710342
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ארגאן האט געשריבן:אויף אידיש זעצט מען איבער דעם זאץ "one of my friends" ווי "א חבר מיינער", נישט "איין פון מיינע חברים" וואס איז ווי ענגליש. דערמיט ווי זאגט מען "one of these" אויף אידיש?

מ'קען עס איבערזעצן איינער פון מיינע חברים, ווענד זיך וויאזוי די שמועס גייט ארום דעם. ס'נישט קיין כלל.

איז נישט די ריכטיגע וועג צו זאגן 'one of my friends' - איינע פון מיינע חברים
'a friend of mine' א חבר מיינער ?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”