אויסדריקן וואס איך קוק אן שטארק עם הארציש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך הער מיין שכן ביים דאוונען דריקן דעם "כ" ביי "יאכלמו כקש", און עס קריכט מיר אויף די נערוון. א פיפציג יעריגע מענטש ווייסט נישט אז דער דגוש קומט אויפן "ק"?!!
ער הערט זיך ווי א פינעף יעריגע יינגל וואס וויל רעדן א מיאוס-ווארט...
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

און איך האב געהערט זאגן להיות לכם לאלוקים אויפן דגוש ביים למד,

ער ווייס נישט אז פרנסה געט דער אויבערשטער.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
מקשה זהב
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקשה זהב »

אויב דו רעדסט פונעם ל' פון "לכם", זאלסטו אין באטראכט נעמען אז עס איז דא א ניגון פון משה גאלדמאן ע"ה וואס זינגט אויך אזוי "להיות לכם, לכם לאלוקים" אויך מיטן דגוש אויפן ל'.

אויף א ניגון קען מען קיינמאל נישט האבן קיין טענות, ווייל אויב דער קאמפאזיטאר האט דא געהאט א תנועה, קען ער זיך נישט צושטעלן צום דקדוק. דעריבער איז מעגליך אז דיין שכן האט זיך פשוט אונטערגעזינגען דעם באבוב'ער ניגון, אדער האט ער זיך פשוט איינגעוואוינט אזוי - באזירט אויפן ניגון.

(אגב, איך האב גראדע געהערט אז ר' יוסף צבי ברייער, דער בעלזער קאמפאזיטאר איז יא שטארק מקפיד אויף דקדוק).
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך הער מיין שכן ביים דאוונען דריקן דעם "כ" ביי "יאכלמו כקש", און עס קריכט מיר אויף די נערוון. א פיפציג יעריגע מענטש ווייסט נישט אז דער דגוש קומט אויפן "ק"?!!
ער הערט זיך ווי א פינעף יעריגע יינגל וואס וויל רעדן א מיאוס-ווארט...

עס איז פארהאן צענדליגע אזעלכע דוגמאות ווי מענטשן דריקן גרייזיג, כונס כנד, כי אם כמץ, מפני שהקול וכו'
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ובהם נהגה יומם ולילה, זאגן גאר אסאך מיט א סגול אונטער די ערשטע ה"א, בשעת עס שטייט מיט א שוא, (אין כמעט אלע סידורים).
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

שוועמל האט געשריבן:אבסאלוט גערעכט, כאשוין געטראכט דערפון עטליכע מאל.

אין אר"י וואו מען קען בטבע בעסער לשה"ק שטייט טאקע אזוי ווי דו זאגסט אויף די ארטיגע פלאקאטן.

אוי וויי! אין א"י קען מען גאר בעסער לה"ק?!
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מליץ יושר איז שוין אזא מין געווארענע טיטל פאר א בר מינן, דעריבער ביי א נקבה פאסט מליץ ישרה.
היינו טעמא פון ראש ישיבות און נישט ראשי ישיבה. ווייל דער טיטל איז כמו איין . ווארט ׳ראש-ישיבה׳, און לשון רבים איז ׳ראש-ישיבה׳ס׳.

אגב. אמאל זיצנדיג ביי א משה, האט זיך אינער אויסגערדוקט אז מען דארף זאגן בלשון רבים שמָחות און נישט שמְחות, דא איז ער אויך נישט גערעכט, ווייל עס איז נישט נישט שמְחות, נאר ליבערשט שמְחה׳ס, און מען האט אזוי פאר׳לשון-קודש׳ט דאס ווארט צו שמחות.

אזויווין פארצייטנס פלעגט מען נישט שרייבן אידן נאר יהודים, והדברים עתיקים.

בתי מדרשים איז שוין למעלה מהשגתי, ווי ריכטיג איז עס בתי מדרש, אומריכטיק איז עס ׳בית מדרשות׳, אדער אויף יודיש אפשר ׳בית מדרש׳ן׳, אבער בתי מדרשים, דאס איז שוין עפעס א חידוש לענ״ד.
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

אין דעם זכות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

מ'זאגט, מ'שרייבט, און מ'אפיעלט מיט דעם לשון:

'אין' דעם זכות זאלט איר געבענטש ווערן וכו'

מיין וואונדער איז, האט דען א 'זכות' א חלל אין זיך, א תוכיות. וואס הייסט ''אין'' דעם זכות... אין מיט א י'.

לכאורה האט איינער געוואלט איבערטייטשן דעם לשה''ק'דיגן "בזכות זה תתברכו...
און ער האט נישט געכאפט אז דא מיינט דער ב': "מיט" "דורך" "על ידי" "בזה תדעו כי וגו'" און דער ב' מיינט דא נישט "אין" אינעווייניג".

לויט דעם דארף עס ווען זיין אין אידיש: 'מיט' דעם זכות זאלט עטץ געבענטש ווערן וכו'
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ניין "אין" ווערט דא גענוצט אזוי ווי "דורך".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ווי אזוי זאגט איר דעם שטיקל "הן גוים כמר.... זאג ווייטער
טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ויפה »

האפ קאזאק האט געשריבן:מ'זאגט, מ'שרייבט, און מ'אפיעלט מיט דעם לשון:

'אין' דעם זכות זאלט איר געבענטש ווערן וכו'

מיין וואונדער איז, האט דען א 'זכות' א חלל אין זיך, א תוכיות. וואס הייסט ''אין'' דעם זכות... אין מיט א י'.

לכאורה האט איינער געוואלט איבערטייטשן דעם לשה''ק'דיגן "בזכות זה תתברכו...
און ער האט נישט געכאפט אז דא מיינט דער ב': "מיט" "דורך" "על ידי" "בזה תדעו כי וגו'" און דער ב' מיינט דא נישט "אין" אינעווייניג".

לויט דעם דארף עס ווען זיין אין אידיש: 'מיט' דעם זכות זאלט עטץ געבענטש ווערן וכו'

נקודה נכונה עד מאד
מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

farshlufen האט געשריבן:ניין "אין" ווערט דא גענוצט אזוי ווי "דורך".

געב מיר א משל ווען נאך ניצט מען 'אין' אין פלאץ פון "דורך"?
נישטא אזא זאך.
---
די תירוץ איז למעשה פשוט:
מ'טרעפט אז אין אידיש ניצט מען דעם ווארט "אין" נישט נאר ווען עפעס ווערט ארומגענומען דורך דער צווייטער זאך פון אלע פיר זייטן,
נאר אויך ווען עס רעדט זיך בכלל נישט פון א בית קיבול. נאר וואס דען?

איך וועל קודם געבן אפאר משלים ווען דער "אין" ווערט גענוצט, און לויט דעם וועט מען קענען עס ארויסהאבן:

"פארזיכער זיך נישט אין קיין געלט!"
"כאפ זיך אן אין דעם צוים"!

געלט האט עפעס א "אין"? א אינעווייניג?
א צוים האט א "אין"?
אלא מאי, "אין" ווערט אויך גענוצט ווי צו זאגן: "דער זאך וואו"

איר (סובדזעקט) זאלט געבענטש ווערן (ווערב) אין (פרעפאזיציע) דעם זכות (אינדיירעקט אבדזעקט).
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”