פּראָצעס - trial אדער process - אדער ביידע

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

פּראָצעס - trial אדער process - אדער ביידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

איז ריכטיג צו נוצן דער אידישער ווארט "פראצעס" פאר די ענגלישע process?

לעצטנס געליינט ערגעץ די ווערטער "פראצעס פון עלימינירונג" אלס אן איבערטייטש פון "process of elimination"

דאס האט מיר אויסגעזען אומריכטיג, אין אידיש איז פּראָצעס באנוצט פאר "משפט", אין ענגליש trial

אבער קען זיין אז עס פארנעמט ביידע
אוועטאר
קלאפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפער »

פראצעדור אפשר?
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

פראסעס - פראצעדור / פראסידשער

פראצעס - משפט - געריכט.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

צוגאנג איז איין ווארט דעפונען, און דאס ווארשיינליך א איבערטייטש פון די ענגלישע ווארט.
משפט איז די ריכטיגע אפטייטש וואס דאס איז אויך אזוי אין עטליכע אייראפעער און סלאווישע שפראכען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ווייזער האט געשריבן:פראסעס - פראצעדור / פראסידשער

פראצעס - משפט - געריכט.


נישט קיין ווארט אין אידיש ׳פראסעס׳.
נעמנדיג אין באטראכט די עטימאלאגיע פונ׳ם ווארט, וועט איר זעהן אז דאס ווארט שטאמט, פון פראצעסירן זאכן.
דא איז עס א געריכט, דא איז עס עפעס אנדערש.
ביי געריכט האט עס גראדע איבערגענומען פיל מער ווי עס באדייט.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

צו געזונט האט געשריבן:צוגאנג איז איין ווארט דעפונען, און דאס ווארשיינליך א איבערטייטש פון די ענגלישע ווארט.

צוגאנג איז approach.
איבערהויפט נישט גלייך.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איי עם סאררי. דורכגאנג...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אבער די שורש המילה איז ווארשיינליך די זעלבע ביי ביידע. א געריכט איז א פערצויגענע זאך וואס מען גיין אדורך און א PROCESS איז אויך א זאך וואס נעמט צייט אדורכצוגיין. אלזא, עס איז וואו פאלגענג. די ביזט ארעסטירט און דו האסט אפאר זאכען אדורכצוגיין זיך צו זעהן פריי, און די עסן איז נאכנישט פארטיג, ווייל עס האט נאך א שטיקל וועג ביז עס וועט זיין גרייט. און די זעלבע מיט פראצעדור, ווייל עס געזעהט נישט פון איין סעקונד צום צווייטן
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

איטשע האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:פראסעס - פראצעדור / פראסידשער

פראצעס - משפט - געריכט.


נישטא קיין ווארט אין אידיש ׳פראסעס׳.
נעמנדיג אין באטראכט די עטימאלאגיע פונ׳ם ווארט, וועט איר זעהן אז דאס ווארט שטאמט, פון פראצעסירן זאכן.
דא איז עס א געריכט, דא איז עס עפעס אנדערש.
ביי געריכט האט עס גראדע איבערגענומען פיל מער ווי עס באדייט.


ווייזער האט געמיינט דעם ענגלישן process. וז"פ

דער שורש פונעם ווארט קען זיין און איז מסתבר (הגם עס איז נישט מוכרח) אז עס קומט פונעם זעלבן ווי דער ענגלישער process אבער דאס מאכט עס נישט קיין אידישער ווארט אויב אין אידיש איז עס נאר באנוצט פאר א געריכט פראצעס.

איטשע האט געשריבן:ביי געריכט האט עס גראדע איבערגענומען פיל מער ווי עס באדייט.


דאס איז נישט ריכטיג, מען נוצט עס נישט נאר צו באצייכענען דעם געריכט פראצעדור, נאר עס איז ווי א שם דבר פאר א Trial.

לגבי וואס ווייזער שרייבט Process = פראצעדור / Procedure, בין איך מסופק געווען, ווייל אין ענגליש איז פראסעס נישט די זעלבע ווי פראצעדור, קען זיין אין אידיש יא.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

לאמיר אפירנעמען עטליכע יודישע ווערטערביכער:

הארדוף:
Process n
פּראָצעס ז (ן)

Process v
פּראָצעסירן

הארקאווי - אידיש:
פראָצעס s (-ן pl.)
lawsuit משפט

הארקאווי - ענגליש:
Process (פּראָ׳סעס)
דער גאַנג, דער לויף; דער פערגאַנג, דער פערלויף; אַמיטעל; אַ פּראָצעס, אַ משפּט; אַ פאָרטזאַץ, אַ שטיקעל ביין וואָס שטעהט אָב.

צאנין:
פּראָצעס (ן) דער משפט, דין, נוהל, שיטה, תהליך

אבעלזאהן:
proc'ess n. and v. (פּראָס-עס)
דער פּראָצעס, דער גאַנג, לויף; דער פאָרגאַנג, דער פערלויף; די מעטאָדע, אַ פאָרטזעצונג; אַ פאָרטשריט; אַ פּראָצעס; אַ משפּט; אַ צואוואוקס, אַן אַרויסשטאָרצונג; פערפיהרען אַ פּראָצעס אָדער משפּט [געגען אימעצען]; רעפּראָדוצירן דורךְ אַ מעכאַנישען אַדער פאָטאָגראַפישען פּראָצעס.
אוועטאר
גם זקנתי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2018 12:38 am
לאקאציע: היכל הנגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זקנתי »

לויט ווי איך פארשטיי:
פראצעדור - process
פראצעס - trial
איך ווייס נישט דעם אפשטאם פון די ווערטער אבער אויב דו רעדסט פון פשט טייטש מיין איך אז דאס איז די ריכטיגע.
ס'דא מענטשן וואס האבן ליב געפילטע פיש,
און ס'דא מענטשן וואס גייען מיט א קוטשמע.

(קרעדיט: לאנגזאם)
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”