גרשון האט געשריבן:איך בין נייגעריג אויפ'ן ווארט נער[ה] וואס שטייט אין דער תורה אלץ אן א ה' (דאכט זיך מיר אז אויף איין פלאץ שטייט עס יא מיט א ה'), וואס אין אלע חומשים וועט שטיין אז ס'איז דא א "קרי" מיט א "כתיב". מ'וואלט עס געקענט אראפגעבן סאך פשוט'ער, אז א יונגל מיט א מיידל שרייבט מען די זעלבע, נאר דער ניקוד איז אנדערש: ביי א זכר איז נישט דא קיין ניקוד אויפ'ן ר', און ביי א נקיבה איז דא א קמץ.
די זעלבע איז אויך מיט ליל[ה] אין "אשת חיל", אין משלי, וואו ס'איז דא א "קרי" מיט א "כתיב". ס'איז פשוט אז "ליל" קומט מיט א קמץ אויפ'ן צווייטן ה'.
אוודאי אזוי, די ראשונים וואס רעכענען אויס אלע ווערטער וואס די קרי איז אנדערש פונעם כתיב רעכענען נישט די ווערטער.
בכלל זעהט מיך אויס אז די סעמיטישע שפראכן האבן א טרענד צו ווערן מער און מער מלא מיט די צייט, די פארצייטישע אקקאדישע און בבלישע שריפטן פון פאר די תורה זענען ממש אינגאנצן חסר, אן קיין ההין יודין ואוין און אלפין, סיידן אז מ'זאגט עס ארויס פאר זיך, דו וואלסט עס נישט געקענט ליינען אפילו זאלסט עס איבערשרייבן אויף אותיות מרובעות. די תורה וואס איז שוין שפעטער איז א געמיש צווישן מלא און חסר, מיט אביסל טרעינינג קען זיך יעדע בחור'ל אויסלערנען צו ליינען אין די תורה. די משנה וואס איז שוין נאך שפעטער איז אינגאנצן מלא, און דאס איז צו וואס אונז זענען צוגעוואוינט. די גאונים און געוויסע ראשונים שרייבן שוין מלא דמלא, געוויסע שטופן אריין אלפין יודין ההין און ואוין וואו מ'קען נאר, ס'זעהט שוין אויס ערגער פון אידיש.
מקרא מיינט די ווארט וויאזוי מ'זאגט עס ארויס מיט די נקודות, מסורת מיינט די אותיות אליינס אן די נקודות, און אויף דעם איז דא א מחלוקת צו יש אם למקרא צו יש אם למסורת צו מ'קען דרש'נען א ווארט אנדערש ווי די נקודות המקובל, קיין שייכות מיט קרי וכתיב, איז "ונשל" הברזל מן העץ אויך די קרי אנדערש ווי די כתיב?
חלב ישראל האט געשריבן:די כתיב דארף האבן א פשט אן די קרי אויך, די ווארט "אינגעל" קומט בכלל נישט אריין דארט.
גענוי. ביי אן איינציגן פלאץ וואלט מען געקענט זאגן אז ס'איז א יוצא מן הכלל, אבער המקרה לא יתמיד - אז ס'שטייט אייביג אזוי, מיינט עס אז אזוי קומט דאס ווארט.
חלב ישראל האט געשריבן:בכלל דארף מען צו וואוסן אז די סעמיטישע שפראכן האבן א טרענד צו ווערן מער און מער מלא מיט די צייט, די פארצייטישע אקקאדישע און בבלישע שריפטן פון פאר די תורה זענען ממש אינגאנצן חסר, אן קיין ההין יודין ואוין און אלפין, סיידן אז מ'זאגט עס ארויס פאר זיך, דו וואלסט עס נישט געקענט ליינען אפילו זאלסט עס איבערשרייבן אויף אותיות מרובעות. די תורה וואס איז שוין שפעטער איז א געמיש צווישן מלא און חסר, מיט אביסל טרעינינג קען זיך יעדע בחור'ל אויסלערנען צו ליינען אין די תורה. די משנה וואס איז שוין נאך שפעטער איז אינגאנצן מלא, און דאס איז צו וואס אונז זענען צוגעוואוינט. די גאונים און געוויסע ראשונים שרייבן שוין מלא דמלא, געוויסע שטופן אריין אלפין יודין ההין און ואוין וואו מ'קען נאר, ס'זעהט שוין אויס ערגער פון אידיש.
די גאונים? איך מיין אז נאר די ראשונים, בעיקר אין אשכנז. די סיבה דערצו איז געווען לכאורה דער איינפלוס פון די לאטיינישע און גערמאנישע שפראכן וואס מ'האט גערעדט אין די לענדער פון יהודת אשכנז, וואס ביי זיי זענען דא וואקאלן.
בעלי קורא ווייסן מסתמא אז מ'דארף מדייק זיין צו קוועטשן דער וואך אויפ'ן מ' פון "מתה עלי רחל", אנדערש ווי אין פרשת ויצא ביי "ואם אין מתה אנכי" וואו מ'דארף דריקן דעם ת', ווי דער רשב"ם מערקט דארט אן. דאס זעלבע איז אויך אין פרשת ויצא ביי "ורחל באה", וואס רש"י זאגט אז ביים ערשטן מאל דארף מען קוועטשן דעם א', "און רחל קומט", און ביים צווייטן מאל דעם ב', "און רחל איז אנגעקומען".
אלזא, ביי לשון עבר דריקט מען דעם ערשטן אות, און ביי לשון הוה דעם צווייטן אות. ווי מיין מלמד דרדקי האט געגעבן א סימן, אז דער עבר איז דאך פריער פונעם הוה, קומט אים א פריערדיגן אות...
דער הסבר איז אבער אביסעלע טיפער:
"ער האט געטון", לשון עבר, איז אין לשה"ק פעל. "ער גייט טון", לשון עתיד, איז יפעל. ווי אזוי זאגט מען "ער טוט", לשון הוה? פועל, די זעלבע ווי דער שם העצם פון אן ארבעטער – א פועל. דאס איז ווייל אין לשה"ק איז באמת נישט דא קיין שם פועל בלשון הוה, נאר אויב וויל מען זיך אויסדריקן אזוי, זאגט מען, "יענער איז אן ארבעטער," ווייל אויב ארבעט ער יעצט, איז ער דאך אויפ'ן מאמענט אן ארבעטער.
יעצט, אין לשון זכר האט דאס ווארט "מת" צוויי באדייטן: 1) א טויטער, 2) ער איז געשטארבן. מ'הערט אבער נישט קיין חילוק צווישן די צוויי, ביידע ווערן ארויסגעזאגט די זעלבע. פארשטייט זיך אז אויב וויל מען זאגן אז ער שטארבט יעצט, וועט מען זאגן "מת" מיינענדיג דעם ערשטן באדייט, וויבאלד דאס איז דער שם העצם.
ביי לשון נקיבה איז אבער יא דא א חילוק: ביים שם העצם וועט דער טראפ זיין אויפ'ן ת', מתה, און ביים פועל עבר וועט ער זיין אויפ'ן מ', מתה. דעריבער אין פרשת ויצא וואו רחל האט געזאגט "גיב מיר קינדער, און אויב נישט, [איז פאררעכנט כאילו] איך שטארב", קומט דער טראפ אויפ'ן ת'. משא"כ אין פרשת ויחי וואו יעקב זאגט "איז רחל געשטארבן אויף (צו) מיר", קומט דער טראפ אויפ'ן מ'.
דאס זעלבע איז מיט באה/באה. אין לשון זכר זענען ביידע "בא", מ'הערט נישט קיין חילוק. אבער אין לשון נקיבה זאגט מען בלשון הוה "באה" – בוכשטעבליך "זי איז א קומענדיגע", מיינענדיג "זי קומט" – און בלשון עבר "באה" – "זי איז געקומען".
יישר כוח אגב אימת אמרינן דכתיב ואימת אמרינן ורחמנא אמר? מתי כתיב ותקח שרה בית פרעה ומתי כתיב ותלקח אסתר בית המלכות. למה על שור אומרים שוורים ועל יונה לא אומרים יוונים
שבועת ראם האט געשריבן:יישר כוח אגב אימת אמרינן דכתיב ואימת אמרינן ורחמנא אמר? מתי כתיב ותקח שרה בית פרעה ומתי כתיב ותלקח אסתר בית המלכות. למה על שור אומרים שוורים ועל יונה לא אומרים יוונים
1. בלי עיון ובלי מקור לדבר, היה נראה לפום ריהטא דמלת "דכתיב" היא על איזה פסוק ככתבו (direct quote), בעת "ורחמנא אמר" מתייחס לענין המבואר בתורה בלי דקדוק אחר הלשון (indirect quote).
2. "ותקח" מולת "ותלקח" שונה בכפליים: האחד בשורש התיבה, כי ותקח שורשה "קח", וותלקח שורשה "לקח". והשני בדקדוקה, כי ותוקח במשקל פוּעַל (עם שורוק במקום מלאפום), וותלקח במשקל יִפָּעַל, ויש הפרש בין שניהם (וכן במשקל יתפעל), אינני זכורני כעת.
3. איני יודע מדוע אין אומרים שורים בווא"ו אחד. אבל מעניין שהתימנים אומרים הברת הווא"ו כהברת W, וכן החולם הנכונה יש בה כעין הברה זו, כמו O. ולפי זה אין הרבים רחוק כל כך מהיחיד.
אני שמעתי דתלוי אם הפסוק הוא בחומש דברים שהוא משנה תורה וכפי הראשונים הם דברי משה שהסכימה דעתו יתברך אזי נכתב רחמנא אמר משא"כ סדרי בראשית שמות ויקרא במדבר. או ההיפוך הוא הנכון. אבל צריך לבדוק האם זה נכון בכל מקום בש"ס יישר כוחכם
די גאנצע תורה האט משה רבינו געשריבן ע"פ נבואה, אזוי אויך אלע ספרי הנביאים האבן זיי געזאגט ע"פ נבואה. דאך זענען דא פארשידענע דרגות, ווי רש"י אין פרשת מטות זאגט אז ס'איז א חילוק פון "כה אמר ה'" און "זה הדבר אשר צוה ה'".
ואלו דברי האוה"ח תחילת פ' דברים: אלה מיעט הקודם פירוש לפי שאמר אשר דבר משה שהם דברי עצמו, שכל הספר תוכחות ומוסר ממשה לעובר פי ה', ואמרו ז"ל ( מגילה ל"א: ) קללות שבמשנה תורה משה מפי עצמו אמרן, וכו'