כללים אין לשון הקדוש / ארמית

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: כללים אין לשון הקדוש / ארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ארגאן האט געשריבן:פארוואס איז מען מנקד "שָׁאַתָּה" אין תפילת מודים בקמץ? לכאורה שרייבן דא די ספרדים, תימנים און אלטע נוסחים א סגול אונטערן שי"ן (שֶׁאַתָּה).

דאס ווארט 'שאתה' שטייט נאר איין מאל אין פסוק, און עס שטייט מיט א קמץ אונטערן ש', דערפאר גייט מען נאכן לשון המקרא.

אבל עי' קובץ אור תורה, תשמ"ב, עמ' קמב והלאה.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: כללים אין לשון הקדוש / ארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חוח בין השושנים האט געשריבן:וכל החיים ווערט אביסל פראבלעמאטיש, ווייל אלע יארן האט מען געזאגט וכל מיט א קמץ, ביז ר"ז הענא אדער יצחק סאטנוב האט עס געטוישט מדעתו, כדי ס'זאל שטימען מיט דעם כלל. אבער די שאלה איז אויב ס'איז טאקע א כלל און פון וואו דאס שטאמט.

מ'קען לכאורה פרעגן אויף דעם כלל פון "וְכֹל בְּכוֹר אָדָם בְּבָנֶיךָ תִּפְדֶּה" אין פרשת והיה כי יביאך. הגם אויב ס'איז באמת א כלל, איז נישט עק וועלט אז ס'שטייט אנדערש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: כללים אין לשון הקדוש / ארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

ווען שרייבט מען לולי אין ווען לולא?
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: כללים אין לשון הקדוש / ארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

ברכה והצלחה האט געשריבן:ווען שרייבט מען לולי אין ווען לולא?


לולי = ווען יא
לולא = ווען נישט
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: כללים אין לשון הקדוש / ארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

מיכל האט געשריבן:
ברכה והצלחה האט געשריבן:ווען שרייבט מען לולי אין ווען לולא?


לולי = ווען יא
לולא = ווען נישט

שטומט נישט אסאך פלעצער
כגון בתהלים קכ"ד לוּלֵ֣י ה' שֶׁהָ֣יָה לָ֑נוּ בְּק֖וּם עָלֵ֣ינוּ אָדָֽם, מיינט ווען נישט די אייבערשטער איז מיט אונז!
אזוי אויך פרשת האזינו פסוק כ"ז לולי כעס, עי' רש"י שם "אם לא שכעס"
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: כללים אין לשון הקדוש / ארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

גרשון האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שבועת ראם האט געשריבן:שמעתי פעם בשם הרה"ג ר' גדליה נדל זצ"ל כי בזמירות שבת ואשרי כל חוכה לתשלומי כפל מאת כל סוכה, צריך לומר כל בחולם כי כל בקמץ משמע שיש יותר מסוכה אחד ח"ו. ודו"ק

גם אני שמעתי כן.
אבל שמעתי ממדקדקים שאין כל ממש בזה, לפי ששניהם יכולים להתפרש במובן של "אלע / אלעס" וגם במובן של "יעדע".

אדרבה, ווער ס'קען זיך אויס - זאל ביטע אריינקומען קלארער.

כ'בין נישט קיין גרויסער מדקדק, אבער אויבנאויף קוקט אויס ווי ס'איז יש ממש בגו.

דו ווייסט פון א פסוק וואו ס'שטייט כל מיט א קמץ מיט אזא באדייט?


וואס איך שרייב דא איז נישט מידיעה בחוקי הדקדוק, נאר פשוט וויאזוי איך לערן חומש רש"י, ואולי ליגט עפעס דערינען.

דער חילוק פון כֹל און כָל איז נישט אין טייטש נאר צו עס איז דבוק מיט'ן קומענדיגן ווארט אדער נישט. אלץ א רעזולטאט וועט געווענליך כֹל טייטשן 'אלעס' (מרב כֹּל), ווייל ווען עס טיישטש 'יעדער' דאן מוז עס זיין דבוק צום קומענדיגן ווארט, ווייל מ'מוז דאך זאגן ווער דער יעדער איז (כָּל איש ואשה).
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: כללים אין לשון הקדוש / ארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
מיכל האט געשריבן:
ברכה והצלחה האט געשריבן:ווען שרייבט מען לולי אין ווען לולא?


לולי = ווען יא
לולא = ווען נישט

שטומט נישט אסאך פלעצער
כגון בתהלים קכ"ד לוּלֵ֣י ה' שֶׁהָ֣יָה לָ֑נוּ בְּק֖וּם עָלֵ֣ינוּ אָדָֽם, מיינט ווען נישט די אייבערשטער איז מיט אונז!
אזוי אויך פרשת האזינו פסוק כ"ז לולי כעס, עי' רש"י שם "אם לא שכעס"


איר זענט גערעכט מיט איין קליינע אויסנאם: עס שטימט נישט אין ערגעץ!

(מיין טעות שטאמט פון אלמלא = אלמלי)

'איבעראל' אין תנ"ך (כן נראה לפי חיפוש מהיר שערכתי עכשיו) ווערט סיי "לולא" און סיי "לולי" גענוצט אין קאנטעקסט פון 'ווען נישט'. און עס איז לכאורה צוזאמגעשטעלט פון די ווערטער "לו (אויב, ווען) לא (נישט)"
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: כללים אין לשון הקדוש / ארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

מיכל האט געשריבן:
ברכה והצלחה האט געשריבן:
מיכל האט געשריבן:
ברכה והצלחה האט געשריבן:ווען שרייבט מען לולי אין ווען לולא?


לולי = ווען יא
לולא = ווען נישט

שטומט נישט אסאך פלעצער
כגון בתהלים קכ"ד לוּלֵ֣י ה' שֶׁהָ֣יָה לָ֑נוּ בְּק֖וּם עָלֵ֣ינוּ אָדָֽם, מיינט ווען נישט די אייבערשטער איז מיט אונז!
אזוי אויך פרשת האזינו פסוק כ"ז לולי כעס, עי' רש"י שם "אם לא שכעס"


איר זענט גערעכט מיט איין קליינע אויסנאם: עס שטימט נישט אין ערגעץ!

(מיין טעות שטאמט פון אלמלא = אלמלי)

'איבעראל' אין תנ"ך (כן נראה לפי חיפוש מהיר שערכתי עכשיו) ווערט סיי "לולא" און סיי "לולי" גענוצט אין קאנטעקסט פון 'ווען נישט'. און עס איז לכאורה צוזאמגעשטעלט פון די ווערטער "לו (אויב, ווען) לא (נישט)"

"ווען יא" איז פלעין לו.
לו יש חרב בידי כי עתה הרגתיך
פוצה פה ומצפצף
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”