קעפלעך ביים שרייבן, ווען, וויפיל, און וויאזוי?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

קעפלעך ביים שרייבן, ווען, וויפיל, און וויאזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

אזוי ווי ס'איז דא צווישן שרייבער'ס פארשידענע מהלכים דערין
וויל איך וויסן קודם איין חלק דערפון:
איז פראפעשאנעל צו מאכן קעפלעך אינמיטן א מעשה?
למעשה קעפלעך מאכט שיין א באשרייבונג, און ס'טיילט אפ איין זאך פונעם צווייטן, און ס'מאכט גרינגער פארן ליינער צו ליינען
די שאלה איז נאר צו אינמיטן א לענגערע מעשה קומט אויך אריין קעפלעך?
צו ס'נעמט אפשר אוועק פון די שפאנונג פון די מעשה, ווייל למעשה די קעפל דערציילט שוין אביסל וואס מ'גייט ווייטער ליינען..
אויב דער עולם קען אביסל אויסקלארן די נושא?
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

פון א גראפיקער׳ס פוינט אוו וואיו איז וויכטיגע קעפלעך ווייל דאס באצירט און גיבט א געשמאק פאר די פעידזש לעיאוט.... איי ווילסט נישט אויסזאגן וואס ס׳קומט ווייטער? כ׳מיין מ׳קען מאכן קעפלעך וואס זאלן דייקא אנציען און נישט אויסזאגן....
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

Graphic24 האט געשריבן:פון א גראפיקער׳ס פוינט אוו וואיו איז וויכטיגע קעפלעך ווייל דאס באצירט און גיבט א געשמאק פאר די פעידזש לעיאוט.... איי ווילסט נישט אויסזאגן וואס ס׳קומט ווייטער? כ׳מיין מ׳קען מאכן קעפלעך וואס זאלן דייקא אנציען און נישט אויסזאגן....

אבער אפי' ממש פאר יעדע קליינע פערעגראף?
אדער צופיל קען שוין אפשר נערוועז מאכן דעם ליינער???
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

אילו זכינו האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:פון א גראפיקער׳ס פוינט אוו וואיו איז וויכטיגע קעפלעך ווייל דאס באצירט און גיבט א געשמאק פאר די פעידזש לעיאוט.... איי ווילסט נישט אויסזאגן וואס ס׳קומט ווייטער? כ׳מיין מ׳קען מאכן קעפלעך וואס זאלן דייקא אנציען און נישט אויסזאגן....

אבער אפי' ממש פאר יעדע קליינע פערעגראף?
אדער צופיל קען שוין אפשר נערוועז מאכן דעם ליינער???

גערעכט צופיל מאכט טאקע נערוועיז; איך מיין... פאר א צייטונג למשל; 3-5 פאר א פעידזש...
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

Graphic24 האט געשריבן:פון א גראפיקער׳ס פוינט אוו וואיו איז וויכטיגע קעפלעך ווייל דאס באצירט און גיבט א געשמאק פאר די פעידזש לעיאוט.... איי ווילסט נישט אויסזאגן וואס ס׳קומט ווייטער? כ׳מיין מ׳קען מאכן קעפלעך וואס זאלן דייקא אנציען און נישט אויסזאגן....
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אילו זכינו האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:פון א גראפיקער׳ס פוינט אוו וואיו איז וויכטיגע קעפלעך ווייל דאס באצירט און גיבט א געשמאק פאר די פעידזש לעיאוט.... איי ווילסט נישט אויסזאגן וואס ס׳קומט ווייטער? כ׳מיין מ׳קען מאכן קעפלעך וואס זאלן דייקא אנציען און נישט אויסזאגן....

אבער אפי' ממש פאר יעדע קליינע פערעגראף?
אדער צופיל קען שוין אפשר נערוועז מאכן דעם ליינער???

נארמאל איז איינס פער יעדע ווארד דאקומענט בערך.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

פון א זשורנאליסטישע פוינט אף וויו
עי פי האט איין גרויסע קעפל, צומאל אן סוב קעפל, דערנאך בלויז פאראגראפן, אמאל קוואוטס.
רויטערס האט א קליינע קעפל, דערנאך א קעפל פאר יעדע פרישע פאראגראף
נו גוט, נו שוין!
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

לעצטנס וויילנדיג אויף דאטשע האבעך געזעהן אין די דירה דארט א ארץ ישראלדיגע אויסגאבע, און געמערקט אז די קעפלעך זענען בכלל נישט בין ענין לענין, דהיינו עס איז נישט מגדיר וואס קומט ווייטער ביזן קומענדיגע קעפל, נאר סתם וואו עס קומט א אינטעסאנטע נקודה וואס די קעפל קען ציען אויפמערקזאמקייט.

מיר האט עס געגעבן א געפיהל אז דער שרייבער רייט אויפן ליינער.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

רב טקסט האט געשריבן:לעצטנס וויילנדיג אויף דאטשע האבעך געזעהן אין די דירה דארט א ארץ ישראלדיגע אויסגאבע, און געמערקט אז די קעפלעך זענען בכלל נישט בין ענין לענין, דהיינו עס איז נישט מגדיר וואס קומט ווייטער ביזן קומענדיגע קעפל, נאר סתם וואו עס קומט א אינטעסאנטע נקודה וואס די קעפל קען ציען אויפמערקזאמקייט.

מיר האט עס געגעבן א געפיהל אז דער שרייבער רייט אויפן ליינער.

יאפ, נוסח ישראלי. ס'איז זייער פראפעסיאנאל אזוי, ס'מאכט אבער גוט נערוועז.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

פארהאן עטליכע סארט מהלכים אין מאכן קעפלעך.

איינס. א קעפל וואס איז א פראגע. דאס מיינט א פראגע וואס איר ענטפער ווערט פארענטפערט במשכ'ן ליינען די קומענדיגע פאראגראפן ביז'ן קומענדיגן קעפל.

צוויי. א קעפל וואס זאגט אויס אין קורצן וואס די קומענדיגע פאראגראפן זאגן אין קורצן.

דריי. א קעפל וואס מ'שרייבט געווענליך אין לענגערע מאמרים פשוט ציטירט פון איינע פון די פאראגראפן.

יעדע פון די אויבנדערמאנטע האט זיך זיינע מעלות והכל כפי הענין והמצב.
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

מוכר ספרים האט געשריבן:פארהאן עטליכע סארט מהלכים אין מאכן קעפלעך.

איינס. א קעפל וואס איז א פראגע. דאס מיינט א פראגע וואס איר ענטפער ווערט פארענטפערט במשכ'ן ליינען די קומענדיגע פאראגראפן ביז'ן קומענדיגן קעפל.

צוויי. א קעפל וואס זאגט אויס אין קורצן וואס די קומענדיגע פאראגראפן זאגן אין קורצן.

דריי. א קעפל וואס מ'שרייבט געווענליך אין לענגערע מאמרים פשוט ציטירט פון איינע פון די פאראגראפן.

יעדע פון די אויבנדערמאנטע האט זיך זיינע מעלות והכל כפי הענין והמצב.

די פערטע איז: ממש נאר צוויי דריי ווערטער פשוט אפצוטיילן די פאראגראפן איינס פונעם צווייטן,
די קעפל האט עפעס מיט וואס ס'גייט שטיין אין די קומעדיגע שורות אבער ס'זאגט נישט ממש אויס וואס
ס'מאכט עס אבער יא מער פראפעשענאל און געשמאק פארן ליינער.
למשל:
די טיפיקעל קעפל פון 'הרימותי בחור מעם' וואס מ'שרייבט פאר ווען מ'שרייבט פון איינעמ'ס בחורישע יארן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”