וועגן פארשידענע נוסחאות בפיוט אקדמות

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גרשון האט געשריבן:איך וואונדער מיך שוין א לאנגער צייט איבער דעם פענאמען אז אין אראמיש ווערט א "צ" פון לשה"ק פארוואנדלט אין אן "ע." עטליכע ביישפילן אויף דעם זענען: חמץ/חמיע, עץ/אעא, מצוקה/עקא, און נאך גאר אסאך אזעלכע ווערטער. (מפי הזכרון, דאס ווערט ערווענט ערגעצוואו אין רמב"ן על התורה.)

מילא אז א "ש" ווערט א "ת," קלינגען די צוויי אותיות ענליך; "ד" און "ז" קען מען נאך אויך פארשטיין ווי אזוי זיי קומען זיך צאם. אבער "צ" און "ע" זענען אפילו נישט קיין ווייטע קרובים, ווי אזוי איז אלזא געשען דער צוזאמשטעל?

עס וואלט געקענט זיין א סברא וויבאלד זיי זעען אויס ענליך אין שריפט. עס איז אבער, ווי פארשטענדליך, א גרויסן דוחק, ווייל די שפראך וואס מענטשן רעדן טוישט זיך כסדר לויט דער הברה, נישט לויט ווי אזוי מען שרייבט. מעגליך ווייסט איינער צו אנטשיידן דעם רעטעניש?

רב טקסט האט געשריבן:די צד"י \ עי"ן געפינט מען אויך ביי ארץ - ארעא.
כמדומה אז כ'האב עפעס געזעהן דערוועגן, ואודה ולא אבוש לומר [שכחתי אם] שמעתי ושכחתי.

היינט האב איך געזען אין אבן עזרא בפרשתן, אויפ'ן פסוק "ואם בת היא וחיה", שרייבט ער אז א ת' קומט אפטמאל אויפ'ן פלאץ פון א ה' - ווי חיה/חית הארץ - וויבאלד א ת' קוקט אויס ווי א ה' נאר צוגעענדיגט דאס פעלנדע שטיקל. (איי, פארוואס ווערט עס נישט קיין ח'? קשיא.) פון דעם, שרייבט ער ווייטער, קען מען אויפדרינגען ווי דער שיטה אז אונזער כתב אשורית איז דער ארגינעלער כתב, ווייל מ'זעט דאך אז א ה' ווערט ערזעצט מיט א ת'.

לפי זה איז דא א גרונד צו מיין סברא אז דערפאר טוישט זיך אויף א צ' מיט אן ע'. הגם ס'איז שטארק אינטערעסאנט, ווייל איך ווייס נישט פון היינט צוטאגס באניצטע שפראכן וואו ווערטער ווערן געשאפן אויף דעם אופן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”