רעדן נישט ווי עס איז מנוקד בקרא

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

איינער קען ביטע אנצייכענען דער מ"מ אין מכלול?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איך טרעף עס אלטס אינטרעסאנט ווי מענטשן רעדן אריין אין זאכן וואס זיי קענען זיך בכלל נישט אויס (אדער מיינען אז זיי ווייסן אביסל וואס דאס איז אפילו ערגער בבחינת שלא הגיע להוראה ומורה).

חלום איז על משקל בכור מיט א שוא (חטף פתח צוליב די גרונית) וחולם. מ'געפונט עס גענוג מאל אין תנ"ך בנפרד צו וויסן אז ס'איז נישט במשקל שלום בקמץ וחולם.
הדס איז -לויט ווי מ'טרעפט אין פסוק- על משקל יקר כתב מיט שוא וקמץ. נישט דא קיין סיבה אויפצומאכן אדער מיינען אז ס'איז על משקל דבר בשני קמצים.

איי מ'רעדט אנדערש אין אידיש? נו ס'איז דאך אידיש נישט לשה"ק.
וכל זה פשוט למי שדרכו רגליו על קצה מפתן בית הדקדוק.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

להודות האט געשריבן:איך טרעף עס אלטס אינטרעסאנט ווי מענטשן רעדן אריין אין זאכן וואס זיי קענען זיך בכלל נישט אויס (אדער מיינען אז זיי ווייסן אביסל וואס דאס איז אפילו ערגער בבחינת שלא הגיע להוראה ומורה).

חלום איז על משקל בכור מיט א שוא (חטף פתח צוליב די גרונית) וחולם. מ'געפונט עס גענוג מאל אין תנ"ך בנפרד צו וויסן אז ס'איז נישט במשקל שלום בקמץ וחולם.
הדס איז -לויט ווי מ'טרעפט אין פסוק- על משקל יקר כתב מיט שוא וקמץ. נישט דא קיין סיבה אויפצומאכן אדער מיינען אז ס'איז על משקל דבר בשני קמצים.

איי מ'רעדט אנדערש אין אידיש? נו ס'איז דאך אידיש נישט לשה"ק.
וכל זה פשוט למי שדרכו רגליו על קצה מפתן בית הדקדוק.

כ'האלט מיך נישט פאר א גרויסן בקי אין דקדוק, אבער אזוי האב איך אנגעפאנגען דעם שמועס, פשוט ווייל כ'האב געזען דאס ווארט שטיין אלעמאל אזוי - כ'גלייב נישט אז איבעראל איז א יוצא מן הכלל. נאר איינער האט דא געגעבן א הסבר וואס כ'האב נישט פארשטאנען. איז אפשר קען איינער קלארער מאכן וואס דער הסבר דארף זיין? און אגב, צי איז דא אזא כלל אז ס'קען נישט זיין א שוא אין א שם דבר, אדער ס'עקזיסטירט נישט אזא כלל?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

גרשון האט געשריבן:נאר איינער האט דא געגעבן א הסבר וואס כ'האב נישט פארשטאנען. איז אפשר קען איינער קלארער מאכן וואס דער הסבר דארף זיין? און אגב, צי איז דא אזא כלל אז ס'קען נישט זיין א שוא אין א שם דבר, אדער ס'עקזיסטירט נישט אזא כלל?

א. פון יענער הסבר רעד איך טאקע.
ב. נישט דא אזא כלל. ס'איז דא צענדליגע שם דבר'ס מיט א שוא.

אויף וועלכע שאלה זוכסטו א הסבר?
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

להודות האט געשריבן:הדס איז -לויט ווי מ'טרעפט אין פסוק- על משקל יקר כתב מיט שוא וקמץ. נישט דא קיין סיבה אויפצומאכן אדער מיינען אז ס'איז על משקל דבר בשני קמצים.

אפשר אז איר זענט יא הגיע להוראה ומורה.. דאן זאגט ביטע פשט אין די ווערטער.

'וכתב במכלול, שאפילו במקום שאינו דבוק לתיבה שאחריה, יצאה תיבה זו מן הכלל להינקד בשוא תחת ההא'

'וכיון שתיבת הדס אינו מחובר לתיבת שטה שאחריה, אם כן צריך לנקוד הדס בקמץ תחת הה"א, כמו שאר השמות'

'והשבתי לו גם כן על פי ספר המכלול שכתב כנזכר לעיל, שתיבת הדס יצאה מן הכלל, ותמיד נקודה ההא בחטף אפילו כשאין התיבה דבוקה'

להודות האט געשריבן:איך טרעף עס אלטס אינטרעסאנט ווי מענטשן רעדן אריין אין זאכן וואס זיי קענען זיך בכלל נישט אויס
(אדער מיינען אז זיי ווייסן אביסל וואס דאס איז אפילו ערגער בבחינת שלא הגיע להוראה ומורה).

וכל זה פשוט למי שדרכו רגליו על קצה מפתן בית הדקדוק.

פשיהא [איך בין נייגעריג לויט דיר, גייען די גאוני ארץ אויך אריין אין די אינטערעסאנטע מענטשן וואס רעדן זאכן וואס זיי קענען זיך בכלל נישט אויס, אדער מיינען זיי אז זיי ווייסן אביסל..אדער לא דרכו רגליהם על קצה מפתן בית הדקדוק?]

להודות האט געשריבן:איי מ'רעדט אנדערש אין אידיש? נו ס'איז דאך אידיש נישט לשה"ק.

ס'איז כדאי צו זעהן דאס לשון פון גאון בעל מאיר נתיבים, ווי ער באציט זיך צו וואס מען רופט אויף אידיש.
'אשה ששמה האדס אנו רואים שנקראת בהא קמוצה, כו', ונמצא יפה דקדקו הראשונים שראו ששם האשה האדס שקורין אותה בהא קמוצה ממש, מזה הבינו שאינו על שם הפסוק כו', ולכן החליטו לכתוב באלף.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ביללער האט געשריבן:

ס'איז אינטערעסאנט ווי א שטיקל וואו ס'שטייט פונקט פארקערט ווי דו זאגסט דרייסטו אויס די ווערטער.

ער זאגט אז זיין זון האט זיך געוואונדערט פארוואס דונש בן לברש האט געשריבן הֲדַס, לכאורה איז עס דאך נישט מחובר צום קומענדיגן ווארט. און די תשובה אויף דעם איז אז הגם ס'איז נישט מחובר דארף מען עס שרייבן אזוי.

און טאקע פון דעם איז איז א ראיה אז דער נאמען "הדס" איז בכלל נישט לשה"ק, נאר קומט פון אן אנדערער שפראך!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

גרשון האט געשריבן:

אפשר זענט איר פארדרייט.. ווייל איך כאפ נישט וואו דו זעסט איך זאל דאס האבן פארדרייט
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ביללער האט געשריבן:אפשר אז איר זענט יא הגיע להוראה ומורה.. דאן זאגט ביטע פשט אין די ווערטער.
'וכתב במכלול, שאפילו במקום שאינו דבוק לתיבה שאחריה, יצאה תיבה זו מן הכלל להינקד בשוא תחת ההא'
'וכיון שתיבת הדס אינו מחובר לתיבת שטה שאחריה, אם כן צריך לנקוד הדס בקמץ תחת הה"א, כמו שאר השמות'
'והשבתי לו גם כן על פי ספר המכלול שכתב כנזכר לעיל, שתיבת הדס יצאה מן הכלל, ותמיד נקודה ההא בחטף אפילו כשאין התיבה דבוקה'

דערווייל זעהט אויס אז ער מיינט פשוט צו זאגן אז הדס איז אויף אן אנדער משקל ווי דָבָר חָתָן וכו' און אויך אן א סמיכות קומט עס בשוא/חטף, און נישט ווי דער שואל ובן המחבר האבן געמיינט.

אויב דו טרעפסט אין מכלול אז ער זאגט עפעס מער ענליך צו וואס ער ברעגנט בשמו וועל איך אי"ה פרובירן צו זאגן פשט כיד ה' הטובה עלי.

ביללער האט געשריבן:פשיהא [איך בין נייגעריג לויט דיר, גייען די גאוני ארץ אויך אריין אין די אינטערעסאנטע מענטשן וואס רעדן זאכן וואס זיי קענען זיך בכלל נישט אויס, אדער מיינען זיי אז זיי ווייסן אביסל..אדער לא דרכו רגליהם על קצה מפתן בית הדקדוק?]

קודם כל ווייס איך נישט וואס דו ווילסט. איך האב גארנישט געזאגט איבער גאוני ארץ.
אבער דער אמת איז טאקע אזוי. גרויסע מחברים האבן אויף זיך מעיד געווען אז זיי זענען נישט געווען בקי.

ביללער האט געשריבן:ס'איז כדאי צו זעהן דאס לשון פון גאון בעל מאיר נתיבים, ווי ער באציט זיך צו וואס מען רופט אויף אידיש.
'אשה ששמה האדס אנו רואים שנקראת בהא קמוצה, כו', ונמצא יפה דקדקו הראשונים שראו ששם האשה האדס שקורין אותה בהא קמוצה ממש, מזה הבינו שאינו על שם הפסוק כו', ולכן החליטו לכתוב באלף.

ער איז מוכיח פון דעם וואס מ'זאגט האדס אז ס'איז נישט על שם הדסים און וועגן דעם האבן די פוסקים געהייסן שרייבן מיט אן אלף.
[נאר לכאורה דארף מען פארשטיין לפי זה אז נָחום זאל מען אויך שרייבן מיט אן אלף? ואפשר אז דארט איז מוסכם וידוע אז ס'איז דער זעלבער נאמען ווי דער נביא נאר נשתבש בלשון בנ"א. ואפשר י"ל אז הדס איז מער מסתבר צו תולה זיין אין א שם לעז ווייל ס'וואלט געדארפט זיין הדסה און נאך דערצו זאגט מען עס מיט א קמץ.]
עס מיינט אבער נישט אז יעדער ווארט אין אידיש איז פונקט געמאסטן און אויסגערעכנט.
לעצט פארראכטן דורך להודות אום דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

במח"כ, ביי הדס שרייבט ער בפירוש כמה פעמים אז עס איז אנדערש ווי דער כלל. נישט א אנדערע משקל. מאך זיי נישט כטועה בדבר מקרא.. ער פרעגט ס'שטימט נישט מיט די כלל. ענטפערט ער, אמת לויטן כלל קומט א קמץ, דא אבער איז א אויסנאם. און ברענגט ווי דער מכלול זאגט 'יצאה תיבה זו מן הכלל' 'וכיון שאינו מחובר צריך לנקוד בקמץ כשאר השמות'
ס'שטייט דאך אלעס קלאר ארויס געשריבן באר היטב, מ'קען זיך נישט דינגען דא..

ואס דו שרייבסט וועגן עדות גדולי המחברים ראוי למחוק, כ'ציטער אז ס'גרעניצט זיך קצת בזלזול ליצנות והשכלה.

נחום בקמץ שטאמט נישט פון נביא, נאר כינוי למנחם.

וועגן אידיש, ביסט אוודאי גערעכט אז נישט יעדעס ווארט, איך האב עס געברענגט צו ווייזן זייער בליק.בפרט ביי די ווארט.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

ביללער האט געשריבן:נחום בקמץ שטאמט נישט פון נביא, נאר כינוי למנחם.

במח"כ, האסט אזא קלער אדער איז דאס קלאר אזוי? דאס אז איין נחום איז געווען א כינוי למנחם מיינט נישט אז דאס איז דער שורש השם. אדרבה, ברענג א מקור לדבריך.

זע דא פון רב טקסט אז נחום איז נישט דער איינציגער נאמען וואס איז אומריכטיג געזאגט אין אידיש. ממילא, אי משום הא דארף מען נישט מחדש זיין אז נחום איז נישט באמת נחום
viewtopic.php?p=875649#p875649
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

קוק נישט קיין ניקס.. עפן ספרי שמות גיטין ויונעם לך
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

אדרבה, ברענג א מקור לדבריך

ביללער האט געשריבן:עפן ספרי שמות גיטין ויונעם לך

א מ"מ ביטע שעהן
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ביללער האט געשריבן:במח"כ, ביי הדס שרייבט ער בפירוש כמה פעמים אז עס איז אנדערש ווי דער כלל. נישט א אנדערע משקל. מאך זיי נישט כטועה בדבר מקרא.. ער פרעגט ס'שטימט נישט מיט די כלל. ענטפערט ער, אמת לויטן כלל קומט א קמץ, דא אבער איז א אויסנאם. און ברענגט ווי דער מכלול זאגט 'יצאה תיבה זו מן הכלל' 'וכיון שאינו מחובר צריך לנקוד בקמץ כשאר השמות'
ס'שטייט דאך אלעס קלאר ארויס געשריבן באר היטב, מ'קען זיך נישט דינגען דא..

ואס דו שרייבסט וועגן עדות גדולי המחברים ראוי למחוק, כ'ציטער אז ס'גרעניצט זיך קצת בזלזול ליצנות והשכלה.

נחום בקמץ שטאמט נישט פון נביא, נאר כינוי למנחם.

וועגן אידיש, ביסט אוודאי גערעכט אז נישט יעדעס ווארט, איך האב עס געברענגט צו ווייזן זייער בליק.בפרט ביי די ווארט.

די ווערטער "וכיון שאינו מחובר צריך לנקוד בקמץ כשאר שמות" איז פון זיין זון דער שואל, און צום סוף גייט ער אוועק פון דעם.

ס'איז טאקע נישט אינגאנצן קלאר וואס ער זאגט, ווייל ער זאגט אז דאס ווארט איז א יוצא מן הכלל, און ער זאגט נישט אז ס'קומט פון אן אנדערן משקל. אבער אויב מיינט ער טאקע צו זאגן אז באמת קומט עס מיט א קמץ, פארוואס טאקע איז נישט דא קיין איין איינציגן פלאץ וואו דאס ווארט שטייט אזוי? און בכלל, לויט דעם איז דאך דער נאמען הדס יא גוט, ווייל באמת קומט עס דאך מיט א קמץ, און ער פירט דאך אויס אז ס'איז נישט גוט נאר ס'קומט פון אן אנדערער שפראך?

אלא מאי קוקט אויס אז ער מיינט באמת צו זאגן אז ס'קומט יא פון אן אנדערן משקל. מ'דארף אבער טאקע נאכקוקן אין מכלול צו זען גענוי וואס ער מיינט.

אגב, זע איך נישט וואס דו ביזט אזוי פארציטערט געווארן אז געוויסע גדולים האבן נישט געקענט קיין דקדוק (פארשטייט זיך אז איינער וואס איז דן אין די זאכן, אזוי ביי אונזער פאל, האט מסתמא געהאלטן אז ער קען יא, און נישט דאס איז די נושא. מ'רעדט פון דעם וואס אסאך גדולים האבן מעיד געווען אויף זיך אז זיי זענען נישט בקי אין דעם.)

איך האב געמיינט אונזער פאל טאקע
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

מיגו האט געשריבן:
אדרבה, ברענג א מקור לדבריך

ביללער האט געשריבן:עפן ספרי שמות גיטין ויונעם לך

א מ"מ ביטע שעהן

דברי חיים
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ביללער האט געשריבן:ס'שטייט דאך אלעס קלאר ארויס געשריבן באר היטב, מ'קען זיך נישט דינגען דא..
ואס דו שרייבסט וועגן עדות גדולי המחברים ראוי למחוק, כ'ציטער אז ס'גרעניצט זיך קצת בזלזול ליצנות והשכלה.
נחום בקמץ שטאמט נישט פון נביא, נאר כינוי למנחם.

מוטב לסבול דוחק הלשון מלדחוק הענין. שבקיה לקרא דאיהו דחיק ומוקים אנפשיה.
לפום ריהטא מיינט ער וואס איך האב פריער געזאגט. אויב האט איינער א מער מיושב'דיגע פשט בין איך גרייט צו הערן.
[פון וואס ער שרייבט בשם המכלול זעהט אויס אז ער האט בכלל נישט געמיינט צו מדייק זיין אין יעדער פרט.]

וועגן גדולי המחברים האב איך געמיינט אזוי ווי איך האב בפירוש געשריבן (און ווי איינער האט אנגעמערקט) די וואס זענען מעיד אויף זיך.
(דאס איז אבער אויך אמת אז מ'טרעפט אין ספרים וואס רירן אמאל צו זאכן בעניני דקדוק וואס שטימט נישט אזוי.)

'נחום' שטייט טאקע אין בית שמואל אז בסתם איז עס א כינוי למנחם.
לפי זה, פארוואס שרייבט מען נחום און נישט נחם? פארוואס זאגט מען נישט נַחם בפתח אזוי ווי מנחם? און אויב איז עס סיי ווי אנדערש פון מנַחם, פארוואס קען נישט זיין אז עס על שם נַחום?
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

ווייסט איינער וויאזוי מען זאגט "גאסט" אויף לשה"ק?
אוֹרַח? ניין, נישט ריכטיג געזאגט! די ריכטיגע וועג ווי מען זאגט דאס איז אוֹרֵחַ
אוֹרַח איז טייטש א וועג

די וועלט זאגט אז די ג' עבירות החמורות זענען בּיֶהֶרׂג ואל יעבור, אבער באמת זענען זיי דאס בְּיֵהָרֵג ואל יעבור. והחילוק עי' ברש"י פ' וישלח עה"פ ויירא יעקב מאוד ויצר לו

ועוד כמה דוגמאות לזה, ואטו כי רוכלא איתני ואיזיל...
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אין נ"ך שטייט בִּתְיָה, און זאגן זאגן מיר בַּתְיָה.
(אגב, אין די תורה שטייט נישט איר נאמען; בלויז בת פרעה)
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

מונאוויטש האט געשריבן:אין נ"ך שטייט בִּתְיָה, און זאגן זאגן מיר בַּתְיָה.
(אגב, אין די תורה שטייט נישט איר נאמען; בלויז בת פרעה)

דאס רופן בַּתְיָה מיט א פת"ח קומט לכאורה פון דעם וואס אין די ספרי הקבלה איז דער נאמען מרומז אויף בת י"ה
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איינפאכער איד האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי מען זאגט "גאסט" אויף לשה"ק?
אוֹרַח? ניין, נישט ריכטיג געזאגט! די ריכטיגע וועג ווי מען זאגט דאס איז אוֹרֵחַ
אוֹרַח איז טייטש א וועג

די וועלט זאגט אז די ג' עבירות החמורות זענען בּיֶהֶרׂג ואל יעבור, אבער באמת זענען זיי דאס בְּיֵהָרֵג ואל יעבור. והחילוק עי' ברש"י פ' וישלח עה"פ ויירא יעקב מאוד ויצר לו

ועוד כמה דוגמאות לזה, ואטו כי רוכלא איתני ואיזיל...

זייער גוטע דוגמאות. דאס איז אבער ענדערש יא א טעות ווי דער וועג צו זיי זאגן אין אידיש, בפרט די צווייטע דוגמא פון יהרוג ואל יעבור. (אויב האט ער די ברירה יענעם צו דער'הרג'ענען און נישט טון די עבירה איז דאס אוודאי די בעסטע, וואס זאל מען אבער טון אז דער קאזאק האט אים געכאפט.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

מנחם נחום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

ביללער האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:
אדרבה, ברענג א מקור לדבריך

ביללער האט געשריבן:עפן ספרי שמות גיטין ויונעם לך

א מ"מ ביטע שעהן

דברי חיים

ייש"כ פאר'ן מעורר זיין אז דער ענין האט א געהעריגער מקור, איך האב דאס שוין געליינט דא כמ"פ און נישט געוויסט אז דאס האט בכלל א ממשות און יעצט זע איך אז דאס האט גאר א פריערדיקער מקור פון בית שמואל וואס ברענגט אזוי פון סדר מהר"ם. א דאנק פאר מעורר זיין צו קוקן די ספרי שמות גטין, נאך אסאך אינטערעסאנטע ידיעות געטראפן דארט.

כ'האב אביסל געבלעטערט שבת און למעשה איז עס נישט ממש גלאטיג און עכ"פ עס האט נישט קיין שייכות מיט די פאקט אז מ'זאגט עס אנדערש ווי עס שטייט אין פסוק. זע ווייטער
איך בין אויך מסופק אויב אפי' די וואס האבן געהאלטן אז נחום איז א כינוי למנחם איז אבער דער שורש פונעם נאמען פון נחום אין פסוק (די שאלה איז אויב א נאמען פאר זיך קען אויך דינען אלס כינוי פאר אן אנדער נאמען).

ס'איז באמת אן אינטערעסאנטער נושא און ווער עס קען זאל ביטע מעתיק זיין אביסל די ספרים וואס רעדן פון דעם, דער עולם וועט הנאה האבן.

דער ב"ש זאגט פאר א פשטות אז נחום איז מסתמא כינוי למנחם און מ'דארף שרייבן מנחם באופן וואס מ'איז נישט זיכער אז דער נאמען איז נחום אליין. און דער מקור איז דער סדר מהר"ם.

דער טו"ז זאגט אז נחום איז א שם קודש און קומט פונעם נביא. דער ט"ז זאגט אבער "אלא" איך זע אזעלעכע וואס רופן זיך נחום אבער זייער שם קודש איז מנחם און ממילא איז נחום א קיצור השם און ער גייט אריין וויאזוי מ'דארף שרייבן.
ס'איז ממילא נשמע פונעם ט"ז אז דער אופן ווי אזוי מ'זאגט ארויס דעם נחום איז אים בכלל נישט געשטאנען אין וועג צו זאגן אז דער נאמען קומט פונעם נביא.
און ס'איז יתכן אז דער אלא איז נאר כלפי ווי אזוי מ'דארף שרייבן אינעם גט אבער נישט אז ער ציט צוריק פון דעם אז נחום איז מקורו בנביא ובחז"ל. עיי"ש

דער ים ש"ש אין סי' כט רעדט פון נחום דאכט זיך אלס א כינוי און ברענגט ראיות פון פסוק עי' בדבריו (ער רעדט דארט פון נחום בחול"ם וצ"ע. איינע פון די אחרונים זאגט אז בזמנינו זאגן אלע נחום במלאפום)

אבער די שטערקסטע איז וואס דער בית אפרים אין טיב גטין רעדט און ער באציעט זיך ממש צו אונזער שאלה און דאס וועל איך יא מעתיק זיין אפאר ווערטער הנוגע לענין
ואע"ג דהנביא נקרא נחום הנו"ן בפתח ואנו קורין הנו"ן בקמ"ץ מ"מ שם חד הוא וכמו נחום הנגזר ממנחם אע"ג דבמנחם נמי הנו"ן בפתח ואע"ג שי"ל וכו' משא"כ בזה שאנו רוצים לומר שהוא עיקר השם ע"ש הנביא א"כ ה"ל לקרות נחום בפתח אך באמת אין זה ראיה מוכרחת לומר ששם נחום בסתם הוא כינוי למנחם

פון בי"א איז אויך משמע לכאורה אז אויב איז דער נאמען א כינוי למנחם איז נישט מקורו בנביא ולהיפך פון וואס איך בין געווען מסופק. אבער ס'איז נישט מוכרח בדבריו. און אזוי ווי איך בין נישט בקי בטיב שמות וועל איך נישט מאריך זיין ווייל עס קען זיין אז אזא יסוד איז מופרך מעיקרא. און אפשר איז עס דומה צו מרים דמתקריא שרה אדער איזעס נישט ווייל דארט רעדט מען אפשר נישט פון א כינוי. איך קען נישט די סוגיא צו קענען מפלפל זיין.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: רעדן נישט ווי עס איז מנוקד בקרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דער הייליגסטער פלאץ פונעם בית המקדש/משכן ווערט אין דער תורה אנגערופן "קודש הקדשים" - דאס הייליגע פון די הייליגע. (כלומר אז אלע ערטער אינעם בית המקדש זענען הייליג, אבער דאס איז הייליגער אפילו פון זיי.)

אז מ'קוקט אריין אין משנה, טרעפט מען דעם נאמען "קדשי הקדשים", בלשון רבים. דאס ניצט מען אויך פאר די קרבנות, וועלכע זענען צוטיילט צווישן קדשים קלים און קדשי קדשים, נאר דארט איז פארשטענדליך פארוואס זיי ווערן אנגערופן בלשון רבים, דא קען איך אבער נישט טייטשן דאס ווארט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: רעדן נישט ווי עס איז מנוקד בקרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גרשון האט געשריבן:דער הייליגסטער פלאץ פונעם בית המקדש/משכן ווערט אין דער תורה אנגערופן "קודש הקדשים" - דאס הייליגע פון די הייליגע. (כלומר אז אלע ערטער אינעם בית המקדש זענען הייליג, אבער דאס איז הייליגער אפילו פון זיי.)

אז מ'קוקט אריין אין משנה, טרעפט מען דעם נאמען "קדשי הקדשים", בלשון רבים. דאס ניצט מען אויך פאר די קרבנות, וועלכע זענען צוטיילט צווישן קדשים קלים און קדשי קדשים, נאר דארט איז פארשטענדליך פארוואס זיי ווערן אנגערופן בלשון רבים, דא קען איך אבער נישט טייטשן דאס ווארט.

כ'האב איבערגעקוקט, און רוב מאל ווערט עס אנגערופן אין משניות אזוי ווי אין דער תורה: קודש הקדשים. בלויז אויף פיר ערטער שטייט קדשי הקדשים, און ביי אלע האב איך געפונען אז ס'זענען דא וואס זענען גורס אן דעם י'. דער מלאכת שלמה, וועלכער איז א שטארקער מדקדק אינעם לשון המשנה, זע איך אז ער ערווענט נישט די שאלה, אבער דארט וואו ער איז מעתיק די משנה שרייבט ער אן א י'. קוקט אויס ער האט אפילו נישט געזען א גירסא מיט א י', ווען יא וואלט ער מסתמא אויפגעמערקט.

ס'איז אלזא שטארק מעגליך אז "קדשי קדשים" איז א בלויזער טעות, הגם אין די שפעטערדיגע ספרים טרעפט מען עס לרוב.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: רעדן נישט ווי עס איז מנוקד בקרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הוספה: כ'האב אויך געטראפן א גר"א אין דער לעצטער משנה פון מסכת מדות, וואו ער איז מגיה "קודש הקדשים" אנשטאט "קדשי הקדשים". כ'בין אבער מסופק צי ער באציט זיך בפרטיות אויפ'ן קודש הקדשים, אדער ער טייטשט עס בכלל אויפ'ן בית המקדש. ס'איז מעגליך דא א טעות הדפוס אין זיינע ווערטער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: רעדן נישט ווי עס איז מנוקד בקרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

נעמען:
זרח (קומט מיט א סגול)
נחום (קומט מיט א פתח)
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”