70 שפראכן

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ביללער האט געשריבן:ס'איז ווי דער אראבישער א'ל' אנהייב ווערטער, אין לה"ק איז עס ה'

אינטערסאנט
סאיז מסברא אדער מקרא.

לויט ווי דער רמב״ן שרייבט אויף סבטיון
וקורין אותו סמבטיון מפני שביתתו בשבת כי יום השבת בלשון ההוא סבט כאשר הוא בערבי ונהוג בלשונם להוסיף בתארים "יון" אזוביון חוריון מוליון וכן הרבה
יתכן די זעלבע מיט ״וס״

און דוגמא לבר די ״ניו״ פון רבניו טאטעניו מאמעניו און זאגזדשעניו

אויב זאלן מיר אננעמען אז סאיז א ה׳ הידועה אויב אזוי קען מען נוצן די זעלבע אויפן סבטיון (דער שבת)?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

ערגעץ דא אין וועלטל האבן זיך עטליכע געשריבן אין אראביש מיט לשון הקודש אותיות. עפעס אזוי: 'אללה יבארך פיק' וואס עס מיינט ג-ט זאל דיך בענטשן. אויך האב איך אמאל געזען אין א ספר אוצר תפילות ישראל עפעס א תפילה וואס מען זאגט אין תימן אויף אראביש מיט לשון הקודש אותיות. אללה חק ומוסא חק ותוראתו חק (ה' אמת ומשה אמת ותורתו אמת) וכו'
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

לעצטנס האט פרעזידענט טראמפ געטוויט אין פערסיש פאר די איראנע באפעלקערונג. הגם פערסיש נוצט אראבישע אותיות, האט עס נישט קיין שום שייכות מיט אראביש. עס איז אויך א אינדא אייראפעאיש אפשטאמיגע שפראך.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

פאלעסיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

איך זוך איינער זאל מיר עפעס איבערטייטשן אויף פאלעסיש.

גוגל טרענסלעיט האט נישט קיין פאלעסיש.

איז דא אן אנדערע פראגראם וואס האט עס יא?
א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:56 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליכטיגע איד »

היימישער הייקער האט געשריבן:דא האט איר נאך א פערספעקטיוו.

אידן, נאך פון צייטן פון יעקב אבינו, האבן דירעקט געזוכט זיך צו האלטן אפגעזונדערט פון די איבריגע פעלקער. ווי מען קען זען פון דאס אז יוסף האט זיי געהייסן זאגן אז זיי זענען רועי צאן, כדי מען זאל זיי באזעצן ווייט אוועק פון די מצריים. אלץ א דירעקטע תוצאה פון דעם, האבן זיי געהאלטן זייער אייגענע שפראך וואס איז לכאורה געווען א געמיש פון די ארטיגע שפראך מיט די לשון קודש ווערטער וואס זיי האבן נאך מקבל געווען מדור דור. ממש אווי אונזער אידיש.

אזוי איז אויך געווען אלע דורות, די אידן אין שפאניע האבן געהאט אזא שפראך, שפאניש געמישט מיט לשון קודש מיט אן אייגענארטיגע אקצענט, זיי האבן עס גערופן לאדינא. אזוי אויך איז געווען אן אראבישער אידיש וואס פארשידענע ראשונים האבן געשריבן חיבורים אין דעם שפראך. (ווער עס וועט קריגן און זאגן אז די רמב"ם און די חובת הלבבות ועוד, האבן יא געשריבן אין געהעריגע אראביש, וועל איך זיי מכבד זיין צו שרייבן ענגליש מיט לשון קודש'ע אותיות... סאמטינג לייק דיס, באט יו העוו טו רייט אי האל בוק... עס איז נישט מעגליך. דעם געדאנק מקובלני מהגה"צ ר' אליעזר חיים בלום זצ"ל)

די זעלבע איז מיט די לשון משנה, און שפעטער די לשון הגמרא. עס איז א געמיש פון ארגינעלע לשון קודש ווערטער, צוזאמען מיט ווערטער פון די ארטיגע שפראך. נאר די משנה איז מער ארגינעל לשון קודש, משא"כ די גמרא איז שוין מער די בבלי'שע אידיש, דהיינו אן אייגענארטיגע אראמיש געמישט מיט לשון קודש ווערטער.

שלא שינו את לשונם


איך קען נישט קיין גוטע אראביש אויף צו קענען בודק זיין צו עס איז די זעלבע צו נישט, אבער די הנחה און די ראיה איז לא דובים ולא יער.
איז אזוי קודם לאמיר קלאר שטעלען אז אונז קענען נישט די ריכטיגע אותיות היות אונז קענען נישט די ריכטיגע לשון הקודש, עד כדי כך אז לפי וואס עס ווערט ג׳פסקנט אין שלחן ערוך האבן מיר נישט קיין בעלי תפילה (ח-כ) מיט אונזער מבטא פון לשון הקודש וואלטן איד בזמן הבית אונז נישט פארשטאנען
יעצט די אותיות לע״ז וואס מיר ניצן היינט איז באמת לאטייניש (מיט אביסל שנויים) און ווען מען ניצט עס אין אנדערע שפראכן טויג עס נישט געהעריג (אזוי ווי ענגליש) נאר עס איז געווארן איינגעפירט ביי רוים, אבער איינמאל מען האט עס עדאפטעט פארט עס (הגם מען קען מאכן א שמועס פאר זיך איבער דעם, די השפעה פון גריכיש וכו׳)

יעצט אראביש, אראמיש, לשון הקדוש, ועוד זענען אלע סעמיטישע שפראכן די זעלבע געבוי, כללים, דקדוק וכו׳ מיט קליינע שינויים פון שפראך צו שפראך, ממילא איז גרינגער צו שרייבן אותיות פון שפראך צו שפראך, נישט נאר דאס ביי אידן בזמן הבית האט מען זיך באנוצט מיט צוויי מיני אותיות, עברי און אשורית(עיין מסכת מגילה). און עס שרייבט זיך א מחיה פון איינס צום צווייטן.
יש עוד הרבה להאריך בזה, על כל פרט, ועוד חזון למועד
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:56 am

Re: 70 שפראכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליכטיגע איד »

אויף ארויסצוברענגען ווי ווייט אונז זענען פון ארגינעלע לשון הקודש, וואס איז די חילוק צווישן ו,ב. ט,ת. ס,ש,ת. (ח,כ. א,ע איז ידיעה) כ,ק.
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”