מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ס'זענען פארהאן אסאך לשה"ק'ע ווערטער וואס מ'ניצט אין אידיש אבער ס'איז נישט גוט על פי דקדוק אדער לויט דער ארגינעלער הברה אין לשה"ק.

אביסל קענסטו זען דא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

נאך א ראיה אז אמאל פלעגט מען זאגן א פתח אנשטאט א קמ"ץ. (אזוי ווי מ'זאגט חזקת הבתים מיט א פתח אנשטאט קמ"ץ, וכדו')
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שאלעשידעס? דאס איז סעודה שלישית. אויסער אויב דאס האלט אריינגערעכנט אלע דריי סעודות אין זעך
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
כח היחיד
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 15, 2020 4:58 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח היחיד »

מענין לענין
בדרך כלל זענען פאראן פילע אידישע ווערטער וואס זענען בלשון יחיד געזאגט מיט א קמץ אדער פתח און בלשון רבים (אדער בלשון צוגלייכן צו עפעס אנדערש) מיט א סגול. ווי למשל נאז-נעזער באנק-בענק דאך-דעכער שמאל-שמעלער לאנג-לענגער האנט-הענט פאן-פענער קלאפ-קלעפ טאג-טעג א.א.וו.
עס פאלט מיר יעצט ביי איין זאך וואס בלשון יחיד איז עס מיט א סגול און בל' רבים מיט א קמץ, ווער קען צוטרעפן???

‏גראדע איז דא ווערטער וואס טוישן זיך נישט בלשון רבים. למשל 1 פערד 5 פערד. איין יאר 5 יאר. 1 מייז 5 מייז וכו'
איך קום נישט זאגן קיין הסבירים, ווייל איך האב נישט קיין אהנונג. אדרבה טאמיר איינער ווייסט הרי זה מכובד
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

כח היחיד האט געשריבן:מענין לענין

איין מויז, צוויי מייז. אזוי ווי פויגל/פייגל.

לשון רבים ויחיד איז שוין געווארן אויסגעשמועסט דא אויף אייוועלט.

יאר קען אויך ווערן יארן, ס'ווענדט זיך צי מ'זאגט ארויס דעם מספר, צב"ש צען יאר, צענדליגער יארן.

"בלשון צוגלייכן צו עפעס אנדערש" -- דאס רופט זיך א קאמפאראטיוו.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
כח היחיד
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 15, 2020 4:58 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח היחיד »

גרשון האט געשריבן:
כח היחיד האט געשריבן:מענין לענין
בדרך כלל זענען פאראן פילע אידישע ווערטער וואס זענען בלשון יחיד געזאגט מיט א קמץ אדער פתח און בלשון רבים (אדער בלשון צוגלייכן צו עפעס אנדערש) מיט א סגול. ווי למשל נאז-נעזער באנק-בענק דאך-דעכער שמאל-שמעלער לאנג-לענגער האנט-הענט פאן-פענער קלאפ-קלעפ טאג-טעג א.א.וו.
עס פאלט מיר יעצט ביי איין זאך וואס בלשון יחיד איז עס מיט א סגול און בל' רבים מיט א קמץ, ווער קען צוטרעפן???

‏גראדע איז דא ווערטער וואס טוישן זיך נישט בלשון רבים. למשל 1 פערד 5 פערד. איין יאר 5 יאר. 1 מייז 5 מייז וכו'
איך קום נישט זאגן קיין הסבירים, ווייל איך האב נישט קיין אהנונג. אדרבה טאמיר איינער ווייסט הרי זה מכובד

"בלשון צוגלייכן צו עפעס אנדערש" -- דאס רופט זיך א קאמפאראטיוו.

און אויפן אידישן שפראך?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9188
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

כח היחיד האט געשריבן:מענין לענין
בדרך כלל זענען פאראן פילע אידישע ווערטער וואס זענען בלשון יחיד געזאגט מיט א קמץ אדער פתח און בלשון רבים (אדער בלשון צוגלייכן צו עפעס אנדערש) מיט א סגול. ווי למשל נאז-נעזער באנק-בענק דאך-דעכער שמאל-שמעלער לאנג-לענגער האנט-הענט פאן-פענער קלאפ-קלעפ טאג-טעג א.א.וו.
עס פאלט מיר יעצט ביי איין זאך וואס בלשון יחיד איז עס מיט א סגול און בל' רבים מיט א קמץ, ווער קען צוטרעפן???

‏גראדע איז דא ווערטער וואס טוישן זיך נישט בלשון רבים. למשל 1 פערד 5 פערד. איין יאר 5 יאר. 1 מייז 5 מייז וכו'
איך קום נישט זאגן קיין הסבירים, ווייל איך האב נישט קיין אהנונג. אדרבה טאמיר איינער ווייסט הרי זה מכובד

איין דאללער, הונדערט דאלער. אגב, פארוואס זאגן מאנכע "טוללער"?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
ישיבה בחור
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2011 10:28 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיבה בחור »

צו געזונט האט געשריבן:שאלעשידעס? דאס איז סעודה שלישית. אויסער אויב דאס האלט אריינגערעכנט אלע דריי סעודות אין זעך

דער מחבר אין שו"ע באטיטלט דעם סימן דיני שלש סעודות בשבת.
(און ס'איז טאקע דא א ווארט פון צדיקים (כ'געדענק נישט פון וועם) אז די סעודה וואס מ'איז ע"פ רוב נישט אינטערסירט דערין ווייזט אז אלע דריי סעודות איז לכבוד שבת)
ס'אינטערעסירט מיך נישט, איך רוף עס ווייטער די טריי-בארא און די טאפפען-זי.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ישיבה בחור האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:שאלעשידעס? דאס איז סעודה שלישית. אויסער אויב דאס האלט אריינגערעכנט אלע דריי סעודות אין זעך

דער מחבר אין שו"ע באטיטלט דעם סימן דיני שלש סעודות בשבת.
(און ס'איז טאקע דא א ווארט פון צדיקים (כ'געדענק נישט פון וועם) אז די סעודה וואס מ'איז ע"פ רוב נישט אינטערסירט דערין ווייזט אז אלע דריי סעודות איז לכבוד שבת)

א שיינע תורה, אבער די סעודה ווערט באטיטלט אין יענעם גאנצן סימן (רצא) אלס "סעודה שלישית", און ס'איז פשוט אז דאס קעפל באציט זיך אויפ'ן דין פון עסן דריי סעודות שבת.

ביים שרייבן וועט מען קיינמאל נישט ניצן "שלש סעודות" אנשטאט "סעודה שלישית"; ס'איז זעלבסט פארשטענדליך א גרייז אין דער מינדליכער שפראך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

כח היחיד האט געשריבן:עס פאלט מיר יעצט ביי איין זאך וואס בלשון יחיד איז עס מיט א סגול און בל' רבים מיט א קמץ, ווער קען צוטרעפן???

נו וואס?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חאלאוונע האט געשריבן:דאס ווארט קומט מונדליך

כ'ווייס נישט וואו דו האסט דאס אזוי געזען, אבער ס'קומט זיכער מיט א י'.

פון גוגל (-לעך איז יידישיסטיש, אין חסיד'יש אידיש איז דער סופיקס -ליך):
אטעטשמענטס
מינדלעך.png
מינדלעך.png (14.5 KiB) געזען 1243 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9188
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

חאלאוונע האט געשריבן:
ישיבה בחור האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:שאלעשידעס? דאס איז סעודה שלישית. אויסער אויב דאס האלט אריינגערעכנט אלע דריי סעודות אין זעך

דער מחבר אין שו"ע באטיטלט דעם סימן דיני שלש סעודות בשבת.
(און ס'איז טאקע דא א ווארט פון צדיקים (כ'געדענק נישט פון וועם) אז די סעודה וואס מ'איז ע"פ רוב נישט אינטערסירט דערין ווייזט אז אלע דריי סעודות איז לכבוד שבת)

ווייל יענס עסט מען זיכער נאר צוליב שבת

איך האב געזעהן די ווארט אין לקוטי מהרי"ח, געדענק איך נישט בשם וועם.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9188
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

וואקן - walk
איז דא אזא ווארט אין אידיש אדער איז עס אן ענגליש ווארט וואס איז פאראידישט געווארן?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דריידל האט געשריבן:וואקן - walk

די צווייטע. אזוי ווי סטאפן, בלאַקן, קראָסן, קלינען, בראָשן, און נאך צענדליגע ווערטער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9188
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

גרשון האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:וואקן - walk
איז דא אזא ווארט אין אידיש אדער איז עס אן ענגליש ווארט וואס איז פאראידישט געווארן?

די צווייטע. אזוי ווי סטאפן, בלאַקן, קראָסן, קלינען, בראָשן, און נאך צענדליגע ווערטער.

וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש? אפשר שפאנען?
"גיין" איז לכאורה אזויווי go - טון עפעס וואס מאכט אנקומען פון פאינט א' צו פאינט ב'. אבער די ספעציפישע פעולה פון וואקן האט מסתמה א באזינדערע ווארט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

דריידל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:וואקן - walk
איז דא אזא ווארט אין אידיש אדער איז עס אן ענגליש ווארט וואס איז פאראידישט געווארן?

די צווייטע. אזוי ווי סטאפן, בלאַקן, קראָסן, קלינען, בראָשן, און נאך צענדליגע ווערטער.

וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש? אפשר שפאנען?
"גיין" איז לכאורה אזויווי go - טון עפעס וואס מאכט אנקומען פון פאינט א' צו פאינט ב'. אבער די ספעציפישע פעולה פון וואקן האט מסתמה א באזינדערע ווארט.

שפרייזן
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

געהערט אמאל איינעם בעטן "וואק מיך" - די ענגלישע אפטייטש פון walk me - צו באגלייטן
טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:09 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ויפה »

זאג א גוטס האט געשריבן:
כח היחיד האט געשריבן:עס פאלט מיר יעצט ביי איין זאך וואס בלשון יחיד איז עס מיט א סגול און בל' רבים מיט א קמץ, ווער קען צוטרעפן???

נו וואס?

איין שעפעלע אסאך שאף (שעפעלעך)
מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חאלאוונע האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
חאלאוונע האט געשריבן:דאס ווארט קומט מונדליך

כ'ווייס נישט וואו דו האסט דאס אזוי געזען, אבער ס'קומט זיכער מיט א י'.

פון גוגל (-לעך איז יידישיסטיש, אין חסיד'יש אידיש איז דער סופיקס -ליך):

און אז כ'וועל דיר זאגן אז דאס איז איינס פון די פוהלע גרייזן אין די יודישע גוגל איבערזעצונג - בין איך א זקן ממרא? חחח

דו האסט געזען עמיצן שרייבן "מונדליך" אז דו ביסט אזוי זיכער?

גוגל האב איך געברענגט לראיה בעלמא. און ס'זענען, אגב, נישט פארהאן צופיל אויסלייג טעותים אין זייער איבערזעצונג; העכסטנס איז עס נישט ווי אזוי דו לייגסט אויס, נאר לויט ייווא כללים.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ישיבה בחור האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:שאלעשידעס? דאס איז סעודה שלישית. אויסער אויב דאס האלט אריינגערעכנט אלע דריי סעודות אין זעך

דער מחבר אין שו"ע באטיטלט דעם סימן דיני שלש סעודות בשבת.
(און ס'איז טאקע דא א ווארט פון צדיקים (כ'געדענק נישט פון וועם) אז די סעודה וואס מ'איז ע"פ רוב נישט אינטערסירט דערין ווייזט אז אלע דריי סעודות איז לכבוד שבת)

ס'שטייט אזוי פונעם רבי'ן פון לובלין זי"ע
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חאלאוונע האט געשריבן:יעצט פרעגסטו... וועל איך ענטפערן.
יודיש קומט פון דויטש, און אין דויטש זאגט מען mündlich

אי משום הא... אזעלכע זאכן זענען דא אין די הונדערטער. על כל פנים, אין אידיש שרייבט מען "מינדליך". פינטל.

דארפסט דווקא א ביישפיל? כ'וועל נעמען פון דיינע אייגענע ווערטער. דויטש איז דער נאמען פון דער שפראך אין דייטש; אין אידיש זאגט מען דייטש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אים זכרון ליגט מיר פון אלעמאל "שריפטליך און מונדליך" - די אויסלייג ליגט מיר אפילו אין געדאנק מיטן ליטווישן מלאופים.
כח היחיד
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 15, 2020 4:58 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח היחיד »

טוב ויפה האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
כח היחיד האט געשריבן:עס פאלט מיר יעצט ביי איין זאך וואס בלשון יחיד איז עס מיט א סגול און בל' רבים מיט א קמץ, ווער קען צוטרעפן???

נו וואס?

איין שעפעלע אסאך שאף (שעפעלעך)

גענוי דאס האב איך געטראכט! וואס איז דיר פונקט דאס איינגעפאלן?
חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2016 10:52 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרש וחושב »

חאלאוונע האט געשריבן:
און צודעם קומט צו די וואונדער פארוואס מיר זאגן 'שאלעשידעס' אנשטאט נארמאל מיט א קמץ שלוש-סידעס

המקור לכאורה מ'חאלעמויד/ חול המועד
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מקור פון געוויסע היימישע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

חאלאוונע האט געשריבן:און צודעם קומט צו די וואונדער פארוואס מיר זאגן 'שאלעשידעס' אנשטאט נארמאל מיט א קמץ שלוש-סידעס

איך טראכט אז מען האט זיך פארן באשלוסן צו טוישן צו ׳שאלעשידעס׳ זיך אראפגעזעצט מיט א ציין דאקטאר צו הערן פון עהם אויב ער וועט קענען הענדלען די פאציענטן וואס קומען צו אים מיט צובראכענע ציין נאכן ארויסזאגן שלש-סידעס. היות די אינשורענס באצאלט עס נישט. און ס׳איז געבליבן אז די הפסד איז מער
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”