ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
בדרך אגב
וויאזוי זאגט מען תענוג אין אידיש
וויאזוי זאגט מען תענוג אין אידיש
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 254
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
נעה האט געשריבן:בדרך אגב
וויאזוי זאגט מען תענוג אין אידיש
פארגענוגען
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 254
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
און אז מען רעדט שוין פון יודיש
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
תורת חסד האט געשריבן:טשולענט - baked beans
וואס פארשטייט א גוי צו טשולענט? אביסל בונדלעך און ער מיינט ער האט א טשולענט...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
שוואכע צושטעל, אייער צוויבל איז נישט Egg Salad און טשולענט איז נישט baked beans
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- א צווייטער
- שר האלף
- תגובות: 1000
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
קאנטרי מאוד האט געשריבן:א צווייטער האט געשריבן:מ'פרעגט איינעם 'וויאזוי הייסטו'?, אדער וויאזוי האט ער 'געהייסן'?, איז נישט דא אין ענגליש.
???
whats your name?
whats your name איז די טייטש פון וואס איז דיין נאמען, ופשוט.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
- קאנטרי מאוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2154
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
- לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
א צווייטער האט געשריבן:קאנטרי מאוד האט געשריבן:א צווייטער האט געשריבן:מ'פרעגט איינעם 'וויאזוי הייסטו'?, אדער וויאזוי האט ער 'געהייסן'?, איז נישט דא אין ענגליש.
???
whats your name?
whats your name איז די טייטש פון וואס איז דיין נאמען, ופשוט.
אז ס'יז נישטא און א צווייטע שפראך מיינט נישט אז די ביכשטעבליכן טייטש איז נישט דא, נאר מ'קען זיך נישט אויסדריקן די כונה דערפון. און וואס איז וויאזוי הייסטו אנדערש ווי וואס איז דיין נאמען?
- מיין שטעלונג
- שר האלף
- תגובות: 1563
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
- לאקאציע: אין מוח
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
שיעף (אלכסון):
Slope
Slant
--
יעצט באמערקט אז מ'האט שוין געענטפערט. אנטשולדיגט.

חוצפה איז Arrogance (אויך אין אידיש 'אראגאנט').
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
מיין שטעלונג האט געשריבן:חוצפה איז Arrogance (אויך אין אידיש 'אראגאנט').
ענדערש ווי Audacity?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:שטומפיג האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:יישר כח האט געשריבן:"איר" (ווי מען רעד צו א אלטערע יוד)
איר האט די זעלבע באדייט ווי עטס, ס'איז א דרך כבוד צו רעדן בלשון רבים.
אין אידיש:
פארן חבר - דו
פארן רב - איר
פארן רבים - ענק
אין ענגליש:
פארן חבר - you
פארן רב - you
פארן רבים - you
ענק איז נישט במקום דו פאר'ן רבים, נאר במקום דיר.
איר/אייך זענען סינאנימען פאר עטס/ענק, אבער כאטש אין אונזער שפראך נוצט מען עטס/ענק ביים רעדן צו א רבים, נוצט מען אבער איר/אייך ביים רעדן צו עמיצן בדרך כבוד.
פאר'ן רב זאגט מען זיכער נישט איר, נאר 'דער רב'.
אויף קאלמע'ס "א טראפ טיפער" אפטיילונג האבן שמעון ראלניצקי און פנחס גלויבער אויסגעשמועסט אז באמת פלעגט מען אמאל נוצן thou במקום די פראסטע you, בעת וואס you איז געווען רעזערווירט ביים רעדן צו א רבים אדער אן איש חשוב, פונקט ווי די "איר" וואס מנוצט אויף אידיש.
דערוילעם האט אבער מער און מער אנגעהויבן נוצן נאר you צו ווייזן רעספעקט דורכן רעדן אומדירעקט און אזוי איז דער thou פארלוירן געווארן פון טאג טעגליכן באנוץ.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 546
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
נישט ממש אז ס'עקזעסטירט נישט אין ענגליש. נאר די זעלבע ווארט וואס מיינט איין זאך אין ענגליש ווערט אפט גענוצט אין אידיש אין גאר א צווייטע קאנטעקסט; nervous און נערוועז. ביידע מיינען אנגעצויגן, היסטעריש אדער דערשראקן,
אבער אין אידיש וועט מען עס אסאך נוצן ווען איינער פייניגט איינעם "הער אויף צו פגע'ן דו מאכסט מיך נערוועז" שיין וועסטו אויסזעהן אז דו וועסט עס זאגן פאר א גוי ער וועט נישט וויסן וואס דו ווילסט פון אים... לכאורה איז עס עם הארצות.

I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
Socrates-
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 546
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
Kollel האט געשריבן:זארג נישט האט געשריבן:pleasure מיינט הנאה, אבער תענוג האט נישט קיין ענגלישע ווארט
joy
אין געווענליכע פעלער ביזטו גערעכט אבער ס'קען אויך מיינען פרייליך
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
Socrates-
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 546
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am
Re: Re:
ידעתי האט געשריבן:אז מרעד שוין פון זאט, איז אינטערסאנט פארוואס איז דא א ווארט פאר אויס הונגעריג און נישט פאר אויס דארשטיג?
לכאורה ווייל הונגעריג אדער דארשטיג מוז מען נישט זיין אין די זעלבע רגע אבער ווען א מענטש איז פול איז ער פול, און זאט מיינט פול. (נישט אויס הונגעריג)
גייסט נישט יעצט גיין טרינקען פאר נאך א שעה נאך א סעודה רייט? איך בין גראדע מער א טרינקער ווי א עסער אבער ס'איז גאנץ פשוט אז מ'ווערט געווענליך פול מיטאמאל. משא''כ אמאל כאפט אן א הונגער און אמאל כאפט אן א דורשט; אמאל דארף מען עפעס צובייסן און אמאל א קאלטן טרינק לא ראוי זה כראוי זה
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
Socrates-
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5681
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:פרינדזשעס.. האט געשריבן:אין אידיש איז דא א ווארט "פארגינען" אין ענגליש איז נישט דא אזא ווארט!
אומפארגינען איז SELFISH און פארקערט איז The Opposite of Selfish
מי כעמך ישראל!
מען ניצט generous.
generous מיינט ברייטהארציג.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
אהרן הלוי האט געשריבן:ויתן לך האט געשריבן:stray?
אקעי. וואס איז מיט פארבלאנדזשעט?
למעשה זאגט מען
I'm lost
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
טריליאנער האט געשריבן:די ווארט נעבעך איז נישט דא אין ענגליש
רחמנות איז pity אבער סתם נעבעך איז נישט דא
Poor
חוץ פון ארעמקייט, מיינט עס אויך "נעבעך/נעבעכדיג"
'פארגינען' און 'חוצפה' איז א חידוש אז ס'איז נישטא קיין ווארט, ווייל ס'איז א מושג וואס האט גארנישט מיט דעם פאלק (אקעי, נישט ממש). אבער פארוואס זאל זיין א ווארט פאר טשאלנט? ס'איז דאך א נאמען פון אן עסן, פונקט ווי עס איז נישטא קיין ווארט פיצא אדער מיניווען אין אידיש. פארוואס זאל יא זיין?
אגב, א ווארט איז א 'דאס', נישט א 'די'.
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
אפטימיסט האט געשריבן:
Poor
חוץ פון ארעמקייט, מיינט עס אויך "נעבעך/נעבעכדיג"
אזוי אויך אין גמרא (חגיגה י, ב) שליח עניא מאי קא עביד
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
איך מיין אז די ווארט "Fellow" איז נישט דא אין אידיש. ס'איז שווער אפילו מסביר צו זיין מיט ווערטער וואס ס'טייטשט.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
נאכמאכן נאכגעמאכט
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
נעה האט געשריבן:נאכמאכן נאכגעמאכט
אויב האסטו גערעדט צו מיר ביסטו זיך לכאורה טועה.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
פארגעסן צוצולייגן
נאכגיין
פארוואס נישט נאכמאכן
נאכגיין
פארוואס נישט נאכמאכן
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
נעה האט געשריבן:פארגעסן צוצולייגן
נאכגיין
פארוואס נישט נאכמאכן
איך מיין אז דו רעדסט פון follow און איך פון fellow.
(פליז ציטיר מיך אויב דו ענטפערסט)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
איינס האט געשריבן:תורת חסד האט געשריבן:טשולענט - baked beans
וואס פארשטייט א גוי צו טשולענט? אביסל בונדלעך און ער מיינט ער האט א טשולענט...
טשולענט קומט פון א פראנצויזיש ווארט - ״טשאד-לענד״
קאכט לאנג.
the word ‘cholent’ is from the French ‘chaud lent,’ [meaning] ‘cooks a long time.’”
Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.
מצלמה האט געשריבן:טשולענט קומט פון א פראנצויזיש ווארט - ״טשאד-לענד״
קאכט לאנג.
the word ‘cholent’ is from the French ‘chaud lent,’ [meaning] ‘cooks a long time.’”
פון וועמען ציטירסטו?
דא שטייט ענליך:
Likely from Old French chalant, present participle of chaloir (“to heat”).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?