בארייכערט אייער וואקאבולאר

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

גרשון האט געשריבן:רעאליזירן = realize (מאכן עפעס אלס רעאליטעט)

נישט גוט אפגעטייטשט אין אידיש.

ס'מיינט ענדערש גוט פארשטיין, אויפגעכאפט, איינגעזען, וכדו'.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:רעאליזירן = realize (מאכן עפעס אלס רעאליטעט)

נישט גוט אפגעטייטשט אין אידיש.

ס'מיינט ענדערש גוט פארשטיין, אויפגעכאפט, איינגעזען, וכדו'.

אין ענגליש זענען דא צוויי באדייטן פאר realize: 1. אנערקענען א מציאות, 2. מאכן עפעס אלס רעאליטעט. אין אידיש האב איך געזען די ווערטערביכער שרייבן נאר צווייטן באדייט, איך האב אויך קיינעם נישט געזען ניצן דאס ווארט מיט'ן ערשטן באדייט, דעריבער האב איך עס נישט געשריבן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אידיאָטיזם (idiocy) = טיפשות, נארישקייט. אידיאָטיש (idiotic) = טיפשות'דיג, נאריש.

אידיאָם (idiom -- א גענצליך אנדער ווארט) = א צוזאמשטעל פון ווערטער וואס דער מיין האט נישט קיין שייכות מיט די ווערטער'ס ארגינעלן באדייט. צב"ש "האק א טשייניק", "גיי לערן א גוי ברטנורא", אא"וו.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שאַטייען = זיך וואקלען.

גראַבליע = rake.
אטעטשמענטס
rake.jpg
rake.jpg (12.53 KiB) געזען 1757 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שטילעט (dagger) = א קליינע, שפיציגע שווערד מיט א שארף אויף ביידע זייטן וועלכע ווערט באניצט שוין טויזנטער יארן. גאנץ מעגליך דער "חרב פיפיות" וואס ווערט דערמאנט אין תהלים.

אן אור אלטע שטילעט
1.PNG
1.PNG (428.94 KiB) געזען 1739 מאל

אן עמבלעם פונעם אמעריקאנער ארמיי מיט א שטילעט דערויף
2.PNG
2.PNG (87.1 KiB) געזען 1739 מאל

א היינטצייטיגע שטילעט
3.PNG
3.PNG (562.72 KiB) געזען 1739 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

בליאסקען - פונקען
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שטרויס = בת היענה, ostrich.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שייטער = bonfire. אזוי ווי אין "שייטערהויפן".

אגב, דאס ווארט bonfire שטאמט אנגעבליך פון א מנהג ביי פארצייטישע שבטים צו מאכן א פייער אין פעלד און פארברענען ביינער פון באשעפענישן. דאס האט געזאלט פארטרייבן די בייזע גייסטער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שליאַך = אן אומאויסגעפלאסטערטער וועג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שלייערל = caterpillar.

שלים-שלימזל = איינער וואס איז א שלימזל אפילו צווישן שלימזל'ען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דער שליו וואס די אידן האבן געגעסן אין מדבר הייסט אין אידיש וואכטל. אין ענגליש איז עס quail.

Capture.PNG
Capture.PNG (248.2 KiB) געזען 1670 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שפּאַטל = spatula.

מאַנזשעט/ן = cuff/s (פון א העמד).

שפּאָנקע = cuff links (דאס קנעפל וואס פארמאכט דעם מאנזשעט).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שפּייזאַרניע, שפּייזקאַמער = pantry.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שקראָבען (שאָבן) = scrape.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

גרשון האט געשריבן:אנדרוגינוס, וואס מ'טרעפט אסאך אין משנה, איז א צוזאמשטעל פון די צוויי גריכישע ווערטער "אנדאָ" -- זכר, און "גינע" -- נקיבה (תפארת ישראל בכורות פ"ו אות ק').

androgynous ווערט נאך היינט באנוצט אין ענגליש פאר א ענליכע מכוון.

פילע אראמישע ווערטער וואס מען געפינט אין חז''ל (וואס זענען ארגיענעל גריכיש-לאטייניש ווערטער) ווערן נאך היינט באנוצט, א שטייגער ווי גימטריא וואס האט נאך היינט א זכר אין ענגליש: geometry עס איז לכאורה פונעם זעלבן ענין, הגם די גאנצע ענין פון גמטריאות אזוי ווי מיר נוצן זיי איז נישט פארהאן ביי די גוים לכאורה.

איך געדענק אין מדרש רבה אנפאנג בראשית הייבט דער מדרש אן מיטן פסוק ואהיה אצלו אמון און ער טייטשט איבער 'אמון' פאר א פעדאגאג (pedagogy), דאס הייסט א מחנך. וכן הרבה.

א ריזן דאנק גרשון!
זקן מלא רחמים.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

זייער אינטערעסאנט דא, א דאנק!
שויתי ה' לנגדי תמיד
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פילע אראמישע ווערטער וואס מען געפינט אין חז''ל (וואס זענען ארגיענעל גריכיש-לאטייניש ווערטער) ווערן נאך היינט באנוצט, א שטייגער ווי גימטריא וואס האט נאך היינט א זכר אין ענגליש: geometry עס איז לכאורה פונעם זעלבן ענין, הגם די גאנצע ענין פון גמטריאות אזוי ווי מיר נוצן זיי איז נישט פארהאן ביי די גוים לכאורה.

משנה אבות ג יח
רבי אליעזר בן חסמא אומר: קינין ופתחי נדה, הן הן גופי הלכות. תקופות וגמטריאות פרפראות לחכמה.
פירוש תוספות יום טוב:
וגמטריאות. פירש הר"ב חשבון האותיות. כמו (בראשית מ"ב) רדו שמה שאמר יעקב רמז לרד"ו שנים שיעמדו ישראל במצרים. וכן (ויקרא ט"ו) בזא"ת יבא אהרן רמז לבית ראשון שיעמוד ת"י שנים גם רש"י פי' גימטריאות חשבון האותיות ונוטריקון. וכן בערוך פירוש גימטריאות שבמקום אחד כותבין א'. במקום מאה כותבין ק' ע"כ. ונראה לי שהוא שם מושאל ולקוח מלשון יון שקוראים כן לחכמת המדידה והתשבורת. וחכמינו השאילו השם לכל עניני חשבון ומספר וכ"כ המפרש להלכות קדוש החודש פרק שמונה עשר [הלכה י"ג] וראיתי בדרך חיים שמפרש כך לגימטריאות דמשנתינו שרצה לומר חכמת המדידה והתשבורת ע"כ. [כדאיתא [ברש"י] פרק כלל גדול דף ע"ה] וא"כ ראוין הדברים למי שאמרן. לפי שעל רבי אליעזר חסמא זה העיד רבי יהושע שיודע לשער כמה טפות יש בים כדאיתא בפ"ג דהוריות דף י'. וזהו חכמת ההנדסה שהקדמותיו המדידה והתשבורת. ולפי שהוא היה שלם גם בכל אלה ראוי היה הוא שיאמר כן. ואילו אדם אחר שלא היה שלם בחכמות אין מן הראוי שיאמר כך דוגמת מאמרם ז"ל בריש קהלת. ולפיכך זה הפירוש בגימטריאות שהוא בחכמת המדידה והתשבורת קרוב לשמוע. ועיין מה שאכתוב לקמן בשם המגיד. וכן זו החכמה קדומה בזמן לתקופות שבלעדה לא ירים איש את ידו ואת רגלו במהלך המזלות צבא השמים וכסיליהם. ואעפ"כ למעלת חכמת התקופה ונושאה. שנאה קודם לגמטריא אף על פי שיש לגמטריא קדימה זמנית:
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

ווי איז די לייק באטאן?

שכח פארשער.
זקן מלא רחמים.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

לייק פאר פשוט גוגלען און קאפי-פעיסטן?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך האב אמאל געהערט אז חז"ל באניצן זיך מער מיט גריכישע ווערטער ווי מיט לאטיינישע (רוימיש). איך האב עס נישט פעסטגעשטעלט, אבער מיר זעען אז די תנאים האבן געקענט גריכיש (זע צב"ש בבא קמא פג, א, "תניא אמר רבי בארץ ישראל לשון סורסי למה, או לשון הקודש או לשון יונית"). דאס איז מסתמא צו פארדאנקען די לאנגע צייט וואס יוון האט געהערשט איבער ארץ ישראל ביים בית שני.

דאס האט גארנישט מיט אראמיש קיין שייכות, נאר חז"ל האבן גערעדט אן אויסגעמישטע שפראך, אזוי ווי אונזער אידיש. בפרט אין ארץ ישראל, ווי תלמוד ירושלמי און מדרש רבה.

געאמעטריע מיינט אין גריכיש "מעסטן ערד"; געא = ערד, מעטריע = מעסטן. איך ווייס נישט גענוי אויף וואס חז"ל האבן געניצט "גמטריא", אבער ס'איז מסתבר אז ס'האט געהאט ביי זיי א ברייטערן באדייט ווי ביי אונז. מערקט אלעמאל ווען חז"ל ברענגען א גמטריא, אז ס'וועט שטיין בגמטריא, דהיינו אין חכמת הגמטריא קומט עס אויס אזויפיל און אזויפיל.

---
האקט. זייער א שיינע תוספות יו"ט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קאַליגראַפיע (calligraphy) = די חכמה פון שרייבן קינצליך מיט שיינע מוסטערן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

ר' גרשון, דעם "שטילעט" האב איך ס'ערשטע מאל באגעגענט אלס קינד זינט ווען איך האב קיינמאל נישט אויסגעפונען זיין ריכטיגן באדייט. בתורת הלוואה האב איך עס אנגעהויבן נוצן אנשטאט דעם ענגלישן (אדער אלוועלטליכן) "דזשילעט" - דער באקאנטער ארבעטס-מעסער'ל; אבער, שטייצעך, בלויז אין מונדליכן פארמאט.

ס'איז מיר דעריבער מערקווירדיג צו ליינען דעם אמת'ן אפטייטש פונעם ווארט - וועלכער שטעלט זיך ארויס צו זיין נישט קיין ווייטער קרוב מיט מיין "דזשילעט".
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”