טעותים

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

אידיש איז ביי מיר דער פוסק אחרון. אלזא, אז ער זאגט אז באנוץ קומט יא מיט א ו און נישט מיט א יודעלע, וועל איך זיך אנפייפן אויף וויינרייך און צוריקגיין צום אלטן דרך פון שרייבן באנוץ מיט א ו'.

(ווען אידיש מאכט סענס קריג איך זיך נישט מיט אים...)

לגבי באזונדער בין איך נישט אזוי קלאר וואס דו האסט מיר געענטפערט. האסטו געענטפערט אז אפילו אויב אשכול איז א "די" שרייבט מען אויך באזונדער אן אן ע ביים סוף? (כדי אויפצופרישן מיין זכרון: מיין פראגע איז געווען אויב אשכול איז א "דאס" און דערפאר שרייבסטו "באזונדער" אן אן ע צום סוף, אזוי ווי "א גוט יאר".)
אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש »

דיזע,

די כוונה איז אז באזונדער, אזוי ווי אנדער, בייגט זיך נישט לויטן מין און נישט לויטן בייגפאל (נאמינאטיוו, אקוזאטיוו, דאטיוו), ווען עס קומט צוזאמען מיטן אומבאשטימטן ארטיקל "אח". דעריבער, יא, קען מען זאגן באזונדער אפילו ביי ל' זכר אדער נקבה.

צי איך האלט זיך אלעמאל ערליך צו דעם כלל - דאס איז שוין אן אנדער ענין.
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

אין אנדערע ווערטער, איך מוז זיך אויך נישט האלטן צו דעם כלל.

ס'איז א כלל שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בו.
אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש »

נאך א קורצן בירור ווערט קלאר אז אויך דער פארווערטס (אויף וויפיל איינער וויל נעמען א ראי' פון זיי) שרייבט קאנטראווערסיאל, נישט בלויז קאנטראווערסיעל, אבער בעיקר - אויך קאנטראווערסאל.

ווי געזאגט, שרייב איך אויך קאנטראווערסאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אידיש האט געשריבן:אלץ-ווייסער,
עפעס האט איר זיך דא טועה געווען. איך האלט ווי דו בנוגע דעם נו"ן. איך האלט אז מ'שרייבט א נ', נישט קיין ן'. כ'האב הנאה פון דיין משל (כאטש איך מאך דערביי להבדיל בין קודש לחול) פונעם פסוק. כ'וויל צוגעבן צו מילער'ן: לויט אלץ-ווייסערס משל, דארף מען טאקע אויסלאזן אויך דעם אויבערשטריך, אבער כ'זאג דאס נאר בדרך צחות.

מילער, פינטעלעך - אויב דו שרייבסט אין איינצאל פינטעלע. פינטלעך, אויב דו שרייבט אין איינצאל פינטל.


די וואך האב איך געטראפן א סמך לדברי מורינו ר' אידיש, ר' אלבערט פר"מ אין 'די צייטונג' אינעם פראנט-פעידזש נייעס רעדננדיג פון איראן שרייבט ער 'איראנ'ס' מיט א נ' און א אויבערשטריך, ויר"ש יוצא ידי שניהם.

עס וועט יעצט אינטערעסאנט זיין צו הערן וויאזוי איז דער דין מיט א לשה"ק ווארט וואס ווערט אידישיזירט מיט די אויבערשטריכלעך, בלייבט דעם יא מיטן ענדע-אות, צום ביישפיל; פאר'יתום'ט/פאר'יתומ'ט, מאוים'דיג/מאוימ'דיג, וכדו'.
אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש »

מילער, מיט א געווענליכן אות, נישט ענדע-אות, אויך ביי לה"ק
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

ווער עס שרייבט פאר'יתום'ט, דער חלום'ט.

ביים אויסלייג, האבן אידישע ווערטער גענוי די זעלבע כללים ווי לשה"ק ווערטער אן קיין שום אונטערשייד.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

אלץ-ווייסער האט געשריבן:ווער עס שרייבט פאר'יתום'ט, דער חלום'ט.

ביים אויסלייג, האבן אידישע ווערטער גענוי די זעלבע כללים ווי לשה"ק ווערטער אן קיין שום אונטערשייד.


איך פארשטיי נישט. ביטע זיי מסביר ווי אזוי מען דארף יא שרייבן.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

דאס איז געווען א מליצה.

אזוי וו ביי אידיש שרייבט מען: איראנ'ס נוקלעארען זאפאסן, נישט איראן'ס
די זעלבע שרייבט מען לשה"ק ווערטער, ווי ער חלומ'ט, ער איז געבליבן פאר'יתומ'ט
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

אלץ-ווייסער האט געשריבן:דאס איז געווען א מליצה.

אזוי וו ביי אידיש שרייבט מען: איראנ'ס נוקלעארען זאפאסן, נישט איראן'ס
די זעלבע שרייבט מען לשה"ק ווערטער, ווי ער חלומ'ט, ער איז געבליבן פאר'יתומ'ט


עס איז א מחלוקת הפוסקים. יש ויש.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב מיך היינט געכאפט אויף א טעות וואס איז כדאי מיטצוטיילן מיטן עולם, מאנכע נוצען דאס ווארט 'מיטאמאל' אנשטאט 'ניטאמאל' וואס איז א טעות, בעת וואס 'ניטאמאל' איז צוזאמענגעשטעלט פון 'נישט-איינמאל' (אין אנו מטבילין אפי' פעם אחת) איז 'מיטאמאל' דא צו באצייכענען א זאך וואס האט פאסירט 'פלוצלינג', 'מיט-איין-מאל' דאס הייסט אומגערישט.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

אך ווי זיס איז צו הערן די קליינטשיגע קול'כלעך גארגלען אויס דעם "טאטע לעבן כ'וויל דיר פיר קשיות פרעגן"...
אבער.. ס'ווינדערט מיר נאר דער באדייט פונעם ווארט "טאטע לעבן".
צו מיינט עס דער טאטע "זאל לעבן", טא פארוואס לאזט ער אויס דעם אזוי וויכטיגע "זאל", פונקט ביי דעם ווארט איז ער מיר א ביישן געווארן?..
אדער מיינט עס גאר נעבן די טאטע?.. ווי די קליינע [און אסאך גרויסע..] דריקן זיך אויס "כ'בין געשטאנען לעבן אים"..

ווי עס שיינט מיר, איז דער אריגינעלער וועג צו זאגן "טאטע לעב". ווי מ'טרעפט עס פון די פארצייטישע פארוועלקטע מעשה ביכלעך דער אויסדרוק, ווי "קינד לעב, טאטע לעב, זיידע לעב". וואס דער באדייט איז, כאילו א לשון ציווי, דהיינו כ'באפעל דיך לעב! דאס הייסט, נישט נסתר, ער זאל לעבן, נאר נוכח.
נאר ס'איז פארגרייזט געווארן צו "טאטע לעבן".
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

ס'קען זיין ווייל מ'שטייט 'לעבן' דעם טאטן ביים פרעגן...
איין זאך, מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף אלט-אידיש. אמאל פלעגט מען אויך זאגן 'טאטעשי/קינדעשי קרוין'.
קינד /טאטע לעב איז נישט קיין ל' ציווי, נאר א ל' חיבה וואס דארפן כידוע נישט האבן קיין פשט.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

בבחינת דער רבי זאל לעבן א מזל טוב.

שמעתי מעם מכמה בחורי חמד, פלפול ארוך בביאור מילים הנ"ל, והמסקנא הי' שהרבי' יחי' בהמזל טוב, אבער נישט סתם א מזל טוב, נאר ער זאל לעבן א מזל טוב.....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

'דער זאל לעבן, א מזל טוב' איז דאך פשוט מ'ברוך נאר וויסען וואו צו שטעלן דעם קאמע.

'טאטע לעבן' - זעהט מען אין אלטע אידישע ליטעראטור אסאך און אזוי אויך 'קינד לעבן' ובפשטות איז דאס א פארקירצערונג פון 'זאל לעבן' ומקרא קצר דבר, ווען עפעס ווערט אן 'עקספרעשאן' איז שוין נישט שייך צו זאגען אז דאס איז א טעות, ענדערש א שירבוב - דערקייקלונג.
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

מאנאגרעמס האט געשריבן:ס'קען זיין ווייל מ'שטייט 'לעבן' דעם טאטן ביים פרעגן...

אויב שוין יא אזוי, ווי אזוי איז טאקע פון "נעבן" מיר געווארן "לעבן" דיר ???
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אויב א פארגרייזונג איז עס ענדערש פון "ליבער" אבער ווי מיללער האט ערווענט אין שום תמוה בדבר ס'איז א לשון חיבה און דארף קיין הסברים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

קהילת בורשטין "טוט שעמען"...
אטעטשמענטס
999.JPG
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

ווער האט זיי פארשעמט?
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

טאלאנטפולער האט געשריבן:ווער האט זיי פארשעמט?

די גאנצע שטאט...
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

לולא דמסתפינא היה צ"ל שם'ען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

לפני ד' כי בא לשקוט
איז דאס א מליצה אדער א טעות?
אטעטשמענטס
Screenshot_2018-09-05-09-34-56-1.png
Screenshot_2018-09-05-09-34-56-1.png (93.1 KiB) געזען 3882 מאל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א פיינע מליצה!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ווייסעך נישט פונקטליך ווי עס באלאנגט.

"הושענות"? איז דא אזא ווארט?! כ'האב מיר געבראכן קאפ דעם חול המועד בשעת'ן קלויבן דעם 'גרויסן' הושענות פאר די 'גרויסע', און די 'קליינע פאר די 'קליינע'...

דער ריכטיגער/אומריכטיגער ווארט איז ווארשיינלעך "הושענא'ס" , הבחור הזעצער האט עס לכאורה געוואלט מאכן מער היימישער פארן היימישען עולם, ומשם יסד ופנה.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

נניח, איז אבער די רעדע פון א זעצער פון הונדערטער יאר צוריק. הושענות שטייט אין רמ"א ועוד.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”