אפטע טעותים אין עברי און דקדוק
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
דו וייסט וואס, איך פארשטיי פארוואס אין חב"ד האט מען אזוי געזינגט,
קוק וואס איך האב יעצט געטראפן אין ירמיה קאפיטל ל"ג
"כֹּה אָמַר ה' עוֹד יִשָּׁמַע בַּמָּקוֹם הַזֶּה אֲשֶׁר אַתֶּם אֹמְרִים חָרֵב הוּא מֵאֵין אָדָם וּמֵאֵין בְּהֵמָה בְּעָרֵי יְהוּדָה וּבְחֻצוֹת יְרוּשָׁלִַם הַנְשַׁמּוֹת מֵאֵין אָדָם וּמֵאֵין יוֹשֵׁב וּמֵאֵין בְּהֵמָה."
אבער די אנהייב פון די פסוק וואס א חלק פון דעם ניגון פון די חתונה אין קאפיטל ז "וְהִשְׁבַּתִּי מֵעָרֵי יְהוּדָה וּמֵחֻצוֹת יְרוּשָׁלִַם קוֹל שָׂשׂוֹן וְקוֹל שִׂמְחָה קוֹל חָתָן וְקוֹל כַּלָּה כִּי לְחָרְבָּה תִּהְיֶה הָאָרֶץ" דאס ווארפט א שלעכטע געפיל
אבער איך האב נישט געטראפן א מקור פון מהרה ישמע (אפשר ס'איז דא אין פארום א ליובאוויטשער וואס וייסט עפעס וועגן דעם?)

ישראלי איז איש יהודי בכל נפשו ובכל מהותו
ישראלי האט געשריבן:די חבדסקערס אליין זינגען עס וצפנה (אליין געהערט)
און אויך די פרייליכע ניגון עוד ישמע וואס נישטא קיין חתונה וואס די חתן גייט אריין צו די זאל אן די ליד, עטס מעגטס נישט גלייבען, סי א חבדסקע ניגון, נאר ווייל ס'איז נישטא אזא פסוק עוד ישמע בהרי יהודה, זינגען זיי מהרה ישמע בהרי יהודה וכו'.
די פסוק איז אין ירמי' פרק ל"ג:
כה אמר ד' עוד ישמע במקום הזה, אשר אתם אומרים חרב הוא מאין אדם ומאין בהמה בערי יהודה ובחוצות ירושלים הנשמות מאין אדם ומאין יושב ומאין בהמה קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה
מהרה איז אויך נישט קיין פסוק, ס'קומט פון די לעצטע ברכה פון שבע ברכות - מהרה ד' אלקינו ישמע בערי יהודה....
פון ווי נעמסטי אז ס'איז א חבד'סקע ניגון? דאס אז זיי זינגן עס און זיי האבן עס אויף זייערע קאסעטעס מיינט נישט אז ס'איז זייערס א ניגון. אסאך פרעמדע נגונים זינגט מען דארט און אפט מאל מיט אן אייגענעם קנייטש אבער ס'ווערט נישט פארדעם זייערס א ניגון
ישראלי האקט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
בדרך כלל ס'האבן זיי אסאך גניבות אויך, וואס א חסיד האט געבראכט קיין ליובאוויטש....
אפשר מעג איך וויסן פון ווי מבראכט?? פון אונטערן קישן???
אפשר מעג איך וויסן פון ווי מבראכט?? פון אונטערן קישן???
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
רב טקסט האט געשריבן:מתושלח אדער משותלח?
יא, עס זענען דא וואס מאכן דעם טעות. [זוך אין אוצה"ח 'ארכפשד', אנשטאט 'ארפכשד', ותמצא נחת].
אבער מערקווירדיג, אין פרקי רבי אליעזר סו"פ מח ווערט געברענגט:
ורחל בת בתו של שותלח היתה הרה ללדת ורמסה בחומר עם בעלה, ויצא הולד מתוך מעיה ונתערב בתוך המלבן, ועלתה צעקתה לפני כסא הכבוד, וירד מיכאל המלאך ולקח את המלבן בסיס שלו והעלהו לפני כסא הכבוד, ובאותו הלילה נגלה הקב"ה והכה כל בכורי מצרים.
מסתבר אז מען רעדט דא פון 'שותלח', פון די בני אפרים: אֵלֶּה בְנֵי אֶפְרַיִם לְמִשְׁפְּחֹתָם לְשׁוּתֶלַח מִשְׁפַּחַת הַשֻּׁתַלְחִי, כמו שכתב הרד"ל בביאורו לפר"א שם אות צג.
אין ילקוט שמעוני דפו"ר ווערט דער נאמען 'שותלח' געברענגט גרייזיג: 'מתושלח'!
דער מגן אברהם האט זיך געמוטשעט דערמיט: וואס מיינט דאס 'בת בתו של מתושלח'? ווער איז דען נישט אן אייניקל פון מתושלח?!
דעריבער שרייבט ער אין ספר זית רענן על הילקו"ש (שמות רמז קעג):
מתושלח אחר היה, דלא נשאר רק נח. ואפשר שהיתה כלתו של נח וחיתה ימים רבים.
למעשה רעדט מען אבער, לכאורה, נישט פון מתושלח, נאר פון שותלח.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
דריידל האט געשריבן:ישראלי האט געשריבן:די חבדסקערס אליין זינגען עס וצפנה (אליין געהערט)
און אויך די פרייליכע ניגון עוד ישמע וואס נישטא קיין חתונה וואס די חתן גייט אריין צו די זאל אן די ליד, עטס מעגטס נישט גלייבען, סי א חבדסקע ניגון, נאר ווייל ס'איז נישטא אזא פסוק עוד ישמע בהרי יהודה, זינגען זיי מהרה ישמע בהרי יהודה וכו'.
די פסוק איז אין ירמי' פרק ל"ג:
כה אמר ד' עוד ישמע במקום הזה, אשר אתם אומרים חרב הוא מאין אדם ומאין בהמה בערי יהודה ובחוצות ירושלים הנשמות מאין אדם ומאין יושב ומאין בהמה קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה
מהרה איז אויך נישט קיין פסוק, ס'קומט פון די לעצטע ברכה פון שבע ברכות - מהרה ד' אלקינו ישמע בערי יהודה....
מענין לענין, צווישן די 'פתיחות' צו א הזמנה לחתונה, איז פאפולער:
נעלה את ירושלים על ראש שמתחינו, ברוב שבח...
אדער:
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה, ברוב שבח...
לעצטנס האב איך געזען אפאר הזמנות וואס הייבן זיך אן מיט א סארט כלאים:
וואס האט 'נעלה את ירושלים' מיט 'קול ששון'?
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 681
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
- לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם
מיגו האט געשריבן:אם השמאל ואימנה ואם הימין ואשמאילה
ואשמאילה ווערט דורך פיל געזאגט מיט א חיריק אינטערן מם און אן אלף נחה (ואשמילה)
באמת איז דער מ' א שווא נע און דער חיריק איז אונטערן א
farshlufen האט געשריבן:און ע"פ דקדוק זענען זיי אפשר גערעכט.
farshlufen האט געשריבן:אויב גייט מען מיטן מהלך אז יעדע שו"א ווערט נאכגעשלעפט צו די שכנות'דיגע תנועה.
הער פארשלאפן שיחיה מיינט דא, דאס וואס עס ווערט געברענגט אין מדקדקים קדמונים, אז א אות וואס האט א שוא נע, און גלייך דערנאך קומט א אות גרונית, ליינט זיך די שוא מיט א נטייה - א קנייטש צו די נקודה פון די אות גרונית. אין אונזער ביישפיל א חירק.
כאטש אז קיינער האלט נישט אז עס קומט צו ליינען מיט א חירק ממש, נאר א נטייה דערצו (אין כתר ארם צובה איז צומאל דא ביי א זעלכע פעלער א 'חטף חירק', דהיינו א שוא מיט א חירק), איז דאך אבער דער וועלט רגיל צו ליינען יעדע חטף ווי א גאנצע תנועה (און דער המון עם שאין מדקדקים, ליינען עס צומאל ווי א שוא נח).
פארהאן ביי מיר אין באזיץ א קאפי פון א תשובה כתב יד, פון הג"ר אברהם שמואל ריקי בנו של הגאון בעל משנת חסידים ועוד, שהיה דיין בליוורנו, וואו צווישן אנדערע זאכן רעדט ער אויף דעם וואס דער וועלט זאגט ירמיהו מיט א חירק מ"ם, כאטש עס איז מנוקד מיט א שוא, און ער בארעכטיגט דאס, ווייל א אות מנוקד בשוא נע וואס איז פאר א יו"ד ווערט געליינט מיט א נטייה צו א חירק. און ער ענדיגט צו אז ווייל 'אין אנו בקיאין בהטייה' זאגט מען עס ווי א גאנצע תנועה.
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:לעצטנס האב איך געזען אפאר הזמנות וואס הייבן זיך אן מיט א סארט כלאים:
וואס האט 'נעלה את ירושלים' מיט 'קול ששון'?
דאכצעמער אז געווענליך/אסאך מאל שטייט אויבן נעלה, דערונטער עוד ישמע, איז דער האט אויסגעלאזט די עוד ישמע...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
רב טקסט האט געשריבן:ענליך צו מתושלח \ משותלח
דער אור תורה, אין פרשת וארא (לענין אם יש פרשה אחר יעלו הצפרדעים), ברענגט אראפ א גירסא פון א רמב"ם כתב יד וואס האט געהערט צו הר"ז הלוי = רבינו זרחיה הלוי, דער בעל המאור.
בדפוס הומבורג עם מכתב מאליהו, איז געדרוקט, ר' זכריה אנשטאט ר' זרחיה.
ס'דא אסאך אזאנע ווערטער וואס זענען זיך מתחלף למשל שמלה/שלמה, כשב/כבש (ולדעת כמה מפרשים יש נפק"מ)
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
רב טקסט האט געשריבן:מיגו האט געשריבן:אם השמאל ואימנה ואם הימין ואשמאילה
ואשמאילה ווערט דורך פיל געזאגט מיט א חיריק אינטערן מם און אן אלף נחה (ואשמילה)
באמת איז דער מ' א שווא נע און דער חיריק איז אונטערן אfarshlufen האט געשריבן:און ע"פ דקדוק זענען זיי אפשר גערעכט.farshlufen האט געשריבן:אויב גייט מען מיטן מהלך אז יעדע שו"א ווערט נאכגעשלעפט צו די שכנות'דיגע תנועה.
הער פארשלאפן שיחיה מיינט דא, דאס וואס עס ווערט געברענגט אין מדקדקים קדמונים, אז א אות וואס האט א שוא נע, און גלייך דערנאך קומט א אות גרונית, ליינט זיך די שוא מיט א נטייה - א קנייטש צו די נקודה פון די אות גרונית. אין אונזער ביישפיל א חירק.
כאטש אז קיינער האלט נישט אז עס קומט צו ליינען מיט א חירק ממש, נאר א נטייה דערצו (אין כתר ארם צובה איז צומאל דא ביי א זעלכע פעלער א 'חטף חירק', דהיינו א שוא מיט א חירק), איז דאך אבער דער וועלט רגיל צו ליינען יעדע חטף ווי א גאנצע תנועה (און דער המון עם שאין מדקדקים, ליינען עס צומאל ווי א שוא נח).
פארהאן ביי מיר אין באזיץ א קאפי פון א תשובה כתב יד, פון הג"ר אברהם שמואל ריקי בנו של הגאון בעל משנת חסידים ועוד, שהיה דיין בליוורנו, וואו צווישן אנדערע זאכן רעדט ער אויף דעם וואס דער וועלט זאגט ירמיהו מיט א חירק מ"ם, כאטש עס איז מנוקד מיט א שוא, און ער בארעכטיגט דאס, ווייל א אות מנוקד בשוא נע וואס איז פאר א יו"ד ווערט געליינט מיט א נטייה צו א חירק. און ער ענדיגט צו אז ווייל 'אין אנו בקיאין בהטייה' זאגט מען עס ווי א גאנצע תנועה.
ייש"כ רבי פאר די ידיעה חשובה
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
דריידל האט געשריבן:רב טקסט האט געשריבן:ענליך צו מתושלח \ משותלח
דער אור תורה, אין פרשת וארא (לענין אם יש פרשה אחר יעלו הצפרדעים), ברענגט אראפ א גירסא פון א רמב"ם כתב יד וואס האט געהערט צו הר"ז הלוי = רבינו זרחיה הלוי, דער בעל המאור.
בדפוס הומבורג עם מכתב מאליהו, איז געדרוקט, ר' זכריה אנשטאט ר' זרחיה.
ס'דא אסאך אזאנע ווערטער וואס זענען זיך מתחלף למשל שמלה/שלמה, כשב/כבש (ולדעת כמה מפרשים יש נפק"מ)
ס'פארא פארגלייך?
שמלה ושלמה זענען זיך מתחלף (כאטש עס האט מעגליך א הבדל קל ביניהם), ווידער זרחיה און זכריה זענען זיך נישט מתחלף.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
דער ליד איז געבויט אויף דעם פסוק אין ירמי'ז'-ל"ד:
וְהִשְׁבַּתִּי מֵעָרֵי יְהוּדָה וּמֵחֻצוֹת יְרוּשָׁלִַם קוֹל שָׂשׂוֹן וְקוֹל שִׂמְחָה קוֹל חָתָן וְקוֹל כַּלָּה כִּי לְחָרְבָּה תִּהְיֶה הָאָרֶץ.
און מעט בעט: עוד ישמע וכו'.
און מ'דארף זינגען בערי יהודה, און נישט בהרי יהודה.

אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18804
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
דריידל האט געשריבן:דְּאָגָה בְלֶב אִישׁ יַשְׁחֶנָּה (משלי יב כה)
האט איר אמאל געהערט איינעם נאכזאגן די פסוק מיט די ריכטיגע נקידות?
די מליצה ישיחנה איז דאך א גמרא ישיחנה לאחרים,
ס'איז נישט קיין טעות אין דיקדוק נאר די כונה הרצוויה פון דעם וואס זאגט עס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
ישראלי האט געשריבן:עטס וויטס אין וויפל פלעיס איינער פון די עקטער'ס זאגט אזא מין זאך: "רעד, רעד אויס דיין הארץ, שלמה המלך זאגט דאך דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים"...
געווענטליך זענען די עקטארס אויף פלעיס נישט די גרעסטע תלמידי חכמים. סא וואס איז בכלל אינטערעסאנט צו רעדן פון א טעות וואס זיי האבן געמאכט?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm