אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

גרשון האט געשריבן:
יוסיף דעת האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס באלאנגט דא.

איך שרייב אסאך מאל לענגערע זאכן אבער איך ווייס נישט ווי מען לייגט קאמעס, און פיריעדס, אד"ג, איז דא ערגעץ דא ווי מען שמועסט דאס אויס, אדער קען איינער זיין אזוי גוט אין אויסשמועסן.

יישר כח

איך גלייך פערזענליך The Punctuation Guide.

אין קורצן בנוגע פינטלעך און קאמעס: א פינטל קומט צו ענדיגן א זאץ. א זאץ איז נישט קיין פאראגראף, ווי טייל מישן אויס. א פאראגראף איז א גאנצע שטיקל טעקסט, בעת א זאץ איז איין זאך וואס מ'זאגט; אין איין פאראגראף זענען געווענליך דא מערערע זאצן.

א קאמע איז א הפסק אינמיטן א זאץ. ס'איז שווער צו זאגן אויף איין פוס ווען צו לייגן אזא סארט הפסק, אבער דער אלגעמיינער כלל איז צו עס לייגן ווען אן דעם קען דער ליינער זיין צומישט און נישט וויסן ווי אזוי צו ליינען. ס'איז מערקבאר ביי א גוטן שרייבער אז די זאצן ליינען זיך פליסיג, בעת ביי א שלעכטן שרייבער דארף מען צומאל איבערליינען עטליכע מאל צו כאפן דעם מכוון.

שכח
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

דאקטורים,
איז עס גוט געספעלט?
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פנחס זיסקינד האט געשריבן:דאקטורים,
איז עס גוט געספעלט?

דאקטוירים
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

דאקטוירים
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

ייש"כ!
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

ריזאלטאטן?
ריזולטאטן?
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

רעזולטאטן?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

ריכטיג
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

כווייס ביידע זענען ריכטיג, כפרעג דאך, וואס איז בעסער, "נאכדעם וואס" אדער "נאכדעם ווי"?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אדער "נאך וואס"?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

נאך וואס האט מען שוין אמאל געשמועסט איז א נייע זאך, און כלומרשט נישט ריכטיג.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

מקען אויך נוצן דערנאך וואס אדער דערנאך ווי
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

למדן וצדיק האט געשריבן:כווייס ביידע זענען ריכטיג, כפרעג דאך, וואס איז בעסער, "נאכדעם וואס" אדער "נאכדעם ווי"?

למדן וצדיק האט געשריבן:נאך וואס האט מען שוין אמאל געשמועסט איז א נייע זאך, און כלומרשט נישט ריכטיג.

ביידע זענען ריכטיג, אבער אין אנדערע ערטער.

דער ראש הקהל איז ארויף אויפ'ן פלאטפארמע, נאכדעם וואס רבינו שליט"א האט געענדיגט די דברות קודש.

נאך וואס דער ראש הקהל האט געענדיגט רעדן, האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

נאכדעם ווי קלינגט מיר אויך היימיש, אבער איך טרעף נישט קיין פאסיגער זאץ דערפאר אויף די מינוט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

למדן וצדיק האט געשריבן:מקען אויך נוצן דערנאך וואס אדער דערנאך ווי

מ'קען אויך נוצן אייז קריעם אדער א שופר, אבער ס'דארף מאכן סענס.

דיינע ענטפערס זענען געווענליך אויסגעהאלטן גראמאטיש, אבער צומאל פארצייטיש און אומפאפולער. די שואלים זענען געווענליך שרייבערס וואס ווילן וויסן הלכה למעשה, יעדער שרייבער זוכט צו שרייבער אין א שפראך וואס איז פאפולער און וועט נישט קראצן בשעת'ן ליינען. דערפאר איז וויכטיג צו ענטפער וואס מ'נוצט למעשה, נישט וואס קומט עכט צו שרייבן.

דאס איז נוגע אויך פאר עטליכע אנדערע משיבים, וואס קראצן פון אור-אלטע ווערטער ביכער די ריכטיגע אויסלייגן. פאקטיש איז דא א וועג וואס ווערט היינט גענוצט, און דאס וויל יעדער נוצן ביים שרייבן.

בתקוה להבנה.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:פאקטיש איז דא א וועג וואס ווערט היינט גענוצט.

הלוואי. ווען דאס וועט פאסירן, וועט מען קענען פארפאקן די ווערטערביכער. כהיום איז חסיד'יש אידיש א שטח הפקר וואו יעדער שרייבט ווי אזוי ס'שמעקט אים אויף דער מינוט, און מ'קען נישט שרייבן נארמאל אן א ווערטבערבוך צו דער האנט. סיידן מ'האט נישט קיין פראבלעם צו אויסלייגן דאס זעלבע ווארט אנדערש יעדן טאג.

ביי די ווערטער וואס האבן מער ווייניגער אן אנגענומענעם מהלך בין איך נישט מחולק.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ביידע זענען ריכטיג, אבער אין אנדערע ערטער.

דער ראש הקהל איז ארויף אויפ'ן פלאטפארמע, נאכדעם וואס רבינו שליט"א האט געענדיגט די דברות קודש.

נאך וואס דער ראש הקהל האט געענדיגט רעדן, האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

דו ווייסט פון נאך שרייבערס וועלכע זענען מקפיד אויף דעם כלל אדער דו האסט עס יעצט אויפגעמאכט דא? ווי ווייט איך האב באמערקט וועלן פראפעסיאנעלע שרייבערס אלעמאל שרייבן "נאכדעם וואס/ווי" און נישט פראפעסיאנעלע שרייבערס וועלן אדער אלעמאל שרייבן "נאך וואס" אדער אמאל אזוי און אמאל אזוי אן קיין שום חשבון.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:יעדער שרייבער זוכט צו שרייבער אין א שפראך וואס איז פאפולער און וועט נישט קראצן בשעת'ן ליינען. דערפאר איז וויכטיג צו ענטפער וואס מ'נוצט למעשה, נישט וואס קומט עכט צו שרייבן.

וואס מיינסטו צו זאגן "יעדער שרייבער"? סדא שרייבערס וועלכע קענען גראמאטיק און שרייבן גראמאטיש אויסגעהאלטן, און סדא וואס קענען נישט און שרייבן אבי אין דער וועלט אריין, ווי גרשון זאגט, א מינוט אזוי און אינעם נעקסטן פערעגרעף קענען זיי שרייבן דאס זעלבע ווארט אנדערש אזוי אז סנישט שייך צו זאגן וואס "מען נוצט למעשה".
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

גרשון האט געשריבן:ביי די ווערטער וואס האבן מער ווייניגער אן אנגענומענעם מהלך בין איך נישט מחולק.

געוויס האב איך דאס געמיינט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

למדן וצדיק האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:יעדער שרייבער זוכט צו שרייבער אין א שפראך וואס איז פאפולער און וועט נישט קראצן בשעת'ן ליינען. דערפאר איז וויכטיג צו ענטפער וואס מ'נוצט למעשה, נישט וואס קומט עכט צו שרייבן.

וואס מיינסטו צו זאגן "יעדער שרייבער"? סדא שרייבערס וועלכע קענען גראמאטיק און שרייבן גראמאטיש אויסגעהאלטן, און סדא וואס קענען נישט און שרייבן אבי אין דער וועלט אריין, ווי גרשון זאגט, א מינוט אזוי און אינעם נעקסטן פערעגרעף קענען זיי שרייבן דאס זעלבע ווארט אנדערש אזוי אז סנישט שייך צו זאגן וואס "מען נוצט למעשה".

איך רעד נישט פון שרייבן אבי אין די וועלט אריין, איך רעד פון גוטע שרייבערס וואס נוצן די אנגענומענע כללים. נישט כללים וואס מ'האט גענוצט פאר 200 יאר צוריק.

איך פלעג דא זיין אמאל מער אקטיוו נאר לעצטנס בין איך נישט דא אזוי אפט, בעיקר ווייל ס'דא אסאך אנדערע גאר גוטע שפראך-מייסטער וואס העלפן דעם עולם דא, אבער אין די לעצטע תקופה איז דא א נייער ערשיינונג, ווען איינער פרעגט הלכה למעשה ענטפערט מען אים תשובות פון די מיטל אלטער.

איך מיין דירעקט נישט דיר, נאר יעצט האבן איך פונקט געהאט אן איבריגע מינוט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

למדן וצדיק האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ביידע זענען ריכטיג, אבער אין אנדערע ערטער.

דער ראש הקהל איז ארויף אויפ'ן פלאטפארמע, נאכדעם וואס רבינו שליט"א האט געענדיגט די דברות קודש.

נאך וואס דער ראש הקהל האט געענדיגט רעדן, האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

דו ווייסט פון נאך שרייבערס וועלכע זענען מקפיד אויף דעם כלל אדער דו האסט עס יעצט אויפגעמאכט דא? ווי ווייט איך האב באמערקט וועלן פראפעסיאנעלע שרייבערס אלעמאל שרייבן "נאכדעם וואס/ווי" און נישט פראפעסיאנעלע שרייבערס וועלן אדער אלעמאל שרייבן "נאך וואס" אדער אמאל אזוי און אמאל אזוי אן קיין שום חשבון.

אינטערעסאנט, אקטאובער 16 שרייבסטו אין דעם אשכול:
למדן וצדיק האט געשריבן:הער איך יעצט אז סאיז דא אזא כלל אז ווען מניצט ״נאך״ און ״צוליב״ אלס א קאניוקציע דארף מען אלעמאל שרייבן ״נאכדעם וואס״, ״צוליב דעם וואס״, נישט ״נאך וואס״, ״צוליב וואס״, למשל....

האט שוין איינער אמאל געהערט פון דעם כלל?

אזוי שנעל איז עס געווארן א פאקט?

'נאך וואס' ווערט יא באנוצט, און קיין גרייז איז עס זיכער נישט. פינטל. ס'קען זיין אז ס'איז טאקע מער פראפעסיאנאל צו שרייבן 'נאכדעם וואס', אבער 'נאך וואס' איז נישט אפגעפרעגט צוליב דעם.

די צוויי משלים איז וויאזוי איך וואלט עס גענוצט, ווייל אזוי פארט די זאץ באקוועמער לענ"ד. דאס איז קעגן די כללים? איך האלט אז נישט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

דעם פאקט האב איך טאקע באמערקט נאכדעם וואס (נאך וואס/ נאכדעם ווי) כהאב ארומגעזוכט א שטיק צייט צו פראפעסיאנעלע שרייבערס שרייבן אזוי און כהאב נישט געטראפן, אדרבא ברענג מיר א שרייבער וועלכער שרייבט לויט די כללים און שרייבט "נאך וואס" כבין זייער נייגעריג און כוועל מיך זייער פרייען צו זען.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אגב אז דו רעדסט פון כללים פון 200 יאר צוריק, כמיין סאיז צייט מחזיר צו זיין עטרה ליושנה און מדארף איינמאל פאר אלעמאל צוריקטוישן דעם פרעפיקס "גע־" וואס מען שרייבט פאר א לשון עבר צו "גי־" אזוי ווי מפלעגט אלעמאל שרייבן, גע קומט פון יווא, פונקט ווי "־לעך" אנשטאט "־ליך", אינטערסאנט אז "ליך" איז יא געבליבן ביי אונז ארגינעל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

נישט שייך צו זאגן אז מ'פלעגט אלעמאל שרייבן, ווען די וואס האבן אזוי געשריבן האבן עס נישט געשריבן מחמת כלל, והא ראי' זיי האבן אין דעם זעלביגן בריוו געשריבן אמאל מיט א יו"ד און אמאל אנע, אמאל מיט אן עי"ן און אמאל אנע, איין טאג אזוי און אן אנדערן אזוי, יו געט די פוינט..
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גע פאר לשון עבר האט מען אלעמאל געשריבן מיט א י׳
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

למדן וצדיק האט געשריבן:גע פאר לשון עבר האט מען אלעמאל געשריבן מיט א י׳

מה פתאום
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”