אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מיסתפינא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:מנחם מענדל פון די ביכער?

מנחם מענדל משי-זהב, די אידישע שרייבער וועלכע האט ארויסגעגעבן הונדערטער ביכער מיט די פענע נאמען "מנחם מענדל" איז נפטר געווארן פון קאראנעווירוס, אינעם עלטער פון 84 יאר. ברוך דיין האמת.

•אידישע נייעס

מהרש"א און מאניש..... די געפינטלטע ביכער, איי האט עס געהאט א חן, ביז צו די מער מאדערנע ליין מאטריאל פון חיים אליאב מיט די גרינע כישוף אויג סעקטעס

יהא זכרו ברוך

ער האט קובע געווען אז אידיש שרייבט מען מיט א א' און נישט מיט א י' - יודיש?
אין ירושלים זאגט מען מיט א א' - א אידען.

איך גלייב נישט אז ס'איז זיין חידוש. 'א אידן' זעט מען שוין אין פארצייטישע ביכער אויך, הגם ווייניגער ווי היינט.

'דער איד' האט דער רבי דייקא געהייסן שרייבן אזוי און נישט 'דער יוד' כדי אפצוטיילן פון די משכילים למיניהם. (דער איד האט סאטמאר נישט מייסד געווען. ס'איז געווען א צייטונג וואס איז אפגעקויפט געווארן בהשתדלות הרב מקראסנא) בדרך מליצה האט ער געזאגט אז איד איז ר"ת אפרים יוסף דוב, כשם הגבאי ר' יאסל.

די ירושלימער זאגן אן א' מיט א יוד, וכן להיפוך. זיי זינגען ה-א-ללה אשעם אנשטאט אההלה ה', ודו"ק.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:עפעס אינצווישן, מער אפן ווי פארמאכט, ווי דער דייטשער boden.

אפן זאגט מען נאר ווען ס'איז מחובר. ביי באדן איז די א' נישט מחובר מיט'ן ד'.

אפשר קענסטו בעסער מסביר זיין? וואס מיינט מחובר און פון וואו קומט דער כלל?

--
אי שרייבט מען אלעמאל ווען ס'קומט א חיריק י', וויבאלד א יי קען מען פארמישן מיט א צירי. יוד/יודיש איז נישט ריכטיג; אדער איד אדער ייד.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

די כלל איז גילטיג אין לשון קודש, געמיינט האב איך אז אויך אין אידיש, אבער ס'קוקט נישט אויס. פארגעס דערפון...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

רעסטוראַנט אדער רעסטאָראַנט?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

נישט רעסטוראן?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ס'זענען דא ביי אונז וואס לאזן אויס דעם ט'?

די יידישיסטן שרייבן "רעסטאָראַן".

אין דייטש שרייבט מען א t סוף ווארט, אבער מ'זאגט עס נישט ארויס (אזוי אויך אין פראנצויזיש, פון וואו דאס ווארט קומט). זעט אויס אז דעריבער האט מען נישט געשריבן דעם ט' אין אידיש. אבער אין אמעריקע איז עס צוריקגעקומען אין איינפלוס פון ענגליש.

דער ו' קלער איך אבער איז נישט ריכטיג, נאר ס'קומט מיט אן א'. אויב בין איך נישט גערעכט, זאל מען מיר פאררעכטן.

אייוועלט רעזולטאטן ווייזן פון ביידע אין די הונדערטער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איינקארטשען אדער איינקורטשען?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

גרשון האט געשריבן:אייוועלט רעזולטאטן ווייזן פון ביידע אין די הונדערטער.

ווייל ס'איז דא א ניק "רעסטאראנט".

ס'איז אנגענומען צו שרייבן מיט א ו'.
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

"ביילייפיג" האב איך גוט געספעלט?
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שלג כצמר האט געשריבן:"ביילייפיג" האב איך גוט געספעלט?

יא.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

יקום פורקן האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אמעריקאנעם "באדן", מיט א פארמאכטע קמ"ץ כמו 'דא' אדער אן אפענע כמו 'דארט'?

די זעלבע שאלה (און לכאורה אויך דעם זעלבן תירוץ) איז מיט "לאָדן" (ווינדאו שעידס).

אגב, איך ווייס נישט פארוואס דו האסט זיך אפגעשטעלט ביי צוויי וועגן;
לכאורה איז דא פינף אפציעס:
פארמאכט ווי "דאָ",
האלב פארמאכט - שנעל, ווי "זאָג",
האלב פארמאכט - שטאַט, ווי די ענגלישע "באָורד" (Bored),
אפן צו פארמאכט, ווי "בויען",
אפן, ווי "דאָרט".
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שלאפלאזיגקייט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איז שפאלטנס א ווארט?

לשון יחיד איז שפאלט, און לשון רבים איז שפאלטן. איז ווען קומט דער ס'?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס איז בעסער: דימאנט אדער דיאמאנט?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

גרשון האט געשריבן:וואס איז בעסער: דימאנט אדער דיאמאנט?

דיאמאנט
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובה דורך למדן וצדיק »

בעל הנס האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:וואס איז בעסער: דימאנט אדער דיאמאנט?

דיאמאנט

איך שרייב אויך אזוי, און כמיין אזוי איז אנגענומען ביים היימישן עולם, נישט ווי אין ווערטערבוך.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

די ווערטערביכער שרייבן דימעט. ביים היימישן עולם טרעפט מען דימאנט אדער דיאמאנט; מעגליך טאקע אז דאס לעצטע איז מער באניצט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

"אַלס" אדער "אַלץ"?
"נאָכאַלס" אדער "נאָכאַלץ"?
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אלס און אלץ איז צוויי אנדערע ווערטער. אלס איז as, און אלץ איז א סינאנים פאר "אלעס".

נאכאלץ
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

אלץ באדייט אויך אייביג/שטענדיג

משה דינט אלס מנהל, אלץ דרייט ער זיך מיט א שמייכל
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

עניני דיומא:
מיר שטערט פארוואס מענטשן זאגן נישט ארויס "ליזענסק" מיט די ריכטיגע הברה = ליזשענסק. דאס איז גארנישט אנדערש ווי וויזניץ, קאזניץ, מעזיבוז און נאך פולע אנדערע.
בנוסף צו ליזענסק איז פארהאן נאך פולע וועלכע מענטשן זאגן נאר מיט די ז', א שטייגער ווי קוזמיר, זיטאמער ועוד
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יקום פורקן האט געשריבן:עניני דיומא:
מיר שטערט פארוואס מענטשן זאגן נישט ארויס "ליזענסק" מיט די ריכטיגע הברה = ליזשענסק. דאס איז גארנישט אנדערש ווי וויזניץ, קאזניץ, מעזיבוז און נאך פולע אנדערע.
בנוסף צו ליזענסק איז פארהאן נאך פולע וועלכע מענטשן זאגן נאר מיט די ז', א שטייגער ווי קוזמיר, זיטאמער ועוד

מ'האט עס שוין מסתמא דיסקוטירט דא אויפ'ן וועלטל.

די סיבה דערצו איז ווארשיינליך וויבאלד מ'האט זיי אמאל אזוי אויסגעלייגט, ניצנדיג דעם ז' אלס זש, און ס'איז שוין מיט דעם געבליבן. אבער באמת הייסן טאקע די אלע שטעט אזוי ווי דו שרייבסט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

היינט רופט זיך די שטאט "לעזשאסק".
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

מעזשיבוזש, מעזיבוזש, מעזיבוש?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”