אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ער רעדט פון אינטערנעט און אינטערנאציאנאל וכדו'
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

אקעגן אדער אנטקעגן?
למשל איך וויל שרייבן "די זכותים וועלן אים אנטקעגן/אקעגן קומען אויף יענע וועלט. וויאזוי שרייב איך?
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

אילו זכינו האט געשריבן:אקעגן אדער אנטקעגן?
למשל איך וויל שרייבן "די זכותים וועלן אים אנטקעגן/אקעגן קומען אויף יענע וועלט. וויאזוי שרייב איך?

לכאורה שרייבט מען אנטקעגן קומען (דאכט זיך ס'איז דומה צו אנטהאלט)
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

זומער אדער זוממער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

זומער. (דער טעות נעמט זיך פונעם ענגלישן summer)
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

פון זיין פריעסטן יוגענד / אדער יוגענט?
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

אילו זכינו האט געשריבן:פון זיין פריעסטן יוגענד / אדער יוגענט?

היינט באנוצט מען זיך מיט דאס ווארט 'יוגענט', אבער אין די אלטע ביכלעך/צייטונגען פלעגט מען שרייבן יוגענד.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יוגנט. אן די ע'.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:יוגנט. אן די ע'.

זיכער?
קען נאך איינער עס באשטעטיגן?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הגם אויף אייוועלט שרייבן יא רוב ניקס 'יוגענט', אבער ס'קומט עכט נישט אריין דארט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

אילו זכינו האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:יוגנט. אן די ע'.

זיכער?
קען נאך איינער עס באשטעטיגן?

ריכטיג
שוין געווען דא א דיון דאכט זיך
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

הערשט אדער ערשט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

וואיזוי זאגט מען ווען מ'וויל זאגן אז איינער האט זיך למשל
אויסגעצייכענט אין א געוויסע ענין ובפרט ביי יענע אין יענע פלאץ ווי דארט האט זיך עס 'הערשט' אויסגעפעלט
אויסגעצייכענט אין א געוויסע ענין ובפרט ביי יענע אין יענע פלאץ ווי דארט האט זיך עס 'ערשט' אויסגעפעלט
מיט אדער אן די 'ה' ?

איך בין כמעט זיכער אז די ריכטיגע איז 'הערשט' איך וויל נאר זיכער מאכן, אויב איינער קען מיט עס ביטע באשטעטיגן
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אויב קומט דאס פון ערשטע צווייטע
איז דאס ערשט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

די מצוה אדער דער מצוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

ער האט מקיים געווען 'דער' מצוה פון וכו' מיט גרויס מסינ"פ
אדער: ער האט מקיים געווען 'די' מצוה פון וכו' מיט גרויס מסינ"פ
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:הגם אויף אייוועלט שרייבן יא רוב ניקס 'יוגענט', אבער ס'קומט עכט נישט אריין דארט.

דאס איז שוין אן אלטע געפעכט... ווי און ווען פונטקליך ס'פאסט אריינצושטעלן דאס אות 'ע'
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

אילו זכינו האט געשריבן:ער האט מקיים געווען 'דער' מצוה פון וכו' מיט גרויס מסינ"פ
אדער: ער האט מקיים געווען 'די' מצוה פון וכו' מיט גרויס מסינ"פ

די מצוה
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זענדל האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:ער האט מקיים געווען 'דער' מצוה פון וכו' מיט גרויס מסינ"פ
אדער: ער האט מקיים געווען 'די' מצוה פון וכו' מיט גרויס מסינ"פ

די מצוה

וועלכע מצוה?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אילו זכינו האט געשריבן:וואיזוי זאגט מען ווען מ'וויל זאגן אז איינער האט זיך למשל
אויסגעצייכענט אין א געוויסע ענין ובפרט ביי יענע אין יענע פלאץ ווי דארט האט זיך עס 'הערשט' אויסגעפעלט
אויסגעצייכענט אין א געוויסע ענין ובפרט ביי יענע אין יענע פלאץ ווי דארט האט זיך עס 'ערשט' אויסגעפעלט
מיט אדער אן די 'ה' ?

איך בין כמעט זיכער אז די ריכטיגע איז 'הערשט' איך וויל נאר זיכער מאכן, אויב איינער קען מיט עס ביטע באשטעטיגן

הערשט
איינס האט געשריבן:אויב קומט דאס פון ערשטע צווייטע
איז דאס ערשט

וואס האט עס מיט ערשטע צווייטע?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:הגם אויף אייוועלט שרייבן יא רוב ניקס 'יוגענט', אבער ס'קומט עכט נישט אריין דארט.

דאס איז שוין אן אלטע געפעכט... ווי און ווען פונטקליך ס'פאסט אריינצושטעלן דאס אות 'ע'

נישטא קיינע געפעכטן, אלעס האט דייטליכע כללים.

דער וואס ווייסט נישט שרייבט פון בויך ארויס, און דעמאלטס הייבן זיך אן די געפעכטן...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וויאזוי שרייבט מען אין אידיש "סעזאנען"?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זייער גוט, סעזאנען.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:ער האט מקיים געווען 'דער' מצוה פון וכו' מיט גרויס מסינ"פ
אדער: ער האט מקיים געווען 'די' מצוה פון וכו' מיט גרויס מסינ"פ

די מצוה

וועלכע מצוה?

נישט קיין נפקא מינה
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

וויאזוי שרייבט מען ווען מ'וויל שרייבן: אך-און-וויי
איז עס ריכטיג געשריבן?
אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Horizontal »

פארווערטס שרייבט וועגן מעלות
דער ערשטער זשורנאַל װאָס פּרוּװט סטאַנדאַרדיזירן חסידיש ייִדיש
By יהושע כּהנא


„מעלות‟ קלײַבט אויס די בעסטע ייִדישע װערטער װאָס מע הערט אין מאה־שערים און אַנדערע חסידישע געגנטן. אויפֿן בילד: אַ משפּחה אין מאה־שערים ערבֿ־יום־כּיפּור, 2018.

חסידיש אידיש האט נישט קיין גוטן נאמען ביי ליטעראריסטן װײַל חסידיש-אידיש פאלגט נישט נאך די ארדענונג פון ייווא יידיש. חסידיש אידיש קוקט אויס ווי הפקר וועלט. א מישמאש פון איבער די מאס ענגלישע, מאָדערן העברעישע ווערטער און קלאנגען און סינטעטישע איבערטייטשונגען, וואס קלעפּט נישט אין אידיש אריין, אז עס פארגייט דער טעם.

אט גיט א קוק אויף די גערעדטע שפראך. א מאה שערים’דיגער װעט אפֿשר זאָגן: „עס איז נישט משנה, נעם פון די מכולת א שקית מיט תפוזים” (מאכט נישט אויס, קויף ביים קלייט א זאק פאמעראנצן). אדער אין וויליאמסבורג: “אקיי קינדער, איך בין פראוד מיט ענק, זענטץ עטץ רעדי פאר די קווייער? מען גייט ריהערסען אין סטודיאו, יעדער זאל פליז זינגען אויף די פיטש. ” (פיין קינדער, איך בין שטאלץ מיט אייך, זענט עטץ גרייט צום כאר, יעדער זאל אזוי גוט זיין און זינגען אויפן טאן).

די געשריבענע שפראך װי מע זעט למשל אין דער ירושלים’דיגער וואכנשריפט „דאס אידישע ליכט‟ איז אויך קענטליך שטארק באאיינפלוסט פון עברית און די נאוועלעס דורך מנחם מענדל האָבן צופיל לאנגע דייטשישע ווערטער. די „וויליאמסבורגער בלעטער‟ ווידער פארמאגן אדער אן ארימער שפראך, אדער זענען זיי באלאטעוועט מיט ענגלישע ווערטער אינאיינעם מיט באארבעטע פארטייטשונגען אדער לאנגע אומגעלומפערטע זאצן. „ער האט אים געפרעגט וואס ער האלט אויף אים, ער גלייכט אים זייער, ער האט א דירעקציע‟ (ער האט אנגעפרעגט זיין מיינונג איבער אים, יענער געפעלט אים שטארק, ער האט א ריכטונג). ווייניג זענען די וואס האבן באוויזן צו שרייבן ארטיקלען אין כלערליי אספעקטן, וואו די שפראך איז רייך מיט ווערטער און אויסדרוקן; נישט געבארגטע מיט א פרעמד פנים, נאר פונעם אייגענעם אוצר. אז מען נעמט שוין יא אמאל א פרעמדליך ווארט זאל עס זיין אידישליך אריינגעפאסט צו האלטן דאס וואס מאכט אונזער שפראך „מאמע לשון‟.

די אנטווערפענער אידיש, אמווייניגסטנס ביי די מענער שיל, האלט זיך אמבעסטן צום טעם פונעם אמאליגן אידיש, דארטן איז א רעספעקטפולער חסידיש אידיש א לעבעדיגע שפראך. דאס איז אבער ליידער בלויז א גערעדטע שפראך.

איין אויסגאבע האט באוויזן צו ברענגען ארדענונג אינעם געשריבענעם אידיש: דער חודשלעכער זשורנאַל „מעלות‟, אנגעפירט דורך מרת שרה יונגרייז. זי האט געוויזן א שטארקער אינטערעס צו א גראמאטיש אויסגעהאלטענעם חסידיש אידיש. מיט א געזונטער גלייכגעוויכט איז זי געווען דער וואס האט ענדליך באוויזן צו בארייכערן אונזער געשריבענע שפראך מיט ווערטער פונעם אייגענעם שמאלצטאפ, און געגעבן דאס לשון א גראמאטיש פנים.

מרת יונגרייז האט צוזאמענגעפלאכטן די דריי הויפט מינים חסידיש-אידיש פון היינט: דער מאה שערים’דיגער, דער וויליאמסבורגער און דער אנטווערפענער: זייענדיג א מאה שערים מיידל וואס וואוינט היינט אין מאנסי, און האָט אויך באקאנטע אין אנטווערפען, האט זי נאטירליך א שטארקע באקאנטשאפט מיט די אלע דריי מינים אידיש. די בעסטע ווערטער פון אלע דריי מינים ייִדיש נעמט זי אַרײַן אין „מעלות‟ ווי א מיטל צו סטאנדארדיזירן חסידיש אידיש.

היינטצייטיגע ווערטער וועלעכע זענען נויטיג צום אויסדרוק אדער שיינקייט ווערן נישט שטענדיג אויסגעמיטן אין „מעלות‟. מיט א גוטן פארשטאנד ווייסט מרת יונגרייז וויאזוי אריינצופאסן די היינטצייטיגע אדער אפילו פרעמדע ווערטער אינעם אידיש אז זיי זאלן נישט אויסזען ווי א יוון אין סוכה, ווי א פרעמדעד געוויקס.

דאס איז שטארק קענטיג ווען מע לייענט די ארטיקלען אין „מעלות‟, ספעציעל טאמער איז עס געשריבן דורך איינע פון דער יונגרייז משפחה. דער שפראך איז א פליסיגער, קורץ און לויטער, א געזונטער גראמאטיק פון א ריינעם אידיש, די ווערטער און זאצן זענען געמאסטן און פראפעסיאנאל.

אויסער דעם האט „מעלות‟ א רובריק (קאָלום) פון שאלות איבער „הלכות אידיש‟. עס איז קענטיג אז די קאלום שרייבערין האָט א ברייטע קענטעניש סיי פון פארשידענע אלטע גערעדטע װערטער סיי פון ייווא אידיש, סײ פֿון היינטיגן חסידיש אידיש. מע שרײַבט איר בריוו פרעגנדיק וועלכע ווערטער זענען כשר אין א געזונטן חסידישן אידיש אדער נישט; ווען לשון הקודש אדער ענגלישע ווערטער קענען זיך אריינפאסן אינעם אידיש און ווען – נישט. די שרייבערין באניצט זיך מיט ווערטערביכער פון אלט אידיש און דייטש. עס ווערן דארטן באשאפן נייע ווערטער לטובת חסידיש אידיש, אנדערע ווערן מגייר (פארוואנדלט) מיט א כשרן גיירות פאר א אידיש קלינגענדיקער שפראך. מרת יונגרייז האט א טאלאנט אריינצוברענגען א שטאלץ און א פנים צו די ווערטער און אויסדרוקן פון אונזערע זיידעס און באבעס. זי אנטוויקלט זיי, באוואסערט זיי, דערפרישט זיי, און צייגט אז אן אויסגעהאלטענע מאמע לשון איז די שפראך פונעם היינט און פונעם צוקונפט.

צו פארדאנקען איז אבער אויך אירע לײענער, די גאר פרומע קרייזן וועלעכע פארהייליגן און אטעמען אידיש און וועלן בשום אופן נישט לייענען זשורנאלן (אפילו ערליכע) אין ענגליש אדער עברית.

און דאס איז טאקע די איראניע. א חסידישער אידיש וואלט דאך געפאסט צו בלייבן מיטן א היימישע צעווארפעניש. א געמאסטענער אידיש פאסט גיכער פאר געבילדעטע משכילים וועלעכע ווילן זיך „אהערשטעלן‟. איז אבער געשען אז די חסידים ברענגען צום ארדענונג די שפראך פון דער באבען און זיידן. קיין ברירה איז נישטא, אנדערש וועלן ענגליש און העברעאיש אלעס פארניכטן. א סטאנדיזירטער אידיש פונעם צוקונפט ליגט דווקא אין די הענט פון די גאר פרומע קרייזן, די קרייזן פונעם שפיצל און דעם אומגעשטרייפטן רעקל, וואו ס’רוב פון זיי זענען קנאי’ש אנטי ציוניש און אנטי אגודיסטיש. דווקא פון זיי איז ארויסגעקומען א ווערטער אוצר פאר א סטאנדיזירטער אידיש.
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

אנטווערפן איז טאקע די איינציגסטע פלאץ וואו מען רעדט אידיש-אידיש.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”