אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

גרשון האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:תכלית, קיינער האט נאכנישט געענטפערט צו "דעי" איז בכלל א ווארט???

וואלט "דעיס" געווען בעסער??? אדער אויך נישט???

אין אידיש איז דא דער, דאס, די, און דעם. אויב וויל מען קוועטשן אויף א ספעציפישער זאך, זאגט מען "די דאזיגע". "דעי" איז נישט קיין ווארט אין אידיש; ס'איז מסתמא א גרייז פון ענגליש.

ריכטיג, 'דעי' איז נישט קיין ווארט אין אידיש.
אבער איז עס דען נישט א חורבן אז מ'דארף זיך האלטן צום אויסגעקראכענעם 'די דאזיגע', אנשטאט אריבער-צו-מערדזשען צו 'דעי', כלשון בני אדם.
כ'ווייס פון אלע כללים און ענטפערס, אז לשון כתיבה לחוד ולשון דיבור לחוד, ואינה דומה שמיעה לראייה וכו', אבער פליז, איטס עבאוט-טיים אביסל ארויסצוקריכן פונעם אלטן פארגעלטן שאלעכץ...

#גאו פייט סיטי האלל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובה דורך גרשון »

איבער פוטער/פיטום אויף אייוועלט. א זיסע מעשה'לע פאר זיך.
viewtopic.php?t=10704#p333224
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:תכלית, קיינער האט נאכנישט געענטפערט צו "דעי" איז בכלל א ווארט???

וואלט "דעיס" געווען בעסער??? אדער אויך נישט???

אין אידיש איז דא דער, דאס, די, און דעם. אויב וויל מען קוועטשן אויף א ספעציפישער זאך, זאגט מען "די דאזיגע". "דעי" איז נישט קיין ווארט אין אידיש; ס'איז מסתמא א גרייז פון ענגליש.

ריכטיג, 'דעי' איז נישט קיין ווארט אין אידיש.
אבער איז עס דען נישט א חורבן אז מ'דארף זיך האלטן צום אויסגעקראכענעם 'די דאזיגע', אנשטאט אריבער-צו-מערדזשען צו 'דעי', כלשון בני אדם.
כ'ווייס פון אלע כללים און ענטפערס, אז לשון כתיבה לחוד ולשון דיבור לחוד, ואינה דומה שמיעה לראייה וכו', אבער פליז, איטס עבאוט-טיים אביסל ארויסצוקריכן פונעם אלטן פארגעלטן שאלעכץ...

#גאו פייט סיטי האלל

ס'איז נישט ממש אזוי. דער אמת איז אז ביי ביידע זייטן פון דער מטבע איז שייך אין לדבר סוף. כאפ א בליק, צום ביישפיל, איבער די בלעטער דא אין אייוועלט, ס'זענען דא אומצאליגע "ווערטער" וואס דו דארפסט איבערקוקן עטליכע מאל צו כאפן וואס ס'שטייט - מ'קען נישט שרייבן פונקט ווי מ'רעדט. פון דער אנדערער זייט, ס'איז נישט קיין צווייפל אז כללים פון אויסלייג און גראמאטיק טוישן זיך כסדר, און אזוי אויך קומען אלץ אריין נייע ווערטער אינעם לעקסיקאן.

דאס איז נישט דווקא אין אידיש, נאר אין יעדער שפראך. אין פראנצויזיש, לדוגמא, טוישט מען קיינמאל נישט די אויסלייג פון ווערטער, דעריבער ווערן זיי אלע געשריבן ווי אזוי מ'האט זיי געזאגט מיט הונדערטער יארן צוריק אדער מער. דאס מאכט פארשטייט זיך זייער נערוועז איינעם וואס לערנט זיך אויס פראנצויזיש, אבער די פאר וועמען די שפראך איז זייער מאמע לשון כאפן קוים אז עפעס איז נישט אין ארדענונג. אין ענגליש פלעגט מען יא טוישן, אבער היינט טוישט זיך שווערער, וויבאלד ס'איז מער אוועגעשטעלט מיט ווערטערביכער און קאמפיוטער סיסטעמען ווי אזוי יעדעס ווארט ווערט אויסגעלייגט.

הכלל, ס'ווענדט זיך נישט אין וואס מ'מאכט אפ, א טויש אין שפראך דארף קומען נאטורליך, דורכדעם וואס מער און מער שרייבער טוישן צו דעם, ביז ס'ווערט איינגעגעסן אלס דער אנגענומענער וועג. גראדע זע איך נישט וואס ס'איז שלעכט מיט "די דאזיגע", איך וואלט גע'עצה'ט מ'זאל עס צוריק אריינברענגען אינעם טאג טעגליכן באניץ, ס'איז א שטארק ניצליך ווארט (העכסטנס וועלן די פרויען וואס לערנען נישט חומש-טייטש זיך צולערנען וואס דאס מיינט...).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

געהערט בשם קאמפיין אנפירער ער האט פרובירט אלע מיני וועגן אבער 'דעי' האט די שטערקסטע געהיט די פוינט
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

גרשון האט געשריבן:מיט'ן פוטער אראפ? מיט'ן פיטום אראפ?

דאכט זיך מיר אז די ערשטע איז ריכטיג, און "מיט'ן פיטום אראפ" איז א טעות. איינער קען ארויסהעלפן?

ביידע זענען שפריך ווערטער. 'פיטום' איז מסתמא עלטער.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

וואס איז ריכטיג,
20 יאר'יגע בחור... יעריגע בחור...
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

אודאי יעריג.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

עושר וכבוד האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:מיט'ן פוטער אראפ? מיט'ן פיטום אראפ?

דאכט זיך מיר אז די ערשטע איז ריכטיג, און "מיט'ן פיטום אראפ" איז א טעות. איינער קען ארויסהעלפן?

ביידע זענען שפריך ווערטער. 'פיטום' איז מסתמא עלטער.

מסתמא? פארוואס?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

גרשון האט געשריבן:מיט'ן פוטער אראפ? מיט'ן פיטום אראפ?

דאכט זיך מיר אז די ערשטע איז ריכטיג, און "מיט'ן פיטום אראפ" איז א טעות. איינער קען ארויסהעלפן?

ביידע שפריכווערטער שטאמען פונעם זעלבן געדאנק, שלעכט צי שלימזל'דיג.

מיט'ן פוטער אראפ, שטאמט פון די אזוי גערופענע מציאות אז ווען א פוטער-ברויט פאלט אראפ, פאלט עס אלץ אויף די זייט אנגעשמירט מיט פוטער...

און דער אתרוג איז פארשטענדליך וואס ס'פאסירט ווען דער אתרוג גייט פיטום אראפ.

ביידע די זעלבע קאנטעקסט,נאר צוויי אנדערע משלים.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דאס איז פארשטענדליך. אבער ווי ס'קוקט מיר אויס איז דער ארגינעלער שפריך-ווארט מיט'ן פוטער אראפ, נאר ס'איז פארגרייזט געווארן צו "מיט'ן פיטום אראפ". מיין שאלה איז צי איינער ווייסט עפעס מער דערוועגן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

אנטשולדיגט פארן איבערהאקן...
איינגעזייט אדער איינגעזייעט?
בד"וו, לכאו' איז נישט ריכטיג 'פארן' איבערהאקן, וצ"ל פאר 'דאס' איבערהאקן.
וואס זאגט דער עולם?
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

אחרי שובי נחמתי.
'פארן' איז יא ריכטיג, וויבאלד 'פאר' איז א 'דאטיוו'. ודי.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ריכטיג. מיט אן אויבערשטריכל, פאר'ן, נישט צו פארמישן מיט פארן אויפ'ן וועג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

הגות תבונות האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן איבערהאקן...
איינגעזייט אדער איינגעזייעט?
בד"וו, לכאו' איז נישט ריכטיג 'פארן' איבערהאקן, וצ"ל פאר 'דאס' איבערהאקן.
וואס זאגט דער עולם?

איינגעזייט.
די ע' איז נאר ביי א לשון עתיד, מען גייט איינזייען וכו.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

פאַרן קומט מיט א פתח. געענדיגט מיטן שטרעכעלע. פאַרן ארויספאָרן אויפן וועג. 'אויפן', 'מיטן' און 'פונעם' האבן שוין אויך פונלאנג נישט קיין שטרעכעלע.
איינגעזייעט קומט מיט אַן ע', פונקט ווי איינגעדרייעט און געלייענט. די שאלה איז נאר אויב 'אנגעזייעט' איז נישט ריכטיגער.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חוח בין השושנים האט געשריבן:פאַרן קומט מיט א פתח. געענדיגט מיטן שטרעכעלע. פאַרן ארויספאָרן אויפן וועג. 'אויפן', 'מיטן' און 'פונעם' האבן שוין אויך פונלאנג נישט קיין שטרעכעלע.

צי ס'איז געענדיגט צי נישט קען מען רעדן, אבער פארוואס איז מאכן א פתח (מיט caps lock + shift + number אדער עפעס ענליך) גרינגער ווי א שטריכל?

פונקט ווי איינגעדרייעט און געלייענט, דהיינו פאר די וואס שרייבן עס ביי די ווערטער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

גרשון האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:פאַרן קומט מיט א פתח. געענדיגט מיטן שטרעכעלע. פאַרן ארויספאָרן אויפן וועג. 'אויפן', 'מיטן' און 'פונעם' האבן שוין אויך פונלאנג נישט קיין שטרעכעלע.
איינגעזייעט קומט מיט אַן ע', פונקט ווי איינגעדרייעט און געלייענט. די שאלה איז נאר אויב 'אנגעזייעט' איז נישט ריכטיגער.

צי ס'איז געענדיגט צי נישט קען מען רעדן, אבער פארוואס איז מאכן א פתח (מיט caps lock + shift + number אדער עפעס ענליך) גרינגער ווי א שטריכל?

איך רעד נישט פון גרינגער, נאר פון שענער. שטרעכלעך זענען שטעכערס אין די אויגן פון אסאך לייענער.
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

א שיינער דאנק אייך אלע
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

געבויט אדער געבויעט
שוסטער - שיסטער
געבן - גיבן
געבט - גיבט- גיט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הגות תבונות האט געשריבן:געבויט אדער געבויעט
שוסטער - שיסטער
געבן - גיבן
געבט - גיבט- גיט

געבויט (אנדערע שרייבן געבויעט);
שוסטער;
געבן;
דאס בעסטע איז "גיבט".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

דאנקע שיין.
געב א קוק - גיב א קוק
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

מאָנטרעאַל אדער מאנטריאל?
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ספרים שטוב האט געשריבן:מאָנטרעאַל אדער מאנטריאל?

א גוטע שאלה. ווידיאו אדער ווידעא? קאריא אדער קארעא?

ביידע זענען ריכטיג, וויבאלד דער ענגלישער E קען זיך ליינען סיי ווי א סגול און סיי ווי א חיריק. דער אמת איז אבער אז "מאנטריאל" איז נישט ענגליש, נאר א נאמען פון א שטאט, דעריבער גלייך איך פערזענליך מער מיט א י', ווייל אזוי זאגט מען עס. אזוי פלעגט מען עס אויך אלץ שרייבן; "מאנטרעאל" איז פארהעלטניסמעסיג ניי.

איי, פארוואס "קארעא"? א גוטע קשיא. אבער למעשה שרייבט עס יעדער אזוי, וכיון דעל על.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Of course
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

ווי אזוי איז די ריכטיגער וועג צו שרייבן,

אויפצו-וואקסן, אדער אויס-צווואקסן.
שרייבט מען דריי מאל א ו? אויסצואוואקסן?
אויסציוואקסען?
אויסצווואקסען?
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

אויסצואוואקסן - לייג אן א' אינצווישן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”