מאשקע האט געשריבן:ס'האט נישט מיט די קינדער, ס'האט מיט די עלטערן. אזוי ווי מ'איז זיי מחנך, אזוי וואקסן זיי אויף.
מאשקע, גאר גוט געזאגט. ווען א קינד ווערט געבוירן האט ער נישט "נאטורליך" ליב א ליפא אדער א מרדכי וכו' וגו'. דאס וואס מען לייגט אין אים אריין, דאס פיקט ער אויף. מיינע קינדער קענען זיך נישט אוועק רירן פון ר' יו"ט ערליך, ר' לייבל וויינשטאק און אפילו ברוך אתה. אבער אפילו ביי קינדער טעיפס, קומט נישט אריין ביי מיר אין שטוב קיין יאסעלע פליט ודומיהן. יא, עוד יוסף חי, רץ כצבי, לכל זמן. דאס שוין יא.
עכ"פ, פארוואס ברענג איך יעצט ארויף אזאן אלטן אשכול. איז די מעשה אזוי.
אפאר חדשים צוריק, האט מיין אידענע'ס א חבר'טע איר אוועק געגעבן עפעס א זאפאס פון טעיפס וועלכע זענען 'נישט איר טעיסט', איך האב קיינמאל נישט צופיל געקוקט וואס דארט איז דא, אבער נעכטן האב איך געדארפט ערגעץ פארן א שטיקל וועג, האב איך א קוק געטאן צווישן יענע טעיפס וואס דארט געפונט זיך, און איך האב געזען דעם ברח דודי טעיפ, איך האב עס שוין אסאך מאל געזען אין ספרים געשעפט, אבער קיינמאל נישט געהערט.
האב איך עס אלזא יעצט אפיר גענומען, און מיטגענומען אין קאר. איך האב עס אריינגעלייגט אין דעם פלעיער, און וואס זאל איך אייך זאגן, איך בין פלעין ארויס פון די כלים.
איך האב שוין אסאך געהערט פון ר' חיים יהושע פשעמיש ז"ל, א פארצייטישער חסיד'ישער איד, וועלכער איז געווען אינדערהיים א קאלאשיצ'ער חסיד, און דאהי אין אמעריקא האט ער מקבל מרות געווען פון מהרי"י מ'סקווירא (דאס ווייזט אויך אויף זיין זיין א פארצייטישער חסיד'ישער איד, היינט פאסירט נישט אזאנס) איך האב יארן צוריק זיך געקענט מיט זיינס א זון וואס האט דעמאלס געוואוינט אין קראון הייטס, (אבער דאס גייט שוין צוריק איבער צוואנציג יאר, און איך האב נישט קיין השגה וואס דער זון טוט היינט), און דאס אז ער איז געווען א געוואלדיגער טרעזשור טרואוו (אוצר בלע"ז) פון פארצייטישע ניגונים, דאס גייט שוין צוזאמען מיט זיין נאמען. אבער איך האב קיימאלנישט געוואוסט אז דער טעיפ איז ניגונים וואס ער פלעגט זינגען.
אבער אצינד האב איך דאס געהערט, און איך בין מורא'דיג נתפעל געווארן דערפון. ממש אלע ניגונים, איינס ביי איינס, זענען ווערד געלט. טו בעד, ניגונים פונעם אלטן היים האט אן אנדערן טעם, און היינט קען מען דאס נישט נאכמאכן. זעעט אויס אז א מויל וואס עסט אמעריקאנער טשיקן מיט סטעיק (א"י'דיגע איז די זעלבע זאך פאר כמעט אלל טינגס קאנסערנד) פאבריצירט נישט אזעלכע סארט ניגונים.
אגב, דער לעממער וועלכער זינגט דארט זינגט גאר שיין, און האט א וואונדערבארן קול.