moishy56 האט געשריבן:נאר מיט שמחה האט געשריבן:די נייע זינגער הר״ר יאנקי אויש פון א״י,
-----
דעס איז זיכער אז ער האט אסאך געטרייע חברים אויפן וועלט....
איך מאך איהם נישט אפ, ער זינגט זייער גוט, ממש נתפעל צו ווערן.
צו ער וועט זיין גרויס? ימים יגידו. מ'קען נישט וויסן. גרעסערע און שענערע פון איהם האט מען געמיינט....
וואס יא? דער משה דוד ווייסמאנדל, כ'הא נישט קיין אההההההנונג ווער סי' איז, אבער ער האט לעצנטס ארויסגעגעבן א ווידיאו מיט דודי קאליש, דער זינגט ריזיג... איך בין משוגע געווארן, זיין שטימע, זיין קלארקייט וכו' וכו' זיין ערנסקייט ועוד ועוד.
הלוואי וואלט ער אויך געהאט אפאר גוטע חברים...
די קליפס פון יאנקי אויש זענען ''לייוו''..
נישט אין סטודיו..
קענסט עס נישט צוגלייכען צו די קליפ פון משה דוד ווייסמאנדל, וואס האט דאס אפגעזינגען אין סטודיו עטליכע מאל, ביז מען האט צאמגעשטעלט א הערליכע קליפ.
ביסט גערעכט אין דעם פוינט, און צום דריטן מאל איך מיין נישט צו אפמאכן דער ''נייער וועלט'ס שטערן''... ער איז באמת באמת באמת גוט, איך מיין נאר צו ווייזן אז פאפעגאנדעס מאכט די זאך...
און גראדע, איך האב זיך אינטרעסירט אביסל אויף דעם ווייסמאנדלען, איינער האט מיר געשיקט א רעקארדירונג פון א שטיקל פון א חתונה ווי ער זינגט, סי' נישט ווייניגער שיין ווי די קליפ...