"שבת'דיג" פראיעקט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

האבן אנדערע מיינונגן, און דאס דעבאטירן איז זייער א שיינע זאך.

אבער ווען אנשטאט דעבאטירן דעם מיינונג פאנגט מען אן לעיבל'ן די מאטיוון פונעם אנדערן מיינונג (מאכט חוזק, מיינט נישט קיין גוטס, אדג), איז זייער א שלעכטע מידה.

ווי ס'קוקט מיר אויס דא איז דא א גאנצע טוץ פון ניק'ס וואס לעבן אויף ווען זיי קענען אריינקומען אין אן אשכול אין זיך נעמען לעיבל'ן רעכטס און לינקס #אןעקל
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

תענית חלום האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:פעך. וועלכע נארישע קאפ איז אויפגעקומען מיט די איידיע?
נעמען רבנים פאר זייער מארקעטינג און די עולם וועט עס נאך אפקויפן? אונז זענען דען אזעלכע גולמים?

סטופיד און אום דרך ארץ'דיג!

יהלום האט געשריבן:א עוולה שאין כמהו
מען מאכט ליצנות פון גאנץ כלל ישראל! מען בעט 50 דאלאר פאר א סידי וואס מען האט שוין געהערט אזוינס
און דערנאך גייט מען ליצנות מאכן פון אלע אדמורי"ם ורבנים פון כלל ישראל
בושה וחרפה
אז מען איז אנגעקומען צו אזא שפל המצב אז כדאי צו מאכן נידרגע פראפגאנדע פאר א נידריגע זאך ניצט מען רבנים ואין פה פוצה ומצפצף!
עס איז נישט דא קיין אנדרע עצה נאר פון זיי אונטער צו ברענגען בכוח ודו"ק

א באנדע משוגעים דא!!!

אפשר הערן ענק אויף האקן א טשייניק!!!

יא שיין, נישט שיין. יא ווערד, נישט ווערד. הער אויף!!!

א מענטש האט געמאכט א זאך - ער מעג טוהן דערמיט וואס ער וויל! דו פארשטייסט??!!
וואס ער וויל!!! - עס איז זיינס

ער מעג עס מאכן $100 ער מעג עס מאכן $500 - ער האט די רעכט. דו מוזט עס נישט קויפן!!

כ׳האב נאך א שטיקל נייעס פאר דיר, ער מעג עס אויך מארקעטן ווי אזוי ער וויל…

סתם אראפרייסן א מענטש בפני קהל ועדה פאר די חטא פון ארויסגעבן עפעס וואס דיר געפעלט נישט איז נישט אויסגעהאלטן עפ״י תורה, עפ״י אידישקייט, עפ״י מענטשליקייט. בפרט ווען קיינער האט דיך נישט געבעטן דיין אפיניען דא ברבים, איז טוה אונז אלע חצי נארמאלע מענטשן - וואס פראבירן צו לעבן נארמאל - א טובה און נעם איין א שווייגעניש.

איך וויל דיך פרעגן אזוי: שטעל דיך (גרויסע מוזיק, חינוך,כלל ישראל מבין) פאר, רופט דיך אפ אברהם מרדכי מלאך אלול תשע״ח און זאגט דיך, איך העלף ארויס אין א שיינע פראדזשעקט, מיט די און די גרויסע בארימטע בעלי מנגנים ועוד, און מיר דארפן דיין הילף אויף עפעס און די אלבום. זיי אזוי גוט, קום אריבער פאר א האלבע שעה. איך רעד שוין נישט פון דעם אז דו וואלסט געלאפן אויף אלע פיר, אבער די וואלסט יעצט געווען דא און פארענטפערט און פארגלעט אלע טענות - האק נישט קיין טשייניק - די מיינסט עס אויך נישט ״לשם שמים״

אויב די האלסט אז די תוכן איז נישט ריכטיג - קויף עס נישט.
ווילסט נישט דיינע קינדער זאלן עס הערן - קויף עס נישט.
האלסט נישט פון די ניגונים/זינגערס - קיינער הייסט עס נישט קויפן.
האלסט אז עס איז נישט קיין ״מתנה פאר כלל ישראל״ - ער מעג האלטן אז יא.
האלסט ער דארף עס פארקויפן פאר ביליגער - ער דארף נישט, עס איז זיינס - ער האט רעכט צו לייגן א פרייז. (סאציאליסט…!!?)
האלסט די מארקעטינג איז ״טו מאטש״ - פיין, יעדן טאג פארן ארויסגיין אין גאס טאנץ אויף איין פיס און שריי זיבן מאל: איך גיי נישט נתפעל ווערן פון די מארקעטינג!!! דערנאך מאך פיר מאל א טאבל-סאוס…

לויט ווי אזוי די נאגעטיווע ווערטער גייען דא, זעהט זיך אויס אז איך דריי זיך דא צווישן אסאך מענטשן מיט פארדארבענע מידות - קענען נישט פארגינען א צווייטן סוקסעס - שטייט זיי אין וועג אז מען קען עס נישט קאפיען - קארגע טאשן פיל מיט דעות און שיטות.

בנוגע די בילדער מיט רבנים - עס האט מיך אויך געבאדערט - אבער איך ווייס נישט צו עס איז אפיציעל א מארקעטינג טעקניק אדער זיי האבן א שייכות מיט די רבנים האבן זיי עס געוואלט ווייזן און די בילדער פארן שוין ארום (אזוי ווי אלע לשון הרע׳ס - וואטס עפפ וכו׳) קום נישט שרייען מען מוז זיי אראפרייסן בכוח ווען זיי פארדינען זיך עס נישט, און נאכדערצו פאר די ווייסט קלאר אלע פאקטן ארום.

די אלע זינגערס, האסטו ליב זייערע ניגונים. ווען זיי זינגען ביי א חתונה, שטייסטו מיט א אפענע מויל באטראכטן יעדע תנועה, ווען די זעהטס זיי אין גאס, קענסטו נישט אראפ נעמען אן אויג (ס׳דעך די ריזיגע מעכטיגע ״פעימעס״ בלא בלא בלא מיט ״פענס״ ועוד וכו׳ וגו׳)

ווי פלעג מען זאגן: עס געפעלט דיך נישט, פלאץ!!

(דיסקלעימער, איך האב נישט די סידי און פלאן עס נישט צו קויפן - אויב איינער מיינט אז איך בין א נוגע בדבר)


במחילת הכבוד ולענ"ד מיינעך אז איר זענט נישט גערעכט.

א מענטש קען נישט טוהן וואס ער וויל בלויז ווייל ער האט די מעגליכקייט דערצו, ווייל ער איז בעל הבית אויפן פראיעקט. איך האב אפילו נישט די ווערטער ארויסצוברענגען די נאנסענס דערפון. ס'איז אזוי ווי די זאגסט אז מ'מעג נישט האבן קיין טענות אויף ... ראבא קאלס ווייל דער סיסטעם וואס קאלט איז זיינס, און די ארגענזאציע איז זיינס...

נאר וואס? מברויך נישט "באשולדיגן" קיינעם, ווילסט ארויסברענגן דיין אפשיי דערפון? געזונטערהייט! אבער פארשטיי אז מעגליך די מענטשן מיינען נישט קיין שלעכטס, דאס איז ווי אזוי זייער מח לויפט און שוין.

איר זאגט אז די קריטיקירער מיינען אויך נישט לשם שמים, איך פארשטיי נישט אייער טענה. עס נעמט גארנישט אוועק פון די לעגיטימאציע פון די טענות.

גראדע וועגן די פרייז ווייס איך נישט, אני הקטן האלט גראדע אז עס איז יא ווערד 50 דאללער (כ'האב עס נישט געקויפט, פשוט ווייל כ'גלייך אנדערע סארט מוזיק, און אויך שעם איך זיך פאר מיר אליין צו צאלן אזוי סאך פאר מותרות), אבער על הצד אז עס איז נישט ווערד 50 דאללער קען מען דעבאטירן, ווייל פון איין זייט איז ער מייקר השער, פון די אנדערע זייט איז דער "שער" א אומנויטיגע זאך, ווייסעך נישט אויב דא קומט אריין הלכה/אנושיות/מדות.
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

איר קענט אפשר סטאפן מיט די ליצנות
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (159.16 KiB) געזען 1535 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

און אנדערע נייעס האט א נדבן מנדב געווען 50 סעטס פון די שבתדיג פאר די קינדער פון דזשערסי סיטי חדר
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

קאץ און מויז האט געשריבן:און אנדערע נייעס האט א נדבן מנדב געווען 50 סעטס פון די שבתדיג פאר די קינדער פון דזשערסי סיטי חדר

געזען די ווידעאו.
סאך מער פון 50
כמעט 300
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ידעתי האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:און אנדערע נייעס האט א נדבן מנדב געווען 50 סעטס פון די שבתדיג פאר די קינדער פון דזשערסי סיטי חדר

געזען די ווידעאו.
סאך מער פון 50
כמעט 300

די 300 זענען זיכער לשם מצוה (די אנדערע ווייסעך אז נישט)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

ידעתי האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:און אנדערע נייעס האט א נדבן מנדב געווען 50 סעטס פון די שבתדיג פאר די קינדער פון דזשערסי סיטי חדר

געזען די ווידעאו.
סאך מער פון 50
כמעט 300

אפשר ברענגסטו די ווידיאו?
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

קאץ און מויז האט געשריבן:און אנדערע נייעס האט א נדבן מנדב געווען 50 סעטס פון די שבתדיג פאר די קינדער פון דזשערסי סיטי חדר

ווידער א מארקעטינג stunt. עס האט גארנישט מיט גוטהארציגקייט.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אמיתי
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמיתי »

פעטער שמואל האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:און אנדערע נייעס האט א נדבן מנדב געווען 50 סעטס פון די שבתדיג פאר די קינדער פון דזשערסי סיטי חדר

ווידער א מארקעטינג stunt. עס האט גארנישט מיט גוטהארציגקייט.


אזא צייט ווען די שנאת ישראל פלאקערט איז צייט צו פארמינערן די שנאת חינם דא אויף אייוועלט, איעדע זאך וואס האט צוטון מיט די שבת'דיג ווערט גלייך אראפ געריסן, א חשובע נדבן פון קרית יואל האט געקויפט כמעט 300 שטיקלעך צו טיילן פאר די קינדער, גלייך ווערט דא אראפגעריסן 'מארקעטינג', איי וואס האט די קרית יואל'ע נדבן מיט מארקעטן שבת'דיג פארוואס נישט, מען קען אראפרייסן פארוואס נישט,
איך האב ערנסט מורא די עולם גייט זיך נעמן מחלל שבת זיין רח"ל, ווייל ווי קען איך האלטן שבת ? שבת'דיג רעד דאך פון דעם.
אנשילדיגט פארן צוריק קומען שרייבן מיט די ניק, איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן
לעצט פארראכטן דורך אמיתי אום מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 9:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

ליינען דעם אשכול איז זיכער אן איבערלעבעניש...
אמיתי
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמיתי »

כמעט 30 בלעטער אנגעפילט אראפצורייסן א זאך וואס א איד האט אריינגעלייגט ממון ודמים, די אלע וואס רייסן אראפ מיינען אבער לשם שמים, אוי רבוש"ע לייז אונז שוין אויס
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אמיתי האט געשריבן:כמעט 30 בלעטער אנגעפילט אראפצורייסן א זאך וואס א איד האט אריינגעלייגט ממון ודמים, די אלע וואס רייסן אראפ מיינען אבער לשם שמים, אוי רבוש"ע לייז אונז שוין אויס

טייל פון די בלעטער זענען אראפצורייסן די אראפרייסערס.
"די אלע וואס רייסן אראפ מיינען אבער לשם שמים, אוי רבוש"ע לייז אונז שוין אויס"
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

ווער איז דער נדבן פון קרית יואל?
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

פעטער שמואל האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:און אנדערע נייעס האט א נדבן מנדב געווען 50 סעטס פון די שבתדיג פאר די קינדער פון דזשערסי סיטי חדר

ווידער א מארקעטינג stunt. עס האט גארנישט מיט גוטהארציגקייט.

און דיין קאמענט קומט פון.....??

Unbelievable
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

היינט אין די צעטלעך
git morgan.png
git morgan.png (51.43 KiB) געזען 1048 מאל

dvar yom.png
dvar yom.png (42.89 KiB) געזען 1048 מאל
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

ממש אזוי דער עולם קויפט נישט דער סידי אז מען דארף עס אויסטיילן בחינם!
איך האף אזוי אויב יא האט מען מצליח געווען זיי אראפצורייסען
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

א גולם האט געשריבן:היינט אין די צעטלעך
git morgan.png

dvar yom.png


ווי איז די fine print?

זיי געבן עס יעצט בחינם פאר אלע קינדער פון כלל ישראל?

Wow אויב אמת.
אמיתי
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמיתי »

יהלום האט געשריבן:ממש אזוי דער עולם קויפט נישט דער סידי אז מען דארף עס אויסטיילן בחינם!
איך האף אזוי אויב יא האט מען מצליח געווען זיי אראפצורייסען

Wow! די ערשטע מאל איך זעה א איד פרייט זיך מיט זיין גהינם
אבער ניין זיי טיילן נישט די גאנצע פעקל בחינם עס איז די קארטליך און יא זיי מיינען עס לשם אדווערטייזן
געטראכט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

אמיתי האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:ממש אזוי דער עולם קויפט נישט דער סידי אז מען דארף עס אויסטיילן בחינם!
איך האף אזוי אויב יא האט מען מצליח געווען זיי אראפצורייסען

Wow! די ערשטע מאל איך זעה א איד פרייט זיך מיט זיין גהינם
אבער ניין זיי טיילן נישט די גאנצע פעקל בחינם עס איז די קארטליך און יא זיי מיינען עס לשם אדווערטייזן


אידישקייט, א טעם אינם שבת, לשם שמים וכו' וכו'
אין אויב האט דאס אלעס האט נישט געארבעט , הייבט מען אהן אהן טיילען גהינם אויך.
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

סתם פאר אינטערסאנטקייט ווען א מענטש זאגט לשם שמים האלט ער טאקע אזוי אדער עס איז אזוי ווי ווען א מענטש זעצט זיך צי א געשמאקע טעלער טשולענט אין ער זאגט ״לכבוד שבת קודש״
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

איינער זאגט מיר ער האט עס נישט געפלאנט צו קויפן
אבער זעעהנדיג וויאזוי הגה"צ מקארלסבורג שליט"א באטראכט עס מיט טלית ותפילין איז ער געלאפן עס קויפן....
:mrgreen: :mrgreen:
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

Borough Park האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט ווען א מענטש זאגט לשם שמים האלט ער טאקע אזוי אדער עס איז אזוי ווי ווען א מענטש זעצט זיך צי א געשמאקע טעלער טשולענט אין ער זאגט ״לכבוד שבת קודש״

מער ענדליך צו ווען א מענטש שרייט איי לאוו יאו האשעם...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

זעי איך מען האט צוגעלייגט א שבתדיג קנעפל אויף קול מבשר
אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

אמיתי האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:און אנדערע נייעס האט א נדבן מנדב געווען 50 סעטס פון די שבתדיג פאר די קינדער פון דזשערסי סיטי חדר

ווידער א מארקעטינג stunt. עס האט גארנישט מיט גוטהארציגקייט.


אזא צייט ווען די שנאת ישראל פלאקערט איז צייט צו פארמינערן די שנאת חינם דא אויף אייוועלט, איעדע זאך וואס האט צוטון מיט די שבת'דיג ווערט גלייך אראפ געריסן, א חשובע נדבן פון קרית יואל האט געקויפט כמעט 300 שטיקלעך צו טיילן פאר די קינדער, גלייך ווערט דא אראפגעריסן 'מארקעטינג', איי וואס האט די קרית יואל'ע נדבן מיט מארקעטן שבת'דיג פארוואס נישט, מען קען אראפרייסן פארוואס נישט,
איך האב ערנסט מורא די עולם גייט זיך נעמן מחלל שבת זיין רח"ל, ווייל ווי קען איך האלטן שבת ? שבת'דיג רעד דאך פון דעם.
אנשילדיגט פארן צוריק קומען שרייבן מיט די ניק, איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן

איך קויף נישט און איך קאמענט נישט
אפילו לאמיר זאגען עס איז מארקעטינג, איז עס נאך אלס א געוואלדיגע מצוה, און מען טאר עס נישט אראפרייסן..

לייג דיר אריין און די שיך פון די פארציטערטע אינגל וואס באקומט אזא פענסי פעקעדזש, די שמייכל וואס ער געט
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”