אויף די אייוועלט מארקעט איז יעצט ערשינען א נייע אלבוים "לעלות ולבקש" צוזאם גענימען 13 הערליכע לעצטיגע סינגעל'ס פינעם וועלט בארימטע בעל מנגן הרב החסיד אברהם פריעד שיין מסודר מיט א גאר גאר הערליכען תוכן!
די נאמען איז א חידוש! דער נאמען איז ע"ש צוויי ניגונים אויפן אלבוים לעלות און לבקש רחמים
די ערשטע טרעק איז א הערליכע לעבעדיגע ניגון "אשרי תלמיד חכם" וואס ארויס געקומען פאר עפעס א סיום אויפן רמב"ם, און עס זינגט דארט אויך הרב נפתלי קמפה א הערליך שיינע און בע'טעמ'טע זינגער.
די צווייטע ניגון איז לבקש רחמים א שטארק ווארימע און הארציגע ניגון.
די דריטע איז אוטוטו א ניגון געמאכט דורך בענצי שטיין פון א"י א לעבעדיגע.
די פערטע איז א סינגעל וואס איז ארויס געקומען פאר דער ילדי דינער אין מאנטריאל געזינגען דורך אברמ'ל מיט עמרם אדר.
די פינעפטע איז א אלטע לעבעדיגע חבד'סקע טאנץ.
די זעקסטע איז א זלאטשוב'ע ניגן.
די זיבעטע איז אתה בחרתנו א פרייליכע ניגון געמאכט דורך דעם וועלט בארימטע שלמה יודא רעכניץ.
די אכטע איז א מעסטער פיעס ובאת ההיא געמאכט דורך יוסי גרין און געזינגען דורך אברהם מיט אלי מארקוס די ווערטער דארף צו זיין עפעס א שטארקע פסוק אין ליבאוויטש.
ביז דא האב איך נערווען צו שרייבן....
דא קען מען דאונלאודען דער אלבוים
לעלות ולבקש - נייע סידי - אייוועלט פראיעקט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- לפנות בוקר
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3200
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
- לאקאציע: ששש..
לעלות ולבקש - נייע סידי - אייוועלט פראיעקט
לפנות בוקר
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: לעלות ולבקש - נייע סידי - אייוועלט פראיעקט
יאפ'ס! פיינע נייעס...
נאר יעצט באמערקט... ישר כוח.
האמיר זייער הנאה געהאט דערפון.
נאר יעצט באמערקט... ישר כוח.
האמיר זייער הנאה געהאט דערפון.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!