עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

באקימען אן אימעיל פונעם מערכת...

טוב מאוחר מבלא כלום. - מאוד רצינו להוציא את הגיליון הנוכחי מוקדם יותר, אך לא אסתייע בידנו וכל התחלות קשות.
הודו לה' שהצלחנו גם עתה להוציא גיליון עשיר לפורים, מקווה שתפיקו מזה הנאה רוחנית ותזכו לשמחת פורים אמיתית, ולישועה כללית ברו"ג.
ואם נהניתם, העביר גם לחבריכם ומכריכם - בעמוד 2 בגיליון יש קישורים להורדת כל הניגונים המוזכרים בגיליון, לגיליון הראשון וכו'. - וגם קישור להרשמה לקבלת גיליונות "עתיקין" באימייל.

צו אונזערער טייערע ברודער אין אויסלאנד, אי"ה דעם נעקסטן גליון אויף פסח וועלן מיר זיך משתדל זיין, עס זאל זיין ארטיקלען אויף אידיש, און מעגליך אז מיר וועלן מאכן צוויי מהדורות, אויף לשה"ק און אויף אידיש.

מיר האבן זיך יעצט אויך משתדל געוועהן וויפל מיר האבן געקענט אין די קורצע צייט וואס מיר האבן געהאט, עס זאל זיין גרינג צו ליינען אויך פאר די וואס פארשטייען נישט ארץ ישראל'דיגע לשה"ק (עברית בלע"ז).

מיר האפן אז איהר וועט הנאה האבן פון דעם יעצטיגען פורימדיגען גיליון - האט איהר הנאה שיקט'ס אריבער אויך צו אייערע גוטע פריינט און משפחה מיט גלידער. און דערציילט זיי אויפן לינק וואס איז אויף זייט 2 אין דעם גיליון, זיך צו איינשרייבען צו באקומען די "עתיקין" גליונות אויפן אימעיל, און נאך.

א פריילאכ'ן פורים און שמחת תמיד

מערכת

עתיקין
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

איטשע האט געשריבן:ווי איז ר׳ דוד מאיר רוס אינ׳ם בילד?

אינעם צווייטן גליון האט ער לאנגע שיינע בריוו
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כדרכו בקודש...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דער גליון האט ממש א נשמה אין זיך.
עס הייבט אויף צו אן אנדערע פלאנעט. ס'שפירט זיך ווי מ'פארט א נסיעה אויף צוריק, צו א ליכטיגע וועלט פון פארצייטישע חסידישע הויפן.

איך קען מיך נישט גענוג זעטיגן.
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

מאסיווע ארבעט!
די ערשטע ניגון תמחה את זכר עמלק קען איך אלץ א שטאטע ווארימע ניגון וואס האט אויך א הויכע פאל, איך האב נישט קיין ריקארדינג דערפון, איך האף שפעטער דאס אראפצושפילן און ארויפלייגן.
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ממש נישטא די ווערטער, דאס איז עפעס אויסנאם גוט, תחזקנה ידיכם.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

א גרויסן יישר כח!

האלטן מיר ביי די ערשטע ניגון, תמחה.

אינטערעסאנט אז ביי די "מדוייק'דיגע" גירסא, גייט די ערשטע פאל די ערשטע מאל "אראפ", אנשטאט אזוי שרייעדיגע "ארויף". אויף דעם אופן איז די פאל ממש ענליך צו די פארצייטישע "אודה לקל".

אגב, האט שומרי אמונים א אלטע חזקה צו נעמען 3/4 ניגונים, און עס מאכן פאר א טאנץ ניגון.. די מצוה טאנץ ניגון איז אויך אזוי.. און איך מיין אז נאך ניגונים אויך.. וויאזוי פונקטליך מ'מאכט דאס, ווייס איך נישט...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מחשב האט געשריבן:אינטערעסאנט אז ביי די "מדוייק'דיגע" גירסא, גייט די ערשטע פאל די ערשטע מאל "אראפ", אנשטאט אזוי שרייעדיגע "ארויף". אויף דעם אופן איז די פאל ממש ענליך צו די פארצייטישע "אודה לקל".

האט מיר אויך דערמאנט פון אודה לקל.

מחשב האט געשריבן:אגב, האט שומרי אמונים א אלטע חזקה צו נעמען 3/4 ניגונים, און עס מאכן פאר א טאנץ ניגון.. די מצוה טאנץ ניגון איז אויך אזוי.. און איך מיין אז נאך ניגונים אויך.. וויאזוי פונקטליך מ'מאכט דאס, ווייס איך נישט...

עגרי, ס'איז ממש יסורים צו טאנצן אויף אזא ניגון!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:הערליך שיין!
איך מעג זאגן אז די צווייטע איז בעסער פונעם ערשטן?

די שושנת יעקב פון די אמרי אש האב איך ספיציעל הנאה געהאט.
ס'איז א פיינע ניגון, זינגט זיך גישמאק מיט א חבורה, און איני יודה משום מה - האט ער נישט זוכה געווען זיך פארשפרייטן אויפן וועלט. אפשר וועגן מ'ווארט איינער זאל עס פיין אבזינגען, אפשר וועגן א צווייטע סיבה, אבער איך האף אז יעצט וועלן מער מענטשן איינזעהן אין די שיינקייט פון דער ניגון.

אלץ אויסגערופענע חובב ומעריץ פון ניגוני מודזיץ אוודאי מעגט איר אזוי שרייבן!..

אין די גליון האבן די מודזיצע חברי המערכת אהערגעשטעלט א ארבעט אזאנס און אזעלעכס!

אז מ'רעדט שוין ארום די מודזיצע חלק דארף מען איבערגעבן א הערה חשובה וואס איז אריינגעקומען. דער וועלטס באקאנטע שושנת יעקב וואס מ'האט געשריבן בשם רבי פיניע מאירוביץ שליט"א אז ס'קומט פון דברי ישראל זי"ע, איז נישט ריכטיג און ר' פיניע אליינס האט חוזר געווען דערפון. דער מחבר איז אנגענומען צי זיין הרה"ח ר' עזריאל מאנדלבוים ע"ה הי"ד, באקאנטער מלחין בבית באבוב
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

די סטרעטינער אשר הניא קען איך מיט היבש שינויים, און אסאך געשמאקער (לטעמי...).

גיימיר מברר זיין פון ווי מיין נוסח קומט.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מחשב האט געשריבן:די סטרעטינער אשר הניא קען איך מיט היבש שינויים, און אסאך געשמאקער (לטעמי...).

און יועיל נא מטוביכם אהערצישטעלן א רעקארדירונג דערפון!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

די ניגון "ישנו עם אחד" איז דאך ממש די מודזיצע (?) "אשת חיל", אן די הויכע פאל.

מ'זינגט דאס אין סטיטשין אויך, דאכט זיך.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

און די ניגון דערנעבן "אמור לנפשי ישועתך אני" איז אין טייל דער באקאנטע ליובאוויטשע ניגון המכונה דער קלימאוויטשער ניגון

דארף מען טאקע וויסן וואס קומט פון וואס
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:און די ניגון דערנעבן "אמור לנפשי ישועתך אני" איז אין טייל דער באקאנטע ליובאוויטשע ניגון המכונה דער קלימאוויטשער ניגון

דארף מען טאקע וויסן וואס קומט פון וואס

אין דער צווייטער טייל דערפון איז די לעצטע פאל פון א קארלינער ניגון.

https://drive.google.com/file/d/1dfxYsi ... sp=sharing

זעט אויס ווי א פורים'דיגער קוגל...

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:די סטרעטינער אשר הניא קען איך מיט היבש שינויים, און אסאך געשמאקער (לטעמי...).

גיימיר מברר זיין פון ווי מיין נוסח קומט.

און יועיל נא מטוביכם אהערצישטעלן א רעקארדירונג דערפון!

ווייס איך שוין. די ניגון זינגט מען אין פשעווארסק אויף תמניא אפי חנוכה. שמעתי אז זיי זענען עס מייחס צו ר"ר מענדעלע זי"ע. עס איז אבער נישט קראנט מיין שמועה.

עמיצער מיט פשעווארסקע קשרים?

איך גיי פרובירן צו פארשאפן אדער שאפן עפעס א רעקארדירונג.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מחשב האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:און די ניגון דערנעבן "אמור לנפשי ישועתך אני" איז אין טייל דער באקאנטע ליובאוויטשע ניגון המכונה דער קלימאוויטשער ניגון

דארף מען טאקע וויסן וואס קומט פון וואס

אין דער צווייטער טייל דערפון איז די לעצטע פאל פון א קארלינער ניגון.

https://drive.google.com/file/d/1dfxYsi ... sp=sharing

זעט אויס ווי א פורים'דיגער קוגל...

דארף מען אנפרעגן ביי די אלכסנדר חברה, ווי אלט דער ניגון איז אין קארלין ווייסטו?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:און די ניגון דערנעבן "אמור לנפשי ישועתך אני" איז אין טייל דער באקאנטע ליובאוויטשע ניגון המכונה דער קלימאוויטשער ניגון

דארף מען טאקע וויסן וואס קומט פון וואס

דאס איז א חלק פון א ניגון וואס איז באוואוסט אויף הללו את ה' (ווייסעך נישט פארוואס זיי לאזן אויס א האלבע ניגון), כמדומה זינגט מען דאס אין באבוב ביי של"ש אויף שהשלום שלו, דער הויכער פאל איז טאקע כמעט די זעלבע ווי די קלימאוויטשע אבער עס האט לכאורה נישט קיין שייכות.
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:און די ניגון דערנעבן "אמור לנפשי ישועתך אני" איז אין טייל דער באקאנטע ליובאוויטשע ניגון המכונה דער קלימאוויטשער ניגון

דארף מען טאקע וויסן וואס קומט פון וואס

דער דערמאנטער ניגון האט איין קוועטש טיפער ווי דער קלימאוויטשער.

און ווי דוד משה זאגט, דער ניגון איז באקאנט מיט אן ערשטע פאל.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ויבא עמלק איז נישט ממש מיין טעיסט, אבער דער ניגון חב"ד וואס ווערט דארט געברענגט איז א מורא'דיגע געשמאקע ניגון.

דער דמיון צווישן דעם צווישן דעם ניגון און דער וויזניצער "גוט שבת" איז א כאפ, אבער די מעגליכקייט אז די צוויי האבן זיך ווירקליך אמאל געטראפן פריער איז זייער א ווייטע.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

די לינקס 5:2 און 5:3 זענען פארטוישט.
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

דוד משה האט געשריבן:די ערשטע ניגון תמחה את זכר עמלק קען איך אלץ א שטאטע ווארימע ניגון וואס האט אויך א הויכע פאל, איך האב נישט קיין ריקארדינג דערפון, איך האף שפעטער דאס אראפצושפילן און ארויפלייגן.

אט איז די ניגון אראפגעשפילט.
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דעתו כדעתי האט געשריבן:דער גליון האט ממש א נשמה אין זיך.
עס הייבט אויף צו אן אנדערע פלאנעט. ס'שפירט זיך ווי מ'פארט א נסיעה אויף צוריק, צו א ליכטיגע וועלט פון פארצייטישע חסידישע הויפן.

איך קען מיך נישט גענוג זעטיגן.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

דוד משה האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:די ערשטע ניגון תמחה את זכר עמלק קען איך אלץ א שטאטע ווארימע ניגון וואס האט אויך א הויכע פאל, איך האב נישט קיין ריקארדינג דערפון, איך האף שפעטער דאס אראפצושפילן און ארויפלייגן.

אט איז די ניגון אראפגעשפילט.

הערליך שיין, פון ווי קומט טאקע דער וועג?

אויך ווער זינגט די הללו את השם וואס האסט פריער געלייגט, איך געדענק עס הערן זינגען אין מונקאטש טאקע אויף הללו
אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים בער וויינשטאק »

דוד משה האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:די ערשטע ניגון תמחה את זכר עמלק קען איך אלץ א שטאטע ווארימע ניגון וואס האט אויך א הויכע פאל, איך האב נישט קיין ריקארדינג דערפון, איך האף שפעטער דאס אראפצושפילן און ארויפלייגן.

אט איז די ניגון אראפגעשפילט.

דוד משה האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:די ערשטע ניגון תמחה את זכר עמלק קען איך אלץ א שטאטע ווארימע ניגון וואס האט אויך א הויכע פאל, איך האב נישט קיין ריקארדינג דערפון, איך האף שפעטער דאס אראפצושפילן און ארויפלייגן.

אט איז די ניגון אראפגעשפילט.

ערשטע פאל, שיין אבער נישט 100% פונקטליך.
בנוסף איז אינמטן א פאלש מעידזשאר תנועה וואס גריצלט מיר אין די אויערן...
הויכע פאל - א חידוש!
פון וואנען האט איר עס?

אין תו"א גייט עס טאקע קודם שטאט, דהיינו ווען עס ווערט פארגעזונגען זכור ביז תמחה וכו'
שפעטער ווען דעם עולם איז זיך מצטרף מיט תמחה דעמאלט ווערט עס שנעל מיט די תנועה 'אויף ארויף'.

מיין בויך סברא - ס'איז געווארן מיט די צייט אזוי שנעל, און די תנועה אויף ארויף איז געווארן פון זיך אליין 'צוקאכטערהייט', והבן.

ומכאן גם תשובה לאלו וואס קלאגן אויף דעם וואס איז 'נהוג' אין תו"א (שו"א) צו טאנץ אויף א 3/4 ניגון...

ס'איז נישט נהוג.
בלויז צוויי ניגונים זענען דארט אזוי,
איינס הא דאמרן - ס'איז פארוואנדלט געווארן אויף א שנעל. מאכט עס בלויז עטוואס שטאטער וועט איר זעהן אז עס גייט פיין.
צוויי ניגון אין קצבה - וואס ווערט אויך געזונגען ביי די זעקסטע הקפה (און ביים היינטיגן רבי'ן שליט"א ביי מצוה טאנץ).
ביסודו קומט עס היבש שטאטער און עס איז היבש פארשנעלערט געווארן מיט די צייט - בעיקר ביי אין קצבה.

לידיעה בעלמא, מען קאן זינגען גאנץ שנעל, אבער נישט גאר שנעל, און אויך שפרינגען - אויף א 3/4.
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

הערליך, קנקן חדש מלא ישן נושן אשר טעם נערים וזקנים נוחים הימנו.
בנוגע די 'אילת השחר' פון ראפשיץ (וואס ר' בן ציון זינגט שלא מעלמא הדין, מ'קען צוגיין), איז נאר דא די ערשטע חלק, אין סטיטשין זינגט מען עס אויף די גאנצע קאפיטל מיט נאך לפחות איין פאל, אויך זינגט מען עס אויף 'מה ידידות' יעדן שבת זכור.
איך וואלט מורא'דיג הנאה געהאט ווען איינער קען ווען אהערברענגן דעם ניגון בשלימות.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”