אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א גוטן,
איך בין (נישט) פישי...

פיין, אן קיין לאנגע הקדמות, אן אויסציהען די נשמות, אן אויספליהען אין די עולמות, לאמיר צוגיין צי מנין, ווייל פורים אישוין דא!

איז אזוי:
אייוועלט שטעלט דא צו א נייע הערליכע פראפעשנילע סידי מיטן נאמען:

"טוב לב המלך"
א פורים קאלעקשן!

כשמו כן הוא, "טוב לב", ס'מאכט גוט אויפן הארץ. א הערליכע קאלעקשן פון 15 אויסגעקליבענע פורים ניגונים, קאמפאוזט דורך טאלאנטפולע אידישע הערצער, געזינגען דורך וועלט בארומטע אידישע לעפצן, וואס וועט מחיה זיין שווערע עשרות אלפי אלפים כיכר אידישע אויערן.

טוב מאוחר מלא גיכער, אפי' משטייט שוין אינעם שוועל פון פורים, דאך פטור בלא בלום אי אפשר, און מיר שטעלן יעצט צו דעם סידי, נאך אסאך שווערעקייטן און שטרוכלונגען וואס האבן זיך געשטעלט אין וועג ווי סאמע וועלט בארומטע מחוצפים.
אנהייב איז עס געווען די געלעכערטן מאגאזין וואס האט נישט איבערגעלאזט צייט פארן סידי, שטייצעך מיט אסאך רעכט. און נאכדעם נאך זאכענעס שאין כאן המקום לפרוטה.

אבער דאן איז אריינגעשפרינגען אינעם פראיעקט @גרויסע עם הארץ  וואס האט נישט נאכגעלאזט קיין מינוט, און געשטאנען אויף מיינע געהירן און געהאלפן און געשטיפט און געשטיצט און נאר אזוי האלט מען שוין דא, הנה זה בא, וכו'.
אויך דארף מען דערמאנען נאך עטליכע ניקס וואס כגעדענק שויניש וואס האבן זיך אנגערופן קאכעדיג, און צוגעשטיפט אז מ'טאר נישט נישט מאכן א פורים סידי!

כ'האב זייער געוואלט אז אונזער וועלט בארומטן @איינס זאל אהערשטעלן דעם בוקלעט אזוי ווי נאר ער קען. אבער נאכן געלעכערטן פראיעקט האב איך זיך פשוט געשעמט צו איהם בעטן! כ'האב איהם נישט געקענט בליקן אין אויגן אריין!! אבער וואס מיינט עטס, כ'האב איהם געבעטן ווי א טאטעלע... און ער האט געענטפערט ווי א זיידעלע... אז ער וויל זייער שטארק אבער וואס קען מען טוהן וכו', אקיצער, אזוי ווי כאבמעך פארגעשטעלט.

און דא האט אונז סורפרייזט א נייער סאמטינג שטערן!
מאכט אייך באקאנט מיטן גרויסע וועלט פון @א קליינע וועלט, א טאלאנטפולער חשובער געלונגענער יונגערמאן, [וואס ווער ס'האלט מיט ארבעט ער ביי מיר אין אפיס, אזוי האביכעם געקענט האבן אונטער מיין האנט...], און ער האטצעך אריינגעריקט אינעם ענין, און גענומען די גאנצע מלאכת הגרעפטשיק אויף זיינע פלייצעס! פונעם קאווער ביזן אווער! און מיט א פורימ'דיגע גיסטע האט ער אהערגעשטעלט א הערליכע ארבעט, כאשר תחזינה עיניכם מאה שערים. עטס וועטס געוואור ווערן אז חוץ פון שרייבן און אויפלעבן דאס קליין וועלטל פארמאגט ער נאך רייכע טאלאנטן...

אינעם סידי איז אריינגעלייגט אסאך כוח צייט און מחשבה, פון צאמקראצן ניגונים, דערנאך שניידן פון די דרייסיג געקליבענע ס'זאל ארויסקומען א שלימות, און זאמלען אינפא, שניידן די ניגונים ווי מ'דארף, אויסשטעלן דעם סדר, און נאך אונאך.
אלזא, בעטן מיר בכל לשון של הרגשה, יעדער זאל עס קאפיען און פארשפרייטן ווי מער, זאלן נאך אידישע קינדער קענען הנאה האבן דערפון פריי פון אפצאל און עצבות.


פיין, יעצט לאמיר כאפן א שטיקל שפאציר אינעם סידי אשר אנחנו פורסים לפניכם:

ס'פאנגטצעך אן מיט א פרישע נייע לעבעדיגע ניגון "יבוא המלך" וואס ערהאלט אין זיך בענצי שטיינ'ס פרישקייט וואס אונז אלע האמיר שוין לאנג געהערט דערפון, זייט דעם אייוועלט באקאנטן "שיר ציון" סידי.

נאכדעם איז נאך א הארציגע פרישע ניגון פונעם זעלבן קאמפאוזער, ר' בענצי, וואס דאס מאל לייגט ער אריין זיינע הארץ קוועטשערס אינעם "אדוני המלך" ניגון. וואס אין דעם באטייליגן זיך דעם וועלט בארומטן "ר' מיכאל שניטצלער" אינאיינעם מיט זיין קאלעיגער "ר' מאטי אהרן הלוי וויזל" פון א"י. ס'ניגון איז לכאו' ס'ערשטע סינגל דואט פון ר' מיכאל.

דא קומט אריין דעם 3'טן ניגון "לבוא אל המלך", אז מ'וויל לעבעדיג און פרישקייט דארף מען גיין שטייצעך צום צווילינג ר' יואלי קליין און ר' ישעי' גראס. ס'ניגון איז ארויס דעם לעצטן יאר און אין א"י איז עס געווען די פורים-היט, און אויך איבער דער גארער וועלט האט מען עס נישט פארקוקט.

ביים 4'טן הערן מיר א הערליכן ניגון "אם על המלך טוב", א ווארעמע חסידישע מעשה, געזינגען דורך ר' זאנוויל וויינבערגער מיט די מלכות קווייער. אפי' ס'א לייוו געזינגעכטס האט מען נישט געקענט פארקוקן פון אזא ווארעמע שיינע ניגון.

און דא לויפט אריין א ניגון "קיימו וקיבלו", געזינגען דורך ר' רולי דיקמאן, וואס לשם 'ונהפוכו' זינגט ער מיטן חסידישן הבערה (תרתי משמע) און אפי' ווערטער אויף אידיש לייגט ער צו... א הערליכע לעבעדיגע ניגון, קאמפאוזט ביים באוואוסטן אלי בערי & איצי קליין שותפים.

דערנאך קומט אריין קלאר דעם שוין-באקאנטן "לבוש מלכות", ווידעראמאל פון בענצי שטיין, וואס מיר אלע קענען שוין גוט דעם לעבעדיגע ניגון פונעם סידי "שיר ציון".

פלוצלינג גייט מען אריבער צום אמאל, א הערליכע "שושנת יעקב" שטיקל, געזינגען דורך שירה קווייער אינאיינעם מיט די יונגערליך קינדער קווייער. מיטן אמאליגן געשמאקן חן.

און מ'קומט צוריק צום היינט, אבער מיטן אמאליגן טעם. א לעבדיגע "להודיע" ניגון, געזינגען דורך ר' מענדי ווייס.

ר' קומזיץ וויל אויך א טייל נעמען אינעם סידי, פליהט אריין דא א באטעמטן ניגון "ותוסף אסתר", א קומזיץ סטייל, געזינגען דורך ר' פסח שלמה שווארץ.

און ווי קעמען שליסן אנעם חן און פלאקער פון ר' יהודה גרין. האבן מיר דא אויך א "ונהפוך הוא", געזינגען און געקלינגען דורך ר' "יודא גרין".

"להתחנן לו" - א פרימישלאנע מעשה. געזינגען דורכן אייגנהארטיגן "אברומי ראט" שטימע, זייער א געשמאקער ניגון, ס'ווערט שנעלער און פלינקער.

א געשמאקע ווארעמע "שער המלך" ניגון, אויפן היינטיגן סטייל, קעמען אויך הערן דא. געזינגען דורך ר' אהרי ברוין.

און ווי קעמען ווייטער לויפן אנעם "חייב איניש" געזינגען דורך ר' יענקי דאסקאל, פונעם וויז'ניצע פורים הויף. וואס די עולעם קען גוט שוין פונעם "ביד היוצר" סידי.

און איינער האט געטראכט אז מ'גייט אויסלאזן ר' יאסי גרין? האמער איהם אויך. מיט אן אינטרעסאנטע "משנכנס אדר". מיט א שמחה'דיגע געפיל.

און צום שלוס דערקוויקן מיר זיך מיטן הערליכן געפלאכטענעם "שושנת יעקב" יצירה, געזינגען דורך ר' שלמה זלמן האראוויטץ מיטן אלעמען באקאנטן ילד-בחור הפלא "אברהם חיים גרין".

דא האט איר, שמעו ותחיינה את הילדים!

'טוב לב המלך' - פורים קאלעקשן

הערט און האט הנאה!
א פרייליכן פורים און לוסטיגן תמיד!!!
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום זונטאג פעברואר 28, 2021 12:33 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום דאנערשטאג פעברואר 25, 2021 12:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

משום קוצר הזמן דארף מען נאך האבן איינער זאל איבערלייגן די ניגונים אויפן ריכטיגן פארנעם מיטן בילד פונעם סידי... ווער ס'קען יבוא על שכרו.

מ'וועט אי"ה שפעטער אלעס איבערלייגן ווי ס'דארף צו זיין, נאר אזוי ווי פורים לויפט שוין אריין האמער שוין ארויפגעלייגט דעם סידי.

די רעדעקאציע...
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום דאנערשטאג פעברואר 25, 2021 5:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

:oops:
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

דער נמש הערט נישט אויף...אפילו סאיז פורים המשולש איז ער נישט גרייט צו מוותר זיין פאר אונזער אנגעזעצטן רבי מעכל [כידוע לקוראי הגעלעכערט].

שכח נמש.
שכח גרוסע עם הארץ.
שכח א קליינע וועלט.
שכח פאר יעדער וואס האט א חלק.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

הערליך שיין און זייער הנאה געהאט!

א ריזן יישר כח נמש'ל!!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

געוואלדיג! האב מיר שוין וואס צו הערן אום פורים.

א ריזיגן לעכטיגן פרייליכן יישר כח פאר אלע עוסקים במלאכת מחשבת הלזו.
---
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

איך בין אינגאאאאאנצן רויט פאר בושות וחרפות

איך האב מיך אזוי שיין און ווארעם אנגעטראגן צו צו צו לייגן א פלייצע צום סידי פריעקט, באט באט באט למעשה שששששש......

עהה... כאב עכט נישט געהאט קיין צייט

און נעקסטיים וועל איך שוין וועלן האבן מער צייט

(נעקסטיים מאך נישט א פורים סידי פאר זאזאנע ביזי טעג...)
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

אריינגעלייגט דעם קאוויד, כ'מיין דעם קאווער...

viewtopic.php?f=18&t=46609&p=2645772#p2645102
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:אריינגעלייגט דעם קאוויד, כ'מיין דעם קאווער...

viewtopic.php?f=18&t=46609&p=2645772#p2645102

מ'ווארט נאך אויף המן זאל עס קומען און שערן...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

לינק ארבעט נישט
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:אריינגעלייגט דעם קאוויד, כ'מיין דעם קאווער...

viewtopic.php?f=18&t=46609&p=2645772#p2645102



זעהט אויס אז עס האט נאך א מאסק....

די לינק איז נאך פריוואט און דארף באקומען רשות עס צי קענען זעהן.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א גוטן ערב פורים, כ'האף ס'וועט ווערן מסודר ווי שנעלער, האפנטליך אז ווי שנעלער וועט מען עס קענען האבן געהעריג דא.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מסדר געווען די טרעקס

'טוב לב המלך' - פורים קאלעקשן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זיך פארשפארט אפאר מינוט להנאת הכלל, און ארויפגעלייגט נאכאמאל... כ'האף אז יעצט איזעס גוט!

viewtopic.php?f=18&t=46609&p=2645772#p2645102

א פרייליכן פורים און א לוסטיגן תמיד! פויעלט אלעס גוט'ס.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

נמ''ש ;l;p-
פיינע גוטע קאלעקשאן!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

ב,ד,וו, פון וועם און פון ווי קומט די ''אם מצאתי חן'' וואס זאנוויל זינגט? זעט אויס ווי א מעמד
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

א גוטן טייערע חברים!

ענדליך נאך א וואך פון טעג און נעכט אויפבלייבן איז ברוך השם פורים שוין דא, על כל פנים איז געלויבט דער אייבערשטער פארן אונז צושטעלן אזא יו"ט ווי פורים וואס נישט נאר וואס ס'איז פורים, נאר אויך איז עס פורים!!, וואס איך מיין צו זאגן איז אז יעדער פארשטייט אז ווען נישט פורים איז ווען נישטא קיין פורים!..

און ווען נישט נמ"ש'ל וואלט ווען נישט געוועהן קיין נמ"ש! ..איך מיין צוזאגן קיין אייוועלט וואס איז א שטיק נמש'ל!!...
פון דעם טראכט ער בייטאג און ביינאכט און פארשטייט זיך אז ער האט אונז בכלל נישט אנטוישט לכבוד אונזער בעסטע טאג אין יאר , "פורים!"

אן קיין לאנגע הקדמות האב איך אייך נאר געוואלט זאגן איין וויכטיגע זאך, וויסן זאלט איר אז אין דעם פראדזשעקט איז אריין שעות אויף טעג פון נעכט בלי גניזה, איך בין געזיצן דריי אזייגער פארטאגס איבער א שאל קאווע ווען עס גייט א געשמאקע דערווארעמדיגע שוים ארויף אין רויעך רינגען און איך פראביר זיך צו דערפרישן, נישט ווייל איך האב זיך געוואלט אויסציען פון בעט ארויס.. נאר ווייל איך האב זיך געדארפט האלטן אויף ביזן בעט אריין...
דעריבער טייערע פריינד. וואס בעטן מיר פון אייך? בלויז א טובה'לע.. פליז! פליז! פליז!פליז! ..."האטס הנאה!!!"


און איך באוואונטש אייך מיט די לעכטיגסטע פרייליכקייט און happiness וואס איז נאר שייך, ענדזשויטס לעבן און געדענקטס צו דאנקן דער פון אויבן פאר אלע גוטס..


"און שכח פאר איינס פארן מסדר זיין שענער פון שיין אויפן בעסטן פארנעם.. (דעי לינק רעקעמענד איך!.. דאס איז די בעסטע ביזדערווייל.)"





cover.jpg
cover.jpg (156.55 KiB) געזען 3442 מאל
לעצט פארראכטן דורך א קליינע וועלט! אום זונטאג פעברואר 28, 2021 4:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

א קליינע וועלט מיט ריזיגע דערגרייכונגען!

א ריזיגן יישר כח פאר דיין שווערע הארעוואניע!
---
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

א ריזיגן יישר כח
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

ב"ה געלויבט דער פון אויבן אז אלע לינקס טראגן שוין צום זעלבן פלאץ און אלעס איז שוין אזוי שיין מסידור. אהה מחי'.. (אפילו מיין אויבן געשריבענע מעסעדזש האב איך געפיקסט.)
ווער ס'האט גענימען די האלב פארטיגע קען יעצט איבערנעמען די שיין מסידור'דיגע.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

א יישר כח פאר אייער שיינע און קונצליכער ווערק.

א פראדוקט וואס פיט הערליך אריין און דער סעט פון אייועלט קאלעקציע פון סידיס
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ארויף לכבוד חודש אדר א' תשפ"ב
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

איינס האט געשריבן:
;l;p-
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

ארויף לכבוד יו"ט
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”