ספירה טעיפ'ס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צייטליך, ס'איז אמת וואס דו זאג'סט, דו קענסטעס הערן אויף קאלמע, אבער ס'איז א דיפרענט סטייל, חזק מאכט זיין טעיפ כאילו ס'האט ווען מוזיק, און המשוררים איז מער קווייעריש געשטימט, אן מוזיק,
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

דאס ערשטע טעיפ זייערע האב איך זייער נישט ליב געהאט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זיי האבן איבער געזינגען די ניגונים פינעם ערשטן טעיפ אויף דעים טעיפ, ס'איז אסאך שענער ווי פאראיאר,

דעיס איז די באונעס חלק פונעם טעיפ.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
כאפ א קוצקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א קוצקע »

אנטשולדיגט, אבער דאס איז זייער מאדנע, ווען איינער געט ארויס א טעיפ און זינגט 10 ניגונים איז 5 דערפון א באנעס?, וואס מיינט באנעס?
לויט ווי סזעט אויס זינגען זיי עקסטערע ניגונים וואס קומט נישט אריין אין די טעיפ.
וואס מיינט דאס?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זיי זינגען איבער די ניגונים וואס זיי האבן שוין געזינגען פאראיאר,

יעצט לייג צו קאפ!

אויב מ'קויפט די נייע המשררים טעיפ, באקומט מען פאר פרי זייער טעיפ פון פאראיאר, נאר אנשטאט'ס צו באקומען אויף א עקסטערע סי די, האבן זיי עס ארויפגעלייגט אויף איין סי די,

פארשטאנען?!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

וויכטי קענסט עס פליז צולייגען אויף קליין געלט?

(אגב גרויס געלט איז אויך גוט דער עיקר ס'זאל זיין געלט)
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

יצמח האט געשריבן:וויכטי קענסט עס פליז צולייגען אויף קליין געלט?

(אגב גרויס געלט איז אויך גוט דער עיקר ס'זאל זיין געלט)

חחחחחחח, לץ איינער.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

דא האסטע
אטעטשמענטס
images.jpg
images.jpg (4.36 KiB) געזען 2429 מאל
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אלץ מוזער זיין א חכם, מ'בעט אדער קליין-געלט, אדער גרויס-געלט, ער מוז לייגן אזא, מידיעם-געלט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אכטונג: האלט אייך צום טעמע
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

א סך הכל פון אלע ספירה טעיפ'ס:

1. אם אשכחך ירושלים *
2. בימי הספירה #
.3-4 המשוררים 2 !
5. התוועדות חסידות
6. ו'קליש #
7. חזק !
8-9-10-11 חסידישע אוצרות 4 טעיפס !
12. ספירה *
13. ספירה בשירה
14. רננו צדיקים
15. שבת טיש !
16. שהשלום שלו !
17. שירה !
18. Vocael Versoin *



! עקסטער געוואלדיג שיין
# געשמאק און גוט
* איך האב עס נישט ליב

נ.ב. די הערות זענען מיין אייגענע געשמאק, ו'על טעם וריח אין להתוכח

בנוסף לזה, איז דא צובאקומען ביי "קרן שמואל ישעי'" פארשידענע טעיפס פון "זינגער'ס אן מיוזיק" שיין און חסידיש.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שכוח יגר פאר'ן מאכן די ליסטע. ס'קוקט מיר אויס ווי ס'איז דא כמעט מער טעיפס פאר ספירה ווי פאר א גאנץ יאר...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יגר'ל, טענקס פאר די ליסטע. ביי עטליכע בין איך מחולק מיט דיר, אבער ווי געזאגט, על טעם וריח וגו'

איין זאך זעה איך. דער יגר האט זיך דעם ספירה אריינגעלייגט אין די טעיפ'ס אויף אזוי ווייט אז זינט פסח האט מען נאכנישט געהערט פון אום קיין ווארט! ווי אין וואסער אריין. ס'איינציגסטע פלאץ ווי מ'קען אום נאך טרעפן, אויך נישט אפט, איז אין היכל הנגינה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

עס איז אויך דא פון המזמרים
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

די ערשטע ספירה טעיפ איז געווען פון המזמרים, ווען עס איז נאכנישט געווען קיין שירה, ביידע היינטיגע אנפירערס האבן נאך געזינגען אינאיינעם.
עס איז א הערליכע טעיפ, דאכצעך עס הייסט עפעס LIVE מיט המזמרים, מען קען הערן גאלד מיט פויזן צוזאמען זינגן מיט א קווייער, זיי לייגן דארט אראפ דעם בעלזן "זכור" אזוי געשמאק, א נחת צו הערן.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך הער מיך יעצט אן מיטן טעיפ פון ר' יונתן שווארץ "חזק"


וואס זאל איך אייך זאגן. איך האב עס זייער ליב, ס'איז א הערליכער טעיפ - און ווי שטענדיג - האט יונתן א הארציגן ניגון פון א חולה וואס איז אויסגעהיילט געווארן דורך אנפירן א קאמפיין נישט צו רעדן ביי קדיש.

כ'האב מיך נישט געפאפט. רעקאמענדירט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שמערי בערי האט געשריבן:עס איז אויך דא פון המזמרים


אמת, ס'דא אסאך טעיפ'ס פון המזמרים אן מוזיק, פון פריוואטע שמחות, אבער זיי האבן אפיציעל נאכנישט ארויסגעגעבן קיין איין ספירה טעיפ.
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

"ספירה בשירה" איז א הערליכער טעיפ

ספעציעל האט מיר געכאפט דער "הנני מוכן ומזומן" פון החזן ר' זיידל רובנער, וואס ווערט געזונגען אין באבוב, ס'איז אויסטערליש שיין
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דעם שביעי של פסח ביי די ים-שפאלטעריי האב איך געהערט דעם הנני מוכן ומזומן פון החזן מענקא (ר' מענדל קאהן, אחי ר' מאיר ברוך) מיט זיינע בנים, עס האט געהילכט.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

המזמרים טעיפ - וויאזוי מאנכע רופן עס דא "LIVE WITH המזמרים" - האב איך אנגערופן "בימי הספירה". - אויפן דעקל האט עס ביידע נעמען.

והיה בזה שלום.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א באקאנטע ספירה ניגון:

אוי גיטעלע, גיטעלע; זאג מיר וואס מ'מעג,
נישט טאן אין די ספירה טעג

שניידן די האר, אנטאן א נייע זאך,
הערן מוזיק און פרייען זיך אסאך

ווייל דעמאלטס איז א שלעכטע זאך געשעהן,
ר' עקיבא'ס תלמידים זענען דאס געווען

זיי האבן פארגעסן א מדה וואס איז שיין,
ליב האבן א חבר(טע) ווי זיך אליין.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יישר כח... קענסט עס אפשר אריינזינגען און אויפלייגן דא?...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מיללער האט געשריבן:א באקאנטע ספירה ניגון:

אוי גיטעלע, גיטעלע; זאג מיר וואס מ'מעג,
נישט טאן אין די ספירה טעג

שניידן די האר, אנטאן א נייע זאך,
הערן מוזיק און פרייען זיך אסאך

ווייל דעמאלטס איז א שלעכטע זאך געשעהן,
ר' עקיבא'ס תלמידים זענען דאס געווען

זיי האבן פארגעסן א מדה וואס איז שיין,
ליב האבן א חבר(טע) ווי זיך אליין.


יא, איך הער דער ניגון טאג און נאכט פון מיין טייערע טאכטערעל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאשקע האט געשריבן:יישר כח... קענסט עס אפשר אריינזינגען און אויפלייגן דא?...


ניין, אבער אפשר קענען מיינע צוויי טעכטערליך טוען דעם לייטזעליגקייט פאר אייך ר' מאשעק'ניו, די שאלה איז צו דאס גייט אריין אינעם גדר פון 'קול באשה' אדער 'קול בושה'...........
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מיללער גוט גוט.

לערן עס נאר אויס פאר מאשקע און ער וועט עס שוין דא אריינשפילן מיט זיין קיבאורד...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”