מאטי אילאוויטש, בדחן-קאמפאוזער
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- join us
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 363
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
- לאקאציע: און מיין שיך
טיטאניק האט געשריבן:איינער דא קען די נעמען פון די המזמרים זינגערס אויפן פיקטשער?
פון רעכטס צו לינקס :
1 & 2 ווייס איך נישט .
#3 איז ר' יששכר גוטמאן (שאכר פלעגט מען אים רופן אלץ יונגל ער פלעגט זינגען אויף ר' משה גאלדמאנ'ס טעיפס ער זינגט די אלקא דמאיר ענני ניגון )
#4 איז ר' מרדכי (ר' מאטי בלע"ז ) אילאוויטש
#5 איז חילי אליינס
6 & 7 איז די פריינד בראדערס
8 ווייס איך אויך נישט ... סא וואס ווייסטו יא ?
- שטיקל גבאי
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
- לאקאציע: אין גבאי שטיבל
א לינק צו דיינלאודען די ווידיא פון די דינער און קרית יואל:
http://www.gigasize.com/get.php?d=l8xnyrzgzqc
(קרעדיט 3x0)
http://www.gigasize.com/get.php?d=l8xnyrzgzqc
(קרעדיט 3x0)
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
געזעהן די ווידיאו, און דאכצעך מיר אז און וויליאמסבורג האט ער בעסער געטויגט, און מיין מיינונג פארוואס וויליאמסבורג איז בעסער געווען, ווייל ער האט נישט צופיל ארומגעפאטשקעט מיט ניגונים, ער האט געזינגען 2 הערליכע און גוטע ניגונים, און אין קרית יואל האטט ער שוין צופיל ארומגעפאטשקעט, די זעלביגע איז מיין מיינונג איבער די היי ירעיגע בוניעולם דינער און ב"פ, אז ר' פנחס מרדכי האט אויך צופיל ארומגעפאטשקעט, און אויף דעם אופן פארלירט עס די חן, א גוטע זינגער דארף קענען נעמען איינס צו 2 שיינע הארציגע ניגונים, און עס גוט אראפלייגן, אזוי ווי מאטי האט געטוהן ביי די רופא חולים דינער און וויליאמסבורג, און אזוי ווי אייזיק האניג האט געזינגען ביי די בוני עולם דינער, ווי ער האט געזינגען די ניגון יודעלע, און אויף די פזמון האט ער גענוצט למה למה פון די ניגון מי שענה, און די זעלבע בערך האט פינקי געטוהן א יאר פארדעם ביי די בוני עולם דינער, אלעמאל איז עס געווען 2 שיינע הארציגע ניגונים, און מאטי ביי די רופא חולים דינער האט צוגעלייגט א חוץ די 2 ניגונים אויך די בארדיטשובע ניגון, און דערנאך ווען ער האט גענדיגט די מעשה האט ער געסוויטשט ניגון אבער די עצם מעשה וואס ער האט אראפגעלייגט איז געווען בעיקר געבויט אויף 2 ניגונים אבער נישט מיט קיין ווערטער נאר סתם געזינגען, ראון ס'איז טאקע געווען געוואלדיג, אבער ביי די מנרוי דינער איך ווייס נישט וויפיך ניגונים ער האט געזינגען, אבער די ניגונים זענען דאכצעך מיר געווען אביסל צו שווער ניגונים,
מאטי אילאוויץ געטוויטערט פון הייליג לאנד:
Buy & read the great Interview with R' Motty Ilowitz in this month's "The Blitz".
http://twitter.com/#!/MottyIlowitz
Buy & read the great Interview with R' Motty Ilowitz in this month's "The Blitz".
http://twitter.com/#!/MottyIlowitz
- מכטי1
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5260
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
- לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען
קענטעלאופ האט געשריבן:מאטי אילאוויץ געטוויטערט פון הייליג לאנד:
Buy & read the great Interview with R' Motty Ilowitz in this month's "The Blitz".
http://twitter.com/#!/MottyIlowitz
פאר וואס איז ער ארץ ישראל יעצט?
- שלעפשיץ
- שר האלף
- תגובות: 1427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
- לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
- פארבינד זיך:
אי"ה מיר גרייטן זיך צו הערן פונעם וועלט בארימטן בדחן ווי ער רופט אויף דעם רבין
כ"ב אדר ב'
מער פרטים אדער אויב מעגליך עמיר דא ארויף לייגן נאכ'ן חתונה חלקים פונעם מצוה טאנץ בלי נדר
כ"ב אדר ב'
מער פרטים אדער אויב מעגליך עמיר דא ארויף לייגן נאכ'ן חתונה חלקים פונעם מצוה טאנץ בלי נדר
[email protected] For all your Graphic & Website needs email
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah
- א גראם מיט טעם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3947
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר
- שלעפשיץ
- שר האלף
- תגובות: 1427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
- לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
- פארבינד זיך:
דער מאטי האט טאקע אראפגעלייגט א מעכטיגן דזאב
ווען איך על קריגן די סידי על איך בל"נ מיטטיילן
יעדער האט האנאה געהאט פונעם
אלע זייטן פון די פאמיליע ב"ה
ווען איך על קריגן די סידי על איך בל"נ מיטטיילן
יעדער האט האנאה געהאט פונעם
אלע זייטן פון די פאמיליע ב"ה
[email protected] For all your Graphic & Website needs email
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah
מאטי איז א שטערן וואס איז אויפגעקומען בעולם הבדחנות וואס האט צורידערט דאס חרדישן אידנטום די עולם איז ממש ארויס פון די גלייזן בשעתו ווען ער האט אנגעהויבן זיין קאריע אנגעהויבן האט זיך עס ווען א נאנטע חבר זיינער האט שטארק געבעטן און געמוטשעט מאטי ער זאל גראמען ביי זיין חתונה מאטי האט דען געגראמט חתן כלה און אראפ געלייגט א מייסער האפטיגען דשאב די עולם ארום איז געשטאנען פארגאפט מיט טרערן און די אויגן מי הוא זה ואיזהו און פון דארטן און ווייטער איז עס געפארען ווי א באן ער האט באקומען טעלעפאן רופן פון איבעראל איהם איינצולאדענען ער זאל אויפטרעטן ביי זייער חתונה און טאקע היינט איז ער די שטערקסטע בדחן וואס עס איז דא אויפן מארקעט צו באקומען