ניגוני סאטמאר ומקורותיהם

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

יישר כח, נישט באמערקט.

דארף מען יעצט זעהן צו מ'קען ערגעץ קויפן דעם טרעק אליין?
קוליעקב
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:08 pm

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוליעקב »

ווער האט מחבר געווען די שבשלום שלו נאך ד' מלך ביי שלוש סעודות אפשר אברהם ווערצבערגער? דוד ווערדיגער זינגטעס זייער שיין
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פאלגנד זענען קורצע אויסצוגן פון 2 ניגונים אנגעבליך פון רבי בעריש ווישעווער, פערפאסט נאך פארן רבין אין אורשיווא

ניגון א) חלק 1 און חלק 2

ניגון ב) חלק 1 און חלק 2

זענען די ניגונים באקאנט? האט זיי שוין איינער דא געהערט אמאל? און וואס ווייסט מען איבער זיי?

ווער ס'ווייסט עפעס ביטע זיך לאזן הערן. ייש"כ
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

א שאלה וואס איך וויל שוין לאנג פרעגן, וואו איז דער מקור פון די ניגון וואס מען זינגט אויף פתחו לי יו"ט?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ר' יוסל האט עס געמאכט ערגעץ אין תש"י יארן דאכצעך.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ריכטיג, תשט"ו די יאר וואס די רבי איז געווען אין ארץ ישראל. ער האט עס מחבר געווען אויף חמול

רבי ליפא שווארץ ז"ל האט עס געזינגען אויף כל מקדש ביים טיש אין ארץ ישראל און די רבי האט עס געהייסן איבערזינגען אפאר מאל און האט א גאנץ שבת גערעדט מיט התפעלות איבער דעם ניגון. האט מען עס דערפאר באשטימט אפיציעל פאר פתחו לי

----
צים באמערקן ווי ווייט די רבי האט ימים נוראים נישט משים לב געווען און בכלל נישט תופס געווען וואס מ'זינגט. כאטש וואס מ'האט מיטן רבי'ן זיך פארגעגרייט די ניגונים און מ'האט עס געזינגען 3 מאל האט ער ביים טיש ווען מ'האט עס געזינגען געפרעגט פארגאפטערהייט פון ווי ס'קומט צי ר' יוסל'ען אזא שיינע ניגון...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אינטערעסאנט, נישט געוואוסט אז ר' יוסל האט געמאכט דעם ניגון.
ס'איז עפעס הערליך!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דער ניגון ברוך הוא אלוקנו פון של"ס איז קלאר אז רבי יוסל האט מחבר געווען? שמעתי אן קיין נאמען אז ס'איז נאך פון רבי בעריש ווישעווער. ווייסט איינער עפעס קראנט איבער דעם?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער ניגון ברוך הוא אלוקנו פון של"ס איז קלאר אז רבי יוסל האט מחבר געווען? שמעתי אן קיין נאמען אז ס'איז נאך פון רבי בעריש ווישעווער. ווייסט איינער עפעס קראנט איבער דעם?

פון דא זעהט אויס אז סאיז נאך פון פאר ר' יוסל'ס צייטן.
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

תגובה דורך בית המשתה »

דוד משה האט געשריבן:

נישט קיין ראיה, יוסל האט נאך געמאכט ניגונים אינדערהיים
לעצט פארראכטן דורך בית המשתה אום זונטאג פעברואר 21, 2021 7:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

באקומען פריוואט פון א ידיד נ"י
איך האב יעצט גערעדט צו ר׳ ליפא ט״ב שליט"א זענטער רב (איידעם פון רבי יוסל ז"ל), דער נגון פון ברוך הוא אלוקינו האט ער געמאכט נאך אינדערהיים אלץ אינגערמאן, אויך האט ר׳ בעריש געזאגט פאר ר׳ יוסף אז עס איז זייער א גיטער נגון און גלייבט ער וועט נאך מאכען שיינע נגונים
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

די צוגעלייגטע פאל וואס מען זינגט אויף ובהר מרום הרים איז אויך פון ר' יוסל?
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'איז דאך פון רבין ר' הערש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
א דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 4:08 pm

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דריטער »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:אינטערעסאנט, נישט געוואוסט אז ר' יוסל האט געמאכט דעם ניגון.
ס'איז עפעס הערליך!

מוראדיג שיין און הארציג,

אגב די מבינים זאגן אז די הויעכע פאל האט נישט קיין שום שייכות מיטן ערשטן פאל.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

farshlufen האט געשריבן:ס'איז דאך פון רבין ר' הערש.

די פאל פון ובהר מרום איז נישט פון רבי ר' הערש, דאס איז געווארן צוגעלייגט אין סאטמאר. איר וועט דעם פאל נישט הערן אויף קיין אלטע ריקארדירונגען.
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א דריטער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:אינטערעסאנט, נישט געוואוסט אז ר' יוסל האט געמאכט דעם ניגון.
ס'איז עפעס הערליך!

מוראדיג שיין און הארציג,

אגב די מבינים זאגן אז די הויעכע פאל האט נישט קיין שום שייכות מיטן ערשטן פאל.

וואס מיינסטו מיט שייכות?

און דער ניגון האט דען פעלער? די ערשטע האלב ניגון איז א קייט פון פעלער אריינגעפלאכטן איינס אינעם אנדערן אן קיין געהעריגע סדר.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דוד משה האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ס'איז דאך פון רבין ר' הערש.

די פאל פון ובהר מרום איז נישט פון רבי ר' הערש, דאס איז געווארן צוגעלייגט אין סאטמאר. איר וועט דעם פאל נישט הערן אויף קיין אלטע ריקארדירונגען.

נישט מסתבר אז דאס איז אן עמטליכע הוספה, כ'וואלט געזאגט אז אין סיגוט האט מען עס אלץ אזוי געזינגען נאך ביים ייטב לב, קען טאקע זיין אז מ'האט עס תיכף פארדרייט אדער האט עס ר"ר הערש געזינגען אויף צוויי אופנים
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איר רעדט פון ראזוואדאוו?

פארוואס זאל מען נישט זאגן אז דארט איז אויך דא ניגונים געבראכט דורכן ייטב לב?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קען טאקע זיין, ווארום אין דשיקוב זעלבסט איז נישטא קיין ניגונים פון רבי ר' הערש דאכצעך
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אושפיזין עילאין וואס מ'זינגט אין סאטמאר, ווער האט עס מחבר געווען?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אושפיזין עילאין וואס מ'זינגט אין סאטמאר, ווער האט עס מחבר געווען?

ר' יאסל אשכנזי
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 1:17 am

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער שטריימל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פאלגנד זענען קורצע אויסצוגן פון 2 ניגונים אנגעבליך פון רבי בעריש ווישעווער, פערפאסט נאך פארן רבין אין אורשיווא

ניגון א) חלק 1 און חלק 2

ניגון ב) חלק 1 און חלק 2

זענען די ניגונים באקאנט? האט זיי שוין איינער דא געהערט אמאל? און וואס ווייסט מען איבער זיי?

ווער ס'ווייסט עפעס ביטע זיך לאזן הערן. ייש"כ

ווער זינגט עס?
עס איז אפגעהאקטע שטיקלעך
ברענג אהער די גאנצע
ווייצענער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2011 3:05 am

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייצענער »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:א שאלה וואס איך וויל שוין לאנג פרעגן, וואו איז דער מקור פון די ניגון וואס מען זינגט אויף פתחו לי יו"ט?

Can we get a recording efsher?
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

פישל האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אושפיזין עילאין וואס מ'זינגט אין סאטמאר, ווער האט עס מחבר געווען?

ר' יאסל אשכנזי

טאקע שוין לאנג געוואלט וויסן. א הערליכע ניגון, אבער זייער קורץ. האמער טאקע צוגעלייגט א פאל... (כ'האף ס'באדערט עם נישט...)
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: נגוני סאטמאר ומקורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

ווייצענער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:א שאלה וואס איך וויל שוין לאנג פרעגן, וואו איז דער מקור פון די ניגון וואס מען זינגט אויף פתחו לי יו"ט?

Can we get a recording efsher?

די סאטמאר'ע פתחו לי ניגון, במקורו א חמול פארפאסט דורך ר' יוסל אשכנזי ז"ל אין יאר תשכ"ד.

די מעשה וואס סטאוו פארציילט דא, איז לויט דעם געווען ביי די נסיעה תשכ"ה.

פארדעם איז געווען א פריעדיגע ניגון וואס די רבי האט געזינגען אויף פתחו לי וואס האט מחבר געווען הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן ז"ל פון מונקאטש אין די ערשטע יארן אין אמעריקע בשותפות מיט ר' יוסל אשכנזי און די רבי אליינס האט אויך צוגעלייגט א פאל, דאס האט נאך די רבי זי"ע געזינגען אויף די נענועים תשי"ג, און שפעטער אויף פתחו לי יעדן יו"ט וכדו'.

די סיבה פארוואס מ'האט אויפגעהערט זינגען דעם פריעדיגן פתחו לי האב איך געהערט איז געווען צוליב וואס א פייערדיגע מונקאטשער חסיד פונדערהיים האט ארויפגעלייגט אויף א חלק פונעם אלטן ניגון די ווערטער "ציוניסטען מזרח'יזטען, אגודת'טען צו פארניכטען ימ"ש וכו'..." און די רבי זי"ע האט דאס נישט געשמעקט. ער האט געזאגט ס׳איז גענוג אז מ׳האט אין זין 3 אמאל א טאג ביי ולמלשינים...
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”