קה רבון עלם

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאירים »

קנאק יאנקעל האט געשריבן:אזוי ווי דער עולם בעט שוין דא עטליכע מאל

דעם אלבום

לויט ווי איך ווייס איז דאס שוין לאנג נישט דא צובאקומען

לכבוד חידש אדר א' הממשמש ובא דא האט איר

בילד


בילד


http://www.upf.co.il/file/302371201.html


http://www.myfile.co.il/view/3ba1550ef2

האט איר אפשר דעם צווייטן רעקרארד אויך?
(די מיט די בילד פון א פידל אויף דעם)

יש"כ.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נא לא לנגן בשבתות ובחגים...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אלף בית האט געשריבן:וועלכע ניגון זינגט מען אין מונקאטש?

אין מונקאטש זינגט מען נישט קה רבון עלם נאר ראש השנה. כ'מיין ס'נישטא קיין ספעציעלע ניגון
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

מאירים האט געשריבן:האט איר אפשר דעם צווייטן רעקרארד אויך?
(די מיט די בילד פון א פידל אויף דעם)

יש"כ.

דאס ?
http://jewishmusic.fm/album/%D7%A0%D7%9 ... %97%D7%94/
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאירים »

דוד משה האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:האט איר אפשר דעם צווייטן רעקרארד אויך?
(די מיט די בילד פון א פידל אויף דעם)

יש"כ.

דאס ?
http://jewishmusic.fm/album/%D7%A0%D7%9 ... %97%D7%94/

יא! יש"כ גדול...
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

והוא פלאי האט געשריבן:לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל פון די ניגונים וואס זענען דערמאנט געווארן, און ווי מ'קען זיי געפונען. און ווער ס'קען מוסיף זיין אדער געבן א מראה מקום פאר די וואס זענען נאכנישטא, תבוא עליהם ברכה.

וויזניץ (לחיים טיש)
באבוב (שבחין אסדר איז די בעסטע פארלעסליך)
מעליץ, ספינקא, סקווירא (לחיים טיש )
בלאזוב, תולדות אהרן (לחיים טיש, אויך דא אויף א פנימי טעיפ פון תולדות אברהם יצחק)
ניגון באבוב שני, יש לינק למעלה

ווער קען געבן א מראה מקום ווי מ'קען הערן די פאלגענדע דערמאנטע ניגונים?
פיטסבורג
מודזיץ
טשארטקוב, מושר בבויאן (בן בוזי)
2 אמשינאווע ניגונים (זעליג)
קרעטשניף (זעליג)
ברעסלאוו (זעליג)
קארליבאך (זעליג)
ניגון ערבי, מפורסם בארץ ישראל (גד)
2 ניגונים פון ר' אביש מאיר (והוא פלאי)

כמדומה לי שיש גם קה רבון של פריד או בן דוד. נכון?

וואס נאך?


ווער קען ברענגן?
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

די אויכעט האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל פון די ניגונים וואס זענען דערמאנט געווארן, און ווי מ'קען זיי געפונען. און ווער ס'קען מוסיף זיין אדער געבן א מראה מקום פאר די וואס זענען נאכנישטא, תבוא עליהם ברכה.

וויזניץ (לחיים טיש)
באבוב (שבחין אסדר איז די בעסטע פארלעסליך)
מעליץ, ספינקא, סקווירא (לחיים טיש )
בלאזוב, תולדות אהרן (לחיים טיש, אויך דא אויף א פנימי טעיפ פון תולדות אברהם יצחק)
ניגון באבוב שני, יש לינק למעלה

ווער קען געבן א מראה מקום ווי מ'קען הערן די פאלגענדע דערמאנטע ניגונים?
פיטסבורג
מודזיץ
טשארטקוב, מושר בבויאן (בן בוזי)
2 אמשינאווע ניגונים (זעליג)
קרעטשניף (זעליג)
ברעסלאוו (זעליג)
קארליבאך (זעליג)
ניגון ערבי, מפורסם בארץ ישראל (גד)
2 ניגונים פון ר' אביש מאיר (והוא פלאי)

כמדומה לי שיש גם קה רבון של פריד או בן דוד. נכון?

וואס נאך?


ווער קען ברענגן?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

כ׳ווייס נישט פון וועלכע ניגון בן בוזי רעדט אבער די ניגון וואס מ׳זינגט אין באיאן אויף קה ריבון איז רבי איציקל מעליצערס ניגון
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הסרפד האט געשריבן:פון גאר א בא'טעמ'טע א ראזוואדאווער ניגון אויף קה רבון קען איך א פאר תנועות. איך האב עס געהערט פון איינער וואס טענ'ט אז נאר זיין זיידע און נאך איינצילע מבינים אין גאליציאנע ניגונים קענען.

קען עס איינער דא?

לפי ידיעתי איז נישט דא קיין ראזוואדאווער ניגון אויף קה ריבון אדרבה קום אריין מיט מער פרטים
דביה תחדי נפשא
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

קה רבון - קרלין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

דא איז א קארלינער קה רבון. ולהעיר אז מ'זינגט עס אין חב"ד אן די ווערטער, בשם "ר' מיכאל דער אלטער'ס ניגון". (אפשר לשמוע כאן מושר ע"י ר' שמואל זלמנוב, מחבר ספר הניגונים).
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

נאך צוויי קה רבון'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

דא האט איר נאך צוויי קה רבון'ס:

https://drive.google.com/file/d/1C6GH_KdZIE2Qb6cT507zcJxeCbenpiS_/view?usp=sharing

https://drive.google.com/file/d/1nEEN-0NYbRZxO6y0bgTIntbGxHWD1E_8/view?usp=sharing

(די צווייטע איז א חיבור פון די ערשטע מיט נאך איינער.)

אויב עמיצער ווייס מער פרטים (פון וואו זיי שטאמן וכו'), ביטע זייט אונז מזכה.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

יהודה א. האט געשריבן:דא האט איר נאך צוויי קה רבון'ס:

https://drive.google.com/file/d/1C6GH_KdZIE2Qb6cT507zcJxeCbenpiS_/view?usp=sharing

https://drive.google.com/file/d/1nEEN-0NYbRZxO6y0bgTIntbGxHWD1E_8/view?usp=sharing

(די צווייטע איז א חיבור פון די ערשטע מיט נאך איינער.)

אויב עמיצער ווייס מער פרטים (פון וואו זיי שטאמן וכו'), ביטע זייט אונז מזכה.


א גרויסן דאנק פאר דעם קה-רבון, אבער עס קוקט מיר אויס ווי איין ניגון.
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

פון אלקא די לי' און ווייטער איז עס א צווייטען ניגון (אינם צווייטען לינק).
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יהודה א. האט געשריבן:דא איז א קארלינער קה רבון. ולהעיר אז מ'זינגט עס אין חב"ד אן די ווערטער, בשם "ר' מיכאל דער אלטער'ס ניגון". (אפשר לשמוע כאן מושר ע"י ר' שמואל זלמנוב, מחבר ספר הניגונים).


איך קען עס פון חב"ד.

יישר כח פאר די קארלינע מקור. זעהר אינטערעסאנט. ס'האט גראדע היבש שינויים.
ווייצענער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2011 3:05 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייצענער »

א טענצל! האט געשריבן:
קהלת האט געשריבן:
shmate האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:פיטסבורג - גאר שטארק אויפגעכאפט לעצטענס.


איז דא ערגעץ ווי אויף די וועב ווי מען קען הערן די גאנצע ניגון ? איך זיך עס מיט לעכט (נר מצוה...)


דא האסטו


אפשר ביטע איבערלייגן? ס'האט שוין עקספייערט

בייש"כ למפרע


איינער קען אפשר העלפען?
אוועטאר
אברהם אלבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:45 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אלבוים »

ווייצענער האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:
קהלת האט געשריבן:
shmate האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:פיטסבורג - גאר שטארק אויפגעכאפט לעצטענס.


איז דא ערגעץ ווי אויף די וועב ווי מען קען הערן די גאנצע ניגון ? איך זיך עס מיט לעכט (נר מצוה...)


דא האסטו


אפשר ביטע איבערלייגן? ס'האט שוין עקספייערט

בייש"כ למפרע


איינער קען אפשר העלפען?


https://drive.google.com/open?id=1EJ3V2uzS49jThiCXRQYbgJ6mnOlWAF3I

.
הונגרי
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 2:03 pm

Re: קה רבון עלם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הונגרי »

את הקה ריבון של ספינקא לא הביא לספינקא חתנו של החקל יצחק הי"ד רבי אברהם אביש ממעליץ?
אוועטאר
מעט מזעיר
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 05, 2020 4:19 pm
לאקאציע: על הר גבוה

קה ריבון פונעם סידי 'זכרון אבותינו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעט מזעיר »

הֲלוֹא־עוֹד מְעַט מִזְעָר וְשָׁב לְבָנוֹן לַכַּרְמֶל וְהַכַּרְמֶל לַיַּעַר יֵחָשֵׁב: (ישעיהו פרק כט פסוק יז)
רש"י הק' - הלא עוד מעט - בימים מועטים נקל בעיניי אם תשובו אלי.
רד"ק - ואמר מעט מזער - כפל עניין במלות שונות , להמעיט הזמן
אוועטאר
מעט מזעיר
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 05, 2020 4:19 pm
לאקאציע: על הר גבוה

Re: קה רבון עלם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעט מזעיר »

תיימענע קה ריבון.
יא יא
איר הערט גוט
כ'מיין כהאף אז סוועט זיך הערן גוט :lol:

https://drive.google.com/file/d/1Swm5mZ ... sp=sharing
הֲלוֹא־עוֹד מְעַט מִזְעָר וְשָׁב לְבָנוֹן לַכַּרְמֶל וְהַכַּרְמֶל לַיַּעַר יֵחָשֵׁב: (ישעיהו פרק כט פסוק יז)
רש"י הק' - הלא עוד מעט - בימים מועטים נקל בעיניי אם תשובו אלי.
רד"ק - ואמר מעט מזער - כפל עניין במלות שונות , להמעיט הזמן
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: קה רבון עלם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מעט מזעיר האט געשריבן:תיימענע קה ריבון.
יא יא
איר הערט גוט
כ'מיין כהאף אז סוועט זיך הערן גוט :lol:

https://drive.google.com/file/d/1Swm5mZ ... sp=sharing

שיין
איינער דארף עס מאכן פראפעשאנעל מיט מיוזיק!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
 פיש כאפער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

Re: קה רבון עלם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך  פיש כאפער »

עס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו הערן מער איבער דער מחבר פונעם פיוט, ווער איז געווען דער ר' ישראל נגארא? האט ער געדינט ערגעץ אלץ רב אדער דיין וכדומה? וועלכע יארן האט ער געלעבט?
אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

ביקסאד האט געשריבן:וויזשניץ איז דא איינס וואס נאר דער רבי זינגט פאר און די קינדער פון אהבת ישראל האבן עס נישט פארגעזינגען בחייו במקומות מושבותיהם, חוץ פון דעם איז דא דער רברבין וואס דער אמרי חיים האט געטוישט און זיין זוהן פון מאנסי זינגט נאך די אלטע.
ביקסאד האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:וויזשניץ איז דא איינס וואס נאר דער רבי זינגט פאר און די קינדער פון אהבת ישראל האבן עס נישט פארגעזינגען בחייו במקומות מושבותיהם,
אלס אין משתמשין בשרביטו של מלך און דער י-ה רבון עלם איז די הימנע.

לעווי האט געשריבן:די ניגון וואס זיי זונגען אויף רברבין איז א חב"דסקע ניגון, על כל פנים מען האט עס געזונגען אין חב"ד לאנג פאר די אמרי חיים האט עס ארויפגעפאסט אויף רברבין. די מאנסי וויזניצער רבי זינגט עס אויך פון צייט צו צייט, איך בין געווען אמאל ווען מען האט עס געזונגען דארט.

הכל בכל מכל האט געשריבן:סאיז טאקע א חבד"סקער ניגון
וואו באוואוסט איז דא אין חב"ד 10 ניגונים פון דער אלטער רבי (דהיינו דער בעל התניא) וואס ער האט דאס געמאכט ע"ש די עשר ספירות
סאיז דא ניגונים וואס איז באוואוסט אז דאס איז פון די 10 אין סאיז דא וואס מאיז מסופק אויף דער ניגון זאגט מען איז א ספק צו סאיז איינע פון די 10

דאכט זיך מיר אז מען רופט דאס אין חב"ד די ניגון פון ותורתך

ווארום האט געשריבן:און ווי קומט די אמרי חיים קיין חב"ד?

זייער פשוט.

ער איז געווען א איידעם אין ראכמיסטריווקא, וואס דאס איז א מינוט אוועק פון חב"ד, און הערנדיג דארט ווי די חבד'סקע חסידים זינגן דאס, איז עס איהם געפאלן, און עס אדאפטירט צו די וויזניצע ק'ה רבון עלם.

לעווי האט געשריבן:אינטרעסאנט אז אין חב"ד זינגט מען די תנועה פון די וויזניצער רברבין אויף א שנעלער טעמפאו.

לעווי האט געשריבן:דא קענט איר הערן די ליובאביטשער רבי זצ"ל זונגען די תנועה פון די וויזניצער 'רברבין' מיט כמה שינוים. עס הייסט א 'ניגון לשבת ויו"ט'.

http://www.chabad.info/index.php?url=songs_he" onclick="window.open(this.href);return false;

גייט צו 'הרבי שליט"א (זצ"ל) מנגן.

דערנאך גייט צו דיסק 6, ניגון לשבת ויו"ט.

זעליג האט געשריבן:דער וויזניצ'ער רברבין זינגט מען אויך אין קארלין דאכטצ'עך אויף מה ידידות.

שויתי'ניק האט געשריבן:ווער קען מיר ביטע ארויף לייגן די וויזניצע ק' ריבון עלם
ייש"כ

סאדאם חוסעין האט געשריבן:https://copy.com/LY741IA6jVUF7tqq

יהיה כן האט געשריבן:ווייסעך נישט וואס דאס איז, אבער אין וויזניץ זינגט מען אן אנדערן נוסח אויף 'רברבין'....

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ווענט זיך וועלכע וויזניץ

משה חובב האט געשריבן:
אויפגעכאפט האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
hamenagen האט געשריבן:קה רבון ויז'ניץ
ניגוני בית ויז'ניץ 1
https://copy.com/78tLCnShLtRFzVJg

די טעיפ איז ארויס און יאר תשל"א נאך בחייו פונ'ם אמרי חיים, דורך ר' משה שטעקל הי"ו

תיקון טעות - עס איז ארויס נאך אלס א רעקארד (record) אין יאר תשכ"ה בהסכמת ובעידוד פונעם אמרי חיים זצוקל"ה דורך להבלח"ט הרה"ח ר' קלמן שטעקל שליט"א לאורך ימים ושנים טובים

קלאר צי מאכען דעם גאנצען בילד:
דער ארגינעלער ניגון וואס דער אלטער רבי דער אהבת ישראל האט צאמגעשטעלט (ווי ר' קלמן שרייבט אויפן דעקל, אין דער אמרי חיים האט באשטעיטיגט אלעס וואס דארט שטייט), האט נישט פארמאגט די אנדערע ניגון אויף רברבין, נאר מהאט ממשיך גיוועהן דער ניגון פון די ערשטע צוויי שטיקלעך, אויך ביי רברבין (ווי עס ריפט זיך ביי מאנכע מענטשען דער חופה ניגון), נאר דער סדר איז געוועהן אז דעם אלטען רעבינס קינדער ווען זיי פלעגען פאהרען אין די פרעמד, פלעגען זיי זיך פירען ווי רעביס אין פירען טיש, אין אזוי אויך זינגען דעם ניגון 'קה ריבון' חזן וקהל, אבער דער אמרי חיים האט נישט געוואלט זינגען דעם גאנצען ניגון פונקט ווי זיין טאטען, ווייל ער האט געהאלטען אז דאס איז שרביטו של מלך, אין ווי דער ניגון ווערט אנגערופען אין וויזניץ, 'דער ויזניצע העמנע', ממילא וועגען דעם האט ער געטוישט, אין געזינגען דעם שטיקל רברבין מיט א צווייטער ניגון, וואס ער האט גיהערט בצעירותו, זייענדיג אויף קעסט אין רוסלאנד ביי זיין שווער רבי וועלוועלע ראחמיסטריווקער, אין דעמאלטס איז ער ארים געפארען צו אסאך רעביס אין רוסלאנד, ביניהם דער רש"ב פון ליובאוויטש, אין דארטען האט ער גיהערט דעם ניגון, אין ציגעלייגט זיינע קנייטשען, אין מיט דעם געזינגען דעם רברבין, די אנדערע חלקים, פריער אין שפעטער האט ער געזינגען ווי זיין טאטען, דער אלטער רבי, דער אהבת ישראל.
שפעטער אלץ רבי, האט ער ווייטער ממשיך געוועהן, זינגען מיט דעם ניגון דער חלק פון רברבין, אזוי ווי פאר ווען ער איז געווארען רבי, נאר יו"ט (וואס עס איז דא א ענין צו זינגען קארצער די שבת'דיגר ניגונים) האט ער געזינגען ווי זיין טאטענס ניגון, וואס איז עטוואס קארצער.
דער ישועות משה, האט נאר געזינגען די רברבין ווי זיין טאטען, אין בכלל נישט ווי דעם זיידען, דאס הייסט אויך שבת אין אויך יו"ט האט ער געזינגען דעם לענגערען ליובאוויטשער ניגון אויף רברבין, דער קדושת מרדכי האט געזינגען נאר ווי דעם זיידען, נאר די קארצע ניגון.
די קינדער פון דעם ישועות משה, דער עלטערער ר' ישראל זינגט ווי דעם זיידען דער אמרי חיים (שבת דער לאנגער ניגון, יו"ט דעם קארצען) דער יונגערער ר' מנדל, זינגט ווי דעם טאטען (אלמעאל סיי שבת אין סיי יו"ט דער לאנגער).

היות אז דער ניגון ארגינעל איז נישט געמאכט געווארען מיט דעם לאנגען רברבין, וועגען דעם האט ר' קלמן נישט אריינגעלייגט די שטיקעל אין דעם פלאטע וואס ער האט ארויסגעגעבען אין די יאהרען (וואס דער אמרי חיים האט נאך געלעבט) מ'דארף נעמען אין באטראכט, אז יו"ט האט מען בכל מקרה געזינגען אזוי.

צוזאמען גענומען דאס אויבענדערמאנטע פון דעם אשכול, לאור די שמועס וואס איז געווען געדרוקט די וואך אין קול התאחדותינו (לעצטע עמוד) מיטן וויזשניצער רבי פון לאנדאן:
האדמו"ר מוויזניץ: כ'בין געווען ביים ברית פאר אפאר חדשים צוריק ביי ר' אלעזר (בנו של הגה"צ רב דקהלתינו בוומסב"ג שליט"א) דארט אין לאנדאן, כ'האב געגעבן דעם נאמען אויך דארט. ביים פדיון הבן בין איך אויך געווען.
ער קומט אסאך אריין צו אונז פרייטאג צונאכט'ס ביים זינגען שירות ותשבחות, כ'האב אים איינמאל מכבד געווען מיט רברבין, ער האט עס געקענט אזוי גוט...
רבינו: דער טאטע (האדמו"ר מוויזניץ מאנסי ז"ל) האט אנדערש געזינגען רברבין ווי זיין פאטער (האדמו"ר האמרי חיים ז"ל).
האדמו"ר מוויזניץ: טאקע דעם זיידן'ס רברבין האט אלעזר געזינגען.
רבינו: אה, דאס יא...
האדמו"ר מוויזניץ: איך קען עס טאקע נישט אזוי גוט.
רבינו: כ'געדענק ווען כ'בין געווען דארט אין מאנסי (בשנת תשל"ג), דער טאטע האט אנדערש געזינגען.
האדמו"ר מוויזניץ: יא, דער אהבת ישראל האט געזינגען אנדערש ווי דער אמרי חיים.
רבינו: דער רברבין וואס דער אמרי חיים האט געזינגען, איז נישט קיין וויזניצער ניגון, די תנועה שטאמט ערגעץ פון ליובאוויטש, סאיז נישט וויזניץ.
האדמו"ר מוויזניץ: מ'האט געהערט דעם אמרי חיים זינגען אמאל רברבין?
רבינו: אוודאי האב איך געהערט. דעם טאטן אויך, כ'האב טאקע געהערט אז ער האט אנדערש געזינגען.
ווען איך בין דארט געווען האט ער געזינגען אשת חיל אויך אן אנדערן ניגון, אזא קורצע ניגון.
האדמו"ר מוויזניץ: מסתמא דער יו"ט'דיגע ניגון. ס'איז געווען א יו"ט דעמאלט'ס?
רבינו: ניין, ס'איז אים גרינגער געווען, שנעלער געווען. אזוי האט עס אויסגעזעהן, כ'האב אזוי פארשטאנען.
ונפרד רבינו ממנו ברב ברכות

משמע אז מ'רעדט דא פון דריי רברבין'ס: של האהבת ישראל, של האמרי חיים (מחב"ד), ושל הקדושת מרדכי.

אפשר וועל מיר זוכה זיין הרב סטאוו זאל אונז דא אביסל אויסקלארן מיט מער פרטים און רעקארדינגס, אדער גאר מאכן א לאנגס און א ברייטס אינעם קומענדיגן "עתיקין"...
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קה רבון עלם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ווי זעהסטו אזא משמעות? כ'מיין אז ס'קלאר נאר געווען 2 רברבין'ס, 1) די וואס גייט פינקט ווי קה רבון וואס דער מאנסי רבי זצ"ל פלעגט זינגען ווי זיין זיידן דער אהבת ישראל (שמעתי ממנו כמה פעמים) און 2) די חב"ד'סקע ניגון פון אמרי חיים.

וואלט טאקע געווען אינטערסאנט צי אויסשמועסן די פינקטליכע היסטאריע פונעם ניגון.

די אריגינעלע ניגון וואס יעדער זינגט אויף די ערשטע צוויי פעלער, קה רבון און שבחין אסדר איז מקורו קדוש פון הייליגן צמח צדיק זי"ע, ער פלעגט אזוי זינגען די גאנצע קה רבון ביז נאך למקדשך. יש אומרים אז ס'קומט נאך פון זיין שווער דער הייליגער רוזשינער זי"ע.

די ניגון אויף אלקא דילי' און למקדשך האט דער אהבת ישראל זי"ע מחבר געווען, און דער חב"ד'סקער ניגון אויף רברבין האט דער אמרי חיים זצ"ל ציגעלייגט ווי געברענגט אויבן.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: קה רבון עלם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ווי זעהסטו אזא משמעות? כ'מיין אז ס'קלאר נאר געווען 2 רברבין'ס, 1) די וואס גייט פינקט ווי קה רבון וואס דער מאנסי רבי זצ"ל פלעגט זינגען ווי זיין זיידן דער אהבת ישראל (שמעתי ממנו כמה פעמים) און 2) די חב"ד'סקע ניגון פון אמרי חיים.

וואלט טאקע געווען אינטערסאנט צי אויסשמועסן די פינקטליכע היסטאריע פונעם ניגון.

די אריגינעלע ניגון וואס יעדער זינגט אויף די ערשטע צוויי פעלער, קה רבון און שבחין אסדר איז מקורו קדוש פון הייליגן צמח צדיק זי"ע, ער פלעגט אזוי זינגען די גאנצע קה רבון ביז נאך למקדשך. יש אומרים אז ס'קומט נאך פון זיין שווער דער הייליגער רוזשינער זי"ע.

די ניגון אויף אלקא דילי' און למקדשך האט דער אהבת ישראל זי"ע מחבר געווען, און דער חב"ד'סקער ניגון אויף רברבין האט דער אמרי חיים זצ"ל ציגעלייגט ווי געברענגט אויבן.

ס'גייט פארקערט.
ווי שפעטער קומט פון פריערט.
למקדשך איז פון צמח
קה ריבון איז פון שפעטער
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: קה רבון עלם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון חבריא 5 - אחים ניילינדער
א ניגון פון בעל אמרי שפר דאראג


https://www.dropbox.com/s/gs8g6zolkfvzi ... 6.mp3?dl=0
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”