ווער האט מחבר געווען דעם ניגון?

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אזוי צו אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי צו אזוי »

ווער איז דער מחבר פון דעם ניגון:
וזכינו לגדל בנים ובני בנים, חכמים ונבונים, אוהבי ד' ויראי אלוקים, אנשי אמת.....
לעצט פארראכטן דורך אזוי צו אזוי אום זונטאג יאנואר 27, 2013 2:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

אין א ווינקעלע שטייט א איד אליין
אין חברון מיט גרויס געוויין
און די טרערען ווי וואסער גיסן
אני בוכה על אלה. במערת המכפלה
בזכות אברהם אבינו עננו. בזכות יצחק רחם נא
אויך די הייליגע זיידע יעקב
ער שטייט אין ער בעט
אונזער טאטע אין הימעל

טאטע. טאטע. טאטע. טאטע.
די צער ביי דיינע קינדער איז גאר גרויס
העלף אונז שוין בזכות האבות
טאטע. טאטע. טאטע. טאטע.
כלל ישראל האלט עס מער נישט אויס

די בני אברהם יצחק ויעקב
שטיין דא מיט די הענט ארויף
אין די טרערען ווי וואסער גיסן
צום קודשא בריך הוא לעלא במערת המכפלה

טאטע. טאטע. טאטע. טאטע.

קינדער. קינדער. קינדער. קינדער.
מיר ווארטן אויך אזוי לאנג דערויף
צו זעט איר נישט מיר האלטן שוין ביים סוף
צו הערט מען אונזער תפילה
יא עס קומט שוין די גאולה, וזוכר חסדי אבות


קליפ פון יעקב שוואקי
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

אוי! האט עס מיר געקאסט עטליכע שנירלעך טרערן.

אבער ער ענדיגט דאך מיט כפירה אין ביאת נמשיח, א שטיק ציוניזים
תכלית הידוע שלא נדע
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ווייסעך וואס האט געשריבן:
אבער ער ענדיגט דאך מיט כפירה אין ביאת נמשיח, א שטיק ציוניזים

ווער?
הנותן לשכוי בינה...
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

שוואקי, זעה דעם קליפ וואס מאניימר האט ארויף געלייגט
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

אזוי צו אזוי האט געשריבן:ווער איז דער מחבר פון דעם ניגון:
וזכינו לגדל בנים ובני בנים, חכמים ונבונים, אוהבי ד' ויראי אלוקים, אניש אמת.....


ברוך לעוין
Normal is just a setting on the washing machine
אזוי צו אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי צו אזוי »

קהת האט געשריבן:
אזוי צו אזוי האט געשריבן:ווער איז דער מחבר פון דעם ניגון:
וזכינו לגדל בנים ובני בנים, חכמים ונבונים, אוהבי ד' ויראי אלוקים, אניש אמת.....


ברוך לעוין

ישר כח
מה טובו? א היימישער? איך מיין איך קען אים פארקויפן אלס א היימשיער קאמפויזער?
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

ברוך לעווין איז א ליטווישער/בארדענערער מלמד, זיינע ניגונים זענען -אין אלגעמיין- זייער הארציג, ווארעם און איידל, ס'לוינט זיך איינצוהאנדלען זיינע ארויסגעבעכצער.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

א נייע מעשה האט געשריבן:
א נייע מעשה האט געשריבן:ווער איז דער מחבר פון דעם ניגון:
אין א ווינקעלע שטייט, א איד אין וויינט, ווייל זיין קינד אין מלחמה גייט.
אין די טרערן ווי וואסער גיסן, ער שטייט אין ער בעהט, צו זיין טאטען אין הימעל
אוי טאטע טאטע...

א נייע מעשה האט געשריבן:ישר כח, עפעס מער פרטים איבער דעם ניגון.
דער ניגון , ווי אזוי איך קען עס האט עס נאר 2 פעלער, עס איז זייער א הארציעג וויינעדיגע ניגון, עס האט נישט נאך פעלער?

נו! איינער ווייסט מער איבער דעם ניגון? מאן יימר בוזט דא?

אויף דעם סי-די לחיים זיץ - השבעתי, זינגט ער דעם ניגון, אבער גאר אנדערע ווערטער וואס מאן יימר האט צוגעברענגט, און ער שרייבט דארט אזוי:
לחן: עתיק - מסופר על אבא שבוכה לד' על בנו שלקחו אותו ברוסיה לצבא הקונטוניסטים
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

די ניגון קומט פון ר' מנחם דאווידאוויטש ווי פריער דערמאנט, די ווערטער וואס איך האב געברענגט איז נייע ווערטער וואס ליפא שמעלצער האט געמאכט פאר יעקב שוועקי'ס אלבום.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

ווען איז ער געווען? און די צייטן פון צאר ווען מען האט פארכאפט קינדער אין מיליטער?
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יעקב שוועקי שרייבט
השיר 'טאטא' – שקיים באלבום בשתי גרסאות הן באנגלית והן באידיש, זה שיר עם רגש אמיתי שגורם לדמעות אתה פשוט מצליח לגעת בנימים הדקים של הנפש. 'זה שיר של ראש הישיבה שלי שלמדתי ממנו ואיתו הרבה שנים ושאני מאוד אוהב ר' מנחם דווידויץ- ראש ישיבת חפץ חיים בניו יורק והוא אמר לי בעבר שאם אני פונה לכיוון של המוסיקה אז שאני אקח כמה מהלחנים שלו'. ואכן את השיר המרגש הזה הוא הלחין בגיל 17 בכותל המערבי בתקופת מלחמת יום הכיפורים והוא עשה את זה בשביל ההורים ששולחים את הבנים לקרב ולא יודעים אם הם יזכו לראות אותם שוב, הוא דיבר אל הקב'ה בדמעות 'טאטע ,טאטע' זכור לנו זכות אבות.


גיי ווייס ווער איז גערעכט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

ווער האט מחבר געווען המלאך הגואל פון עמית ליסטוונד א זעלטענע שיינע מוזיקאלישע ניגון

אגב איך מיין מ'דארף עפענען א אשכול ווי מ'וועט אריינסקענען קאווערס פון טעיפס אזוי וועט מען וויסן וואס טיט זיך, (דיסקלעימער! נאר טעיפס וואס די קאווער האט שוין די מלאך הסמאל (שין ימנית ודי ) געלייגט זיינע לאפעס) פאר נייערע טעיפס זאל מען אליינס קויפן.
yield the right of way
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

ווער איז דער מחבר פונעם ניגון וואס ווער עס האט נישט וואס צו זינגען זינגט עס אויף יום שבתון, דרור יקרא, און וואס נישט?, געוויסע פורים טעיפס זינגען עס אויף להודיע שכל קויך וכו'
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

יהיה כן האט געשריבן:מען זינגט עס נישט נאר אין בעלזא, נאר אין 'אלע תפוצות ישראל' אריינגערעכנט אויך אין סאטמאר!, לכאורה איז עס אין די קאטעגאריע פון וועלכן ס'ווערט גערופן 'סקארבאווע ניגונים' וואס אין דעם איז די נוסחאות פון ימים נוראים וואס איז נהוג אין אלע תפוצות ישראל, ווי המלך ביי שחרית, ברכת אבות, נוסח קדיש, וכו' און לויט די מסורה שטאמט עס פון דעם מהר"ל מפראג (אדער מהרי"ל דאכצעך).
---ע"כ העתק מתחילת האשכול, עיי"ש.
לויט וואס יך פארשטיי רעדט מען נישט וועגען א 'נוסח בתנועה', נאר א פערטיגע ניגון. לכאורה שטאמען נאר די תנועות הנוסחאות וצב"ש , המלך, הקל, שוכן עד וכיוצ"ב, פון גאר פארצייטיש [לפי השמועה נקרא נוסח וואהלין, ואינני יודע מיהו ומתי נתקנה], אבער די באקאנטע ניגון וואס בעלזא זיגנט אויף אדון עולם, איז בכלל נישט פון די סארט תנועות, ווייל דאס איז פשוט א ניגון און נישט א נוסח, אין שטאמט נישט פון ימי מהרי"ל וכיוצ"ב, נאר פון תלמידי בעש"ט וכיוצ"ב. [ובכלל ניגונים עתיקין ששרו באשכנז, אינן בסגנון שלנו כלל, אלא יעקיש, וכמעט שבטלו כל תנועות אלו מחמת שאין להם ממשיכים, ואנו איננו מורגלים לתנועות כאלו, כידוע ליודעי דבר].
פאר א יאהר איך האב מיר איינגעהאנדעלט א שיינעם ספר "מגן אבות", וואס אנטהאלט מנהגי באבוב לשבת, און דארט ווערט צוגעצייכענט עטליכע מקורות אויף ניגונים וואס מזיגנט בבית באבוב. בעמ' רמד הערה קנט הובא אודות ניגון הנ"ל שמיוחס להמעזריטשע מגיד זי"ע. אזוי אויך ווערט דארט געברענגט בעמ' תיח הערה לא אודות הניגון הנזכר לעיל שמזמרים בסאטמר על חסל סידור פסח - שהה"ק מהרי,א מקאליב היה מזמר הניגון, ועוד רשימה של צדיקים ששרו הניגון, ומרן הד"ח מצאנז הגיד שבנ"י שרו ניגון זה על הים.
גם הובא שם (במקו"א) אודות ניגון אחר שזימר יעקב אע"ה בעת מרעה הצאן, ואכ"מ.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

ווייסעך וואס האט געשריבן:אוי! האט עס מיר געקאסט עטליכע שנירלעך טרערן.

אבער ער ענדיגט דאך מיט כפירה אין ביאת המשיח, א שטיק ציוניזם


נאר א הארצלאזער מענטש קען ענדיגן אזא רירנדע הארצרייסענדע קליפ מיט א פאן וואס האט דאס אלעס גורם געווען...

כ'האב נישט קיין וווערטער פאר אזא מטורף...

צו פאר דעם האבן אונזערע עלטערן און אור עלטערן אלע דורות זיך געלאזט ווארפן אין קאלך-אויוון כדי צו קענען קוקן צום סוף אויף דעם מיט בלוט באגאסענעם פאן?

וועגן דעם טאקע האט דער אויסגעהונגערטער קינד דארט געדארפט אזוי ברוטאליש אויסהויכן זיין אינגע נשמה'לע?

אוי, דער טאטע וואס האלט זיין קינד צוגעדרוקט צו זיך, ווען דער נאצי ימ"ש דרוקט אויפ'ן צינגל, וואס האט ער געהאפט אז חרצל ימח שמו וזכרו וועט אים אויסלייזן?

אויף אזא גאולה האבן מיר געווארט?
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ווער איז דער מחבר פון די וויזניצע מה אשיב?
ס'איז דא אויף אודה מיין איך,
מונה האט עס געזינגן כ"א כסליו
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

משיח האט געשריבן:ווער איז דער מחבר פון די וויזניצע מה אשיב?
ס'איז דא אויף אודה מיין איך,
מונה האט עס געזינגן כ"א כסליו

מענדל פאלאק
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

פון ווי קומט דער ניגון וואס מ׳באגלייט א חתן שבת צופרי אין בית מדרש?
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

א פלא אז 4 יאר איז די אשכול נישט געווען אקטיוו, און ממש נישט לאנג צוריק האט מען אפגעווישט די שטויב פונעם אשכול, און זיך צוריק אריינגיזעצט.

מיט עקסטאז
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

מאיר האט געשריבן:ריזיגע יישר כח הרב חוקר!

לכאורה מיינסטו א אנדערע חסל סידור פסח...

********************************************************************************************
ס'דא וואס זינגען חסל סידור פסח מיט די זעלבע תנועה פון ובאו כולם בברית יחד, וועמעס ניגון איז דאס?

איך זעה נאר יעצט דעם אשכול צום ערשטן

לגבי די ניגון ובאו כולם.
אויב די כוונה איז צו די וועלט ניגון אויף ובאו כולם [ס'דא וואס זינגען עס אויף בבקעך ים סוף]
איז עס א חלק, פון א מודז'יצען ניגון.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסער יחסן »

ווער ווייסט פון וואו שטאמט דער טאנץ ניגון וואס ווערט געזונגען דאכט זיך בעיקר אין ויז'ניץ אויף די ווערטער "אנת הוא זן לכולא וכו' אנא עבדא דקודשא בריך הוא"?
אליעזר מארקס
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 09, 2018 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר מארקס »

גרויסער יחסן האט געשריבן:ווער ווייסט פון וואו שטאמט דער טאנץ ניגון וואס ווערט געזונגען דאכט זיך בעיקר אין ויז'ניץ אויף די ווערטער "אנת הוא זן לכולא וכו' אנא עבדא דקודשא בריך הוא"?

ר' אשר יונה ויינברגר ז"ל, פון די ארויפגעקוקטע זקני החסידים אין ויז'ניץ, שרייבט אין זיין ספר "כנסת ישראל" אז ער האט געזונגען ביים אהבת ישראל. איך מיין, אז עס הייסט, אז ער איז דער מחבר פון דעם נגון.
ווער עס קען באשטעטיגען\פאררעכטען, תבוא עליו ברכה.
"זאג:"איש דברים אנוכי, גם היום, גם מחר"" (מוטי אילאויטש, מחשבות, לא איש דברים)
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דער שטאטער ניגון "כי בשמחה תצאו... העהאארים - והגבעות - יפצחו לפניכם רנה, וכל עצי האאשדה..."
ווער האט עס מחבר געווען?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

יידישע קהילות האט געשריבן:דער שטאטער ניגון "כי בשמחה תצאו... העהאארים - והגבעות - יפצחו לפניכם רנה, וכל עצי האאשדה..."
ווער האט עס מחבר געווען?

דאכט זיך מיר ר' יודל ווערצבערגר נ"י
זוכט איר דוי?
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”