מחנה שלוה 20! איר זענט דער פראדוסער!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

מחנה שלוה 20! איר זענט דער פראדוסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

ווי באלד זענען דא אזוי פיל אנדערע מענטשן אויף די וועלט - אפ גערעדט אין קרעטשמע, געבן מיר א געלעהגן הייט יעדע זאל פארלייגן פינקלעך ווי אזוי ס'שמעגט עם ס'זאל ווערן געמאכט א מחנה שלוה סי די.

ווען איר זענט דעם פראדוסער ווי אזוי וואלט איר דאס געפירט.

שעהמט אייך נישט. איך מיין, נישט מ' זאל דא באליידיגן חלילה קיין מענטשען נאר בדרך כבוד.

אלעס:

מוזיק
ניגונים
וואקעלס
קינדער
סולוס
שפילערס
ווי אויף צו כאפן
הארמאניס
מענר קוויער
מיקס
מעסטער

וואס ס'לאט זיך,
נישט קארגן אויף קיין געלט אבער נישט איבער טרייבן אויך נישט.

געגאנגען....
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

וואט ען איידיע!

אקעי, איך וועל אנפאנגען.

מוזיק: וואן מען בענד, איך מיין אז אהרן לעוו איז זייער גוט.

ניגונים: איך האב צוויי ניגונים וואס קיינער וויל דערווייל נישט אפקויפן. קען מען עפעס פארהאנדלען דא?

וואקעלס: איך קען, אבער איך שעם מיך. פאר די רייט פרייז וועל איך עס טון.

קינדער: דאסמאל זאל מען נעמען האלב קינדער פון וויזניצע חדר און האלב קינדער פון סאטמאר (וועלכע דו ווילסט).

סאלאס: יא.

שפילערס: זיכער אז יא. ס'געט אסאך צו צו אן אלבום.

וואו אויפצוכאפן: לכאורה אין א סטודיא, הגם אין א דיינונג רום איז אויך גוט בדיעבד, אבער האסט געזאגט מ'זאל נישט קארגן.

הארמאניס: אריינזינגען נאר אויף איין סקעיל, און מאכן אויפ'ן קאמפיוטער הויכע און נידעריגע הארמאניס.

מענער קווייער: מהיכי תיתי.

מיקס: ניין. עקסטער מענער און עקסטער פרויען.

מעסטער: נאר אויב מ'מאכט טעיפס, ווייל א רינדעכיגע זאך אזוי ווי א סי-די איז זייער שווער צו מעסטן.

וואס ס'לאזט זיך: איך האב מיך צעלאזט... ס'גארנישט, כ'בין אין די גוסטע היינט... המשך יבא...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

מאשקע A1

כ'גלייב קיין ערענסטע עצות וועט מחנה שלוה שוין נישט האבן פון דא.

ליצנות אחת דוחה מאה תגובות...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נעה ח"ו, כ'האב נישט געמיינט דוחה צו זיין, נאר פשוט זיך וויסנדיג צו מאכן דערפון. אדרבה, כ'בין זיכער אז דא גייט גיין א רויך און דער קומענדיגער מחנה שלוה אלבום וועט איבערשטייגן די ערשטע 19!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

מאשקע גוט! ;l;p-
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

No hard feelings?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

מאשקע האט געשריבן:ניגונים: איך האב צוויי ניגונים וואס קיינער וויל דערווייל נישט אפקויפן. קען מען עפעס פארהאנדלען דא?



כ'מיין אז דיינע צוויי ניגונים וועלן זיי שוין נישט אפקויפן דעם יאר...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

כ'האב אויך אזוי מורא... נו שוין, וועל איך גיין צו ירחמיאל ביגאן...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

ניין לייג עס אויף בדידי 2 - ס'דארף ארויס קומען בערך די זעלבע צייט ווי מ.ש. 20
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

מוזיק
א פול בענד אזויווי די אלטע צייטן.

סולוס
ר'פישל בייגל אין אסאך קינדער סולוס(מוטי שטרן)

ווי אויף צו כאפן
וואס הייסט ווי?
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

מוזיק
א פול בענד אזויווי די אלטע צייטן.


און נישט א האלבע בענד אזוי ווי חומת אש


ווי אויף צו כאפן
וואס הייסט ווי?


וועלכע סטודיא
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

לעניית, אויב מעג איך אריינלייגען מיין עניית דעתי (אגב מ'פארציילט אז א חסיד האט אמאל אפגעשריבן זיין רבי'ס תורה, האט ער אזוי געשריבן, ונראה לעניית דעתו של כ"ק אדמו"ר שליט"א...!) וויל איך זאגן אזוי:
פליז טויש "גארנישט" ביי די קומענדיגע אלבום....
והמבין יבין
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

;l;p-
mona lamm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mona lamm »

לעניית דעתי האט געשריבן: איך ווייס נישט אלע חשבונות פון ר"מ אבער אויב געט ער אוועק לשטתך גוטע סחורה פאר יענעם איז ער דאך א העלד. נו ב"ה פאר דעם.

אבער לעניית דעתי זענען נישט אלע פון "שמח" הוטס. ווייטער רוב פון שבת זענען זייער שיין לע"ד.

מענין לענין דעם קה ריבון פון שבת טעיפ איז נאר א חלק. ר"מ האט אויפ'ן גאנצן געמאכט א הערליכע ניגון - מ' וואלט דאס געדארפט אמאל ארויס געבן. אויך האט ר"מ א הערליכן ניגון אויף דעם גאנצן צור משלו וואס דער רחם פון על הר גבוה קומט פון דארט....


לעניית, אפשר פראבירסטו ס'זאל ארויפגיין אויף מחנה שלוה 20, א שיינע מנוחה ושמחה פון ר' משה האט מען שוין,
וואלט איך שטארק הנאה געהאט אויב כ'וועל יעצט האבן א קה ריבון [מיט א צור משלו].
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

מיסטער לעניית. ערשטנס, אין מאשקע'ס דעפענס, האט ער מיר פריוואט געזאגט אז ער האט דיר נישט געמיינט צו טשעפענען און ווען ער ווייסט ווען אז דער אשכול איז ערנסט פאר תכלית, וואלט ער קיינמאל נישט געטריבן ליצנות. איי ער קען דאך אראפנעמען דער תגובה? א גוטע קשיא! נו מאשקע, ענטפער. איך האב דאס בלויז דערציילט לעניית'ן אלס אן FYI.

לעניית דעתי, קלער איך אז כבין אויפגעקומען מיט עטליכע שטארקע געדאנקען פאר "מחנה שלוה 20", און אנע לאנגע הקדמות, לאמיר עס מיטטיילן מיט דיר.

מוזיק: ווען מען גייט דורך די ליסטע פון אויפגעכאפטע און נישט-אויפגעכאפטע טעיפס, וועסטו באמערקן אז א טעיפ וואס די מוזיק איז אראנדזשירט ביי בלויז איין אראנדזשירער, איז אביסל לאנגווייליג, וויבאלד יעדער אראנדזשירער האט פארט זיין "סיגניטשור" סטייל און ווען מען הערט צוועלעף צי מער ניגונים מיטן זעלבן שמעק, פעלט געשמאקקייט פונעם טעיפ.

דעריבער וואלט איך אלס פראדוצירער פון "מחנה שלוה 20" [כהאב עס נישט גענומען אליינס; האסט אזוי טיטולירט דער אשכול...] געזוכט צו האבן צוויי ניגונים פון מונה ראזענבלום, עטליכע ניגונים ביי ישראל לאם און אפילו צוגעטיילט א ניגון אדער צוויי פאר די יונגע אויפקומענדע שטערנס- נפתלי משה שניצלער, רולי אזרחי, עטסעטשרע.

ניגונים: כמיין אז וויבאלד עס איז א "משה גאלדמאן עקסקלוסיוו", וואלט איך נישט גענומען ניגונים פון אנדערע קאמפאזירער. איך וואלט אבער יא שטארק געארבעט אויף די ניגונים נאכדעם וואס עס איז שוין גענצליך קאמפאזירט. כוואלט עס עטוואס געבויגן און געקנייטשט, אזוי אז עס זאלן געברענגט ווערן חידושים צום טיש.

וואקעלס: ניצנדיג מונה אלס אראנדזשירער פאר עטליכע ניגונים, וואלט איך נישט געשפארט און גענומען זיין כאור פאר די ניגונים וועלכע ער אראנדזשירט.

קינדער: "מחנה שלוה ראקס דע האוז". די שיינקייט און אנדערשקייט פון די "מחנה שלוה" סעריע, איז די קינדער כאור. כוואלט עס געלאזט אזוי ווי עס איז.

סולוס: כוואלט געברענגט מער אפט אזעלכע זינגערס ווי אייזיק האניג און אנדערע שיינע חסידישע זינגערס- באליבט ביי יעדן- צו זינגען א שיינע פאר שטיקלעך סאולאו אויפן טעיפ. מען וואלט שטארק געקענט אדווערטייזן דערמיט: די ווערטער "גאסט זינגער שלמה דאסקאל" אויפן קאווער וואלט פיל צוגעגעבן פאר די פובליק רילעישאנס קאמפיין.

שפילערס: יעדער אראנדזשירער זאל נעמען זיינע חברה.

ווי אויף צו כאפן: געוואלד געשריגן...

הארמאניס: מעג זיין מער קאלירפול.

מענער כאור: עיין סעיף "וואקעלס".

מיקס: לאשינסקי, פארוואס דען נישט?!

מעסטער: חיים יצחק איז גרעיט!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

עס עפעס, בארואיג דיך... נאדיר, עס עפעס... ברויכסט א קוכן? א טיי? קום אהער, לאמיר רעדן צו דיר, צו דיר? ניין צו לעניית, אבער דו האסט שוין אנגעהויבן כוויל ממשיך זיין.

1. כזייער הנאה געהאט פון מאשקע'ן, איך וויל אים בעטן עס נישט אראפצונעמען.
2. מוזיק: פשי הא! זייער גוטער געדאנק, און ווען אלע אראנזשירערס זאלן וויסן אז זיי זענען אויף א קאנטעסט וועלן זיי זיך אנשטרענגען צו מאכן בעסער. פאר סאם ריזאן האט לאם אויף מ"ש #19 ווייט נישט געטון זיין ארבעט ווי ערווארטעט, כמיין לאופער איז נישט גוט געווען, אבער לאם איז ערגער געווען, אויף שוואקיס טעיפס זענען זיי 'ביידע' סאך סאך בעסער.
3. ניגונים, ביטע זע אז ר' משה זאל געבן זיינע בעסטע ניגונים, נישט אריינרוקן דריי גוטע ניגונים און די איבעריגע זאל זיין סתם "פעיר" סאנגס... אלללע ניגונים דארפן זיין היטס!!! און אויב אויספעלן זאל מען א דריי טאן דא דארט ווי עסעפעס האט ערווענט, אבער נישט געבן וואס סקומט אין די האנט, יעדע קאמפאזירער האט אלע לעוול'ס ניגונים, און די קויפערס זוכן ארויס נאר די גוטע, ר' משה האט נישט -קוקט אויס- ווער סזאל אים זאגן וואס איז גוט און וואס נישט... פאר אייזיק האניג און מיכאל לחיים גיט ער הערליכע שטיקלעך, גיב פאר זיך אליין אויך דאס.
4. וואקעלס: עסעפעס איז גערעכט, הגם חיים יצחק מאכט זייייער שיינע כאר, אבער דא פעלט אויך אויס א חידוש, נעם מאנא, דודי קאליש, אדער ווער, זאל מאכן צוויי דריי ניגונים.
5. זינגערס: wow עסעפעס ווייסט וואס ער רעדט! אוי איז דאס געווען גוט ווען ר' אייזיק האט אראפגעלייגט דעם ניגון "זכור" אויף זכור מי האיש...
6. רעקארדירונג איז פיין ווי סאיז יעצט.
7. הארמאניס אויך פיין.
8. מיקס, ניין לאז חיים יצחק, אזויפיל רעכט האט ער נאך אליין צו נוצן זיינע אויסערגעווענדליכע טאלאנטן אויף זיינע אייגענע טעיפס, נישט נאר לישינסקי איז גוט... אגב חיים יצחק ווערט בעסער און בעסער פון טעיפ צו טעיפ
9. מעסטער: יא! דאס גיב דירעקט יא פאר לאשינסקי, כידוע ליודעי דבר גיט דאס די פיינעל טאטש אויף א טעיפ, זיין פראפעסיאנאליטעט וועט אויסגלאנצן און שענער מאכן חיים יצחק'ס שיינע מיקס!
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

1) מאשקע זאל לאזן זיין תגובה און נישט מעקן...

2) מוזיק: דאס אז מ'נעמט 4 ערענדזשערס אויף א סידי איז געשען די לעצטע 5 יאר, דאס איז קיינמאל נישט געווען אזוי, און איך זע נישט אז ס'זאל ארויסקומען שענערע סחורה אזוי, פארשטייט זיך אויב דער ערענדזשער מאכט א גוטן דזשאב קען מען עס לאזן ביי איין ערענדזשער, ס'איז דא הונדערטער טעיפס וואס ס'איז נישט בכלל לאנגווייליג מיט איין ערענדזשער, ס'ווענדט זיך נאר ווער דער ערענדזשער איז, דא אויף מ"ש #19 האט לאם געמאכט א מעכטיגן דזשאב וואס מ'האט שוין לאנג נישט געהערט און אנגעפילט יעדן ניגון מיט לויטער חידושים.

3) ניגונים: כדי א אלבום זאל ווערן גוט אדווערטייזד מוז זיין עטליסט עטליכע 'היט' ניגונים וואס דאס איז נישטא אויף דעם סידי, נישט אז ס'איז נישטא קיין שיינע ניגונים, אדרבה, ס'איז דא 6-7 שיינע ניגונים וואס הערט זיך זייער בעטעמט, אבער נישט פון דעם AAAA סארט ניגונים, סאו דארף מען אפירקראצן אזעלעכע ניגונים אויפן נעקסטן אלבום.

4) וואקעלס: מענער קאר, ביטע פארוואס פעלט אויס אן איזריעלישע האלב צוגעמאכטע מויל געזינגעכטס, ס'באלאנגט נישט אויף א משה גאלדמאן סידי, עפעס שטימט עס נישט... ס'איז גאנץ א שיינע קאר, אבער מאכטס אויף דאס מויל... אזא קווייער ערווארט איך אויף א דמן אדער בעלזע טעיפ, נישט דא.

5) קינדער: ריר עס נישט, ס'איז די בעסט.

6) סולוס: אייזיק האניג פאר א ניגון וואלט גוט געווען, די איבעריגע זאלן זיך גארגלן אויף זייערע טעיפס, דאס איז א באבובע אלבום... אבער איז פישל בייגל אדער באקאן שוין נישט עוועילעבעל ? זיי זענען דאך די גרינדערס.

7) הארמאניס איז א נחת.

8) מיקס און מעסטער: ווער ס'האט עס דא געמאכט האט געטון א הערליכע דזשאב... פארוואס טשענדזשן ?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לעניית, זייער א גוטע איידיע, און א שכח, פארן געבן א פלעטפארם פאר אונזערע "מבינים" ארויצולייגן זייער מבינות.

מאשקע, פון מיין זייט אויס קענסטו שוין מעקן דיין תגובה, איך האבעס שוין געליינט, און אפגעלאכט, אבער פארוואס זאלן נישט די אנדערע ליינער'ס הנאה האבן פונקט ווי איך האב הנאה געהאט?

היות ס'איז דא א שטיקל קאנפליקט צווישן "מבין נו 1" "עס עפעס" און "איזאק", מיינעך מ'וועט מאכן א פשרה, "מבין" מיט "עס" וועלן פראדיצירן איין אלבוים, און "איזאק" א צווייטע.

און ערענסט גערעדט, האלט איך א ביידע זייטן האבן א פוינט, "עס עפעס" און "מבין" ברענגען ארויס, אז די ארעידזשמענט'ס דארפן זיין מער "ארטיסטיש", "מונה-סטייל" וכד', און ס'וואלט מסתם טאקע געווען שענער, אבער "איזאק" האט א שטארקע פוינט, דאס איז נישט נאך א אלבוים וואס מוז מאכן מעכטיגע מוזיק ס'זאל זיין שיין, "מחנה שלוה" איז א איינגענארטיגע סטייל, ס'באלאנגט נישט יענע מין מוזיק, "ישראל לאם" האט געמאכט א סופער דזשאב, "פאר די סטייל".

וועגן די מוזיק, איך מיין אז ס'איז געקומען די צייט צוריקצוגיין צו א "וואן מען בענד".. איך מיין נישט פלעין א "וואן מען בענד" און שוין, איך מיין אז די וואס קענען אלע גאלדמאן טעיפ'ס ווייסן וואס איך מיין, די טעיפ'ס "גדול יהיה", און "שעשה ניסים" און "שירי חינוך".. (ער זינגט דארט "מודה אני" "ה' מלך") האבן הערליכע מוזיק דורך ר' "חיים יצחק" אליין, איך מיין אז ס'איז נאך פון די שענסטע אלבוים'ס, וליתר שאת, וועט סינגאלדא אריינשפיהלן אביסל גיטאר.

בנוגע מיקסן און מעסטער'ן, איך בין נישט אזא מומחה, איך ווייס נישט וויזוי ס'קומט, אבער אויערן האב איך יא, איך זעה נישט מיט וואס די יעצטיגע שלוה איז נישט גוט, אלזא האלט איך אז מ'קען עס לאזן אזוי.

דאס האב איך אויף די מינוט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אויטש! א וויכטיגע פוינט פארגעסן, קווייער, "אידישע וועלט-היכל הנגינה" זאל זיין קווייער, אויף לכה"פ איין ניגון.

לעניית, אז דו ווילסט, וועל איך דיר צייגן, מיר האבן דא ריכטיגע חברה, זאג פאר "חיים איטשע'ן, אז ער וועט נישט חרטה האבן, איך וועל עם צושטעלן די קווייער, און אפילו שיינע סאולאו'ס, אונז האמער דא "מעכטיגע" חברה!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

וויכי, דיינע נקודות זענען שטארקע און דיינע ווערטער ריכטיגע, אז מחנה שלוה טעיפס זענען אייגנארטיג און אנדערש פון אנדערע טעיפס, און דעריבער דארפן זיי זיך נישט צושטעלן צו וואס עס איז היינט פאפולער און מוזן נישט נעמען די אראנדזשירער וואס יעדער נעמט פאר טעיפס.

און דו ביזט אויך גערעכט מיט דעם וואס דו זאגסט אז עכט דארף משה גאלדמאן צוריקגיין צו "וואן מען בענד", ווייל זיינע טעיפס זענען אייגנארטיג און ער טוט נישט דוקא וואס עס הייסט פאפולער.

אבער איזאק האט יא געשריבן אז מען זאל זיך האלטן צו א פולע בענד, און אויב נעמט מען א פולע בענד, האלט איך גאר שטארק אז מען מעג אביסל ארומנאשן ביי עטליכע אראנדזשירער.

ביזנעס-ווייז וועט דאס אויך העלפן, עס וועט לכאורה פארברייטערן די קרייז פון מענטשן וועלכע וועלן אנהייבן קויפן מחנה שלוה טעיפס. אויסער אויב פאר משה גאלדמאן איז וויכטיגער זיך צו האלטן אריגיאנאל און אפילו דאס מיינט פארלירן א שאנס צו פארברייטערן די קונדן רינג, וואס דאן זאל ער יא ווייטער זיך האלטן צו זיינע ביז-יעצטיגע גדרים, און לויט וויכי, אפילו צוריקגיין צו "וואן מען בענד".
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

אוי באשעפער, וויכי'ס אלע עצות און איזאק'ס געדאנקען זענען דאך שוין געווען אויף דעם עולם, מיר שלאגן דא פאר זאכן וואס קענען מאכן א רעוואלוציע, און מאכן אז מחנה שלוה זאל פארקויפן 15,000 שטיקלעך
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

ווי אלעמאל, איז מבין גערעכט. מיינע פארשלאגן און אויך מבין'ס פארשלאגן האבן א פאטענציעל ארויפצוברענגען די נומערן פון פארקויפונגען צו נייע הויכקייטן.

אגב. דער פארשלאג פון וויכי איז א געוואלדיגע. חיים יצחק ברויך קאנסידערן די חברי "היכל הנגינה" פאר כאור אויף מינימום איין ניגון...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
טעלעפאן
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 11:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעלעפאן »

דער פאקט איז אז פארן עולם וואס קויפט משה גאלדמאן וועט מיקס נישט צופיל אויסמאכן, אויך נישט צופיל ווער סאיז מענער קווייער, און "כמעט" נישט אויב מונה אדער לאופר.

וואס עס דארף צו פארקויפן איז: ניגונים מיט "חידוש" נישט נאר אינעם ניגוו נאר וואס מזינגט. כנשר איז א חידוש אין ווערטער, אליך אזמרה, יהי רצון (אין זיין צייט), א נשמה, אא"וו.

געדענק דעם כלל: אן א גוטע ניגון מעג זיין וואס סזאל זיין... משה לאופר האט גימאכט א משוגענעם דזשאב ווען ער האט געהאט גוטע ניגונים. שמחתי אליך אזמרה כנשר און אביסל פון פרנסה יוכיח

מיקס איז פיין, מעסטער וואלט איך געגעבן צו לערי געיטס
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

טעלעפאון, אויב זאגסטו אז משה גאלדמאן דארף בלויז זען צו ברענגען ניגונים מיט חידוש, דעמאלט קלער איך אז ער וועט דארפן עטוואס אראפ-סלאוען מיטן צאל טעיפס וואס ער געבט ארויס, וויבאלד פון יעדע צען ניגונים, האבן בלויז איינס אדער צוויי חידושים.

די וועלכע הערן זיינע טעיפס באדערט אבער נישט עכט אז ער האט נישט קיין חידושים, וויבאלד זיי האבן ליב די רואיגע און ענליכע שניט פון זיינע ניגונים, און וואס עס פעלט איז בלויז שיינע אראנדזשירונגען אויפן סטיל ווי אנדערע ארויסגעבער טוען היינט צוטאגס.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

עס עפעס האט געשריבן:די וועלכע הערן זיינע טעיפס באדערט אבער נישט עכט אז ער האט נישט קיין חידושים, וויבאלד זיי האבן ליב די רואיגע און ענליכע שניט פון זיינע ניגונים, און וואס עס פעלט איז בלויז שיינע אראנדזשירונגען אויפן סטיל ווי אנדערע ארויסגעבער טוען היינט צוטאגס.

איך הער זיינע טעיפס יומם וצהרים, און מיך באדערט זייער ווען א ניגון האט נישט קיין חידושים, אבער טאמער די אראנדזשירונגן זענען אויפן הויכן שטאפל קען איך עס בע"כ פארקוקען, ווייל איך קען אוועקבייגן מיינע אויערן פון די ניגונים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”