ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ליקעריש
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 3:07 pm
לאקאציע: אלל אווער די פלעיס....

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליקעריש »

אזוי בלעטערנדיג דא איז מיר שווער געווארן אזא אזא א...א...אזא קשיא.

יעקב אבינו האטאך מתקן געווען תפלת מעריב.
ווען האט ער דאס געדאוונט? ווען די זון איז אינטערגעגאנגען.
ווער איז די זון אינטערגעגאנגען? פאר די צייט.
קומטאך אויס אז ס'נאכניש באמת געווען נאכט...! (זעכציג אלערט...) נו פארוואס דאווענמיר ביינאכט???

איי וועסטו טענה'ן אז מיט דעם וואס די זון גייט אינטער ווערט אטאמאטיש נאכט - ווייל ס'נאר טאג מיט דעם וואס די זון שיינט?
קעניש זיין. ערשטנס, ווייל די ערשטע פיר טעג פון ששת ימי בראשית הייסן טעג אפילו מ'האט נאכנישט צוטיילט די חברה. און נאכדעם, קוק אריין אנפאנג פסחים ווי די גמרא זאגט קלאר קריה רחמנא לנהורא און האטים באהייסן צו דינען בייטאג, זעהמער ס'צוויי זאכן.

(מוז מען יא זאגן אז חוץ דעם וואס די זון איז אינטערגעגאנגען פריצייטיג, איז אויך דעמאלס פלוצלינג געווארן נאכט........
טערסאנט, ניין?.......)
טעמטי שרייבט, און א מענטש לאכט.
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט אור אייניקל! דו שטייגסט איבער יעדן דא...

:oops:
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

געהערט א שטארק ווארט,

יצחק אבינו ווען ער איז א חתן געווארן איז געווען א קארגע 40 יאר,
יעקב אבינו ווען ער איז א חתן געווארן, איז ער שוין געווען אריבער די 80.

ביי יצחק זעהט מען א אויסטערלישע ס"ד, היום יצאתי היום באתי, טרם כילה לדבר ורבקה יוצאת, בקיצור אלעס אזוי פון אויבן גלייך צוגעפירט.
משא"כ ביי יעקב האצעך אפגעטון, קודם מיט אליפז צונעמען ס'געלט, געמוזט בלייבן בבית שם ועבר 14 יאר, דערנאך ארבייטן 7 יאר און הירשט האצעכעס אויסגעלאזט מיט א שפיצל...
לכאורה איז שווער פארוואס יצחק, וועלכע איז נאך געווען יונגער איז עס געגאנגען אזוי געשמירט, און יעקב וועלכע איז שוין געווען סאאך עלטער איז עס געווען מיט אזויפיל שוועריגקייטן?

די תי' איז, ביי יצחק האט אברהם געזאגט פאר אליעזר, גיי צו מיין משפחה און זיך א מיידל, אויב וועסטו נישט טרעפן זאלסטו גיין צו ישמעאל, אויב נאכאלץ נישט זאלסטע גיין צו ענר אשכול וכו',
ד.ה. אליעזר האט נישט געוויסט וואס דא גייט זיך אויסלאזן, האט ער א תפילה געטון צום אייבירשטן ווי אין פסוק שטייט ועשה חסד עם אדוני אברהם, נו אז מ'איז מתפלל און מ'פארלאזט זיך אויפן אייבירשטן, איז דא א ס"ד, גייט אלעס געשמירט.

משא"כ יעקב, זאגט דאך דער מדרש יעדער האט געוויסט לבן האט צוויי טעכטער איינס פאר עשו איינס פאר יעקב,
ס'דא אפי' א מדרש אז יעקב מיט רחל האבן זיך שוין געשיקט בריוון...
עכ"פ יעקב איז געווען רוהיג, איך ווייס פינקטליך וואו איך דארף גיין, אויף דעם אדרעס ווארט מיך מיין זיווג,
און דווקא ביי איהם האצעכעס געמוזט פירן אזוי קאמפליצירט.

א מורא'דיגע מוסר השכל אז אויב מ'פארלאזט זיך אויף השי"ת און מ'פארשטייט אז אליינס ווייסט מען גארנישט, איז דא די ס"ד און דער אייבירשטער פירט אויפן ריכטיגן וועג,
אויב אבער מ'רעדט זיך איין 'איך פארשטיי... איך ווייס וואס איך האב צו טון, און דאס וועט מיר ברענגען גוטס...' דאן זאגט דער אייבירשטער 'אזוי? דו קענסט אליין? נו לאמיר זעהן ווי דו געסטעך אליינס אנ'עצה...'

(חלילה צו זאגן אויף יעקב אבינו בחיר האבות אז ער האט נישט געהאט די ריכטיגע בטחון, נאר דער געדאנק דערפון)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

יישר כח כאניש.

שוין אמאל געהערט עפעס ענליך, אבער עס איז זייער גוט.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

עס איך מיך דא א פיינעם דריי קאלער קעיק וואס כאב מיר יעצט געקויפט אין גראסעריי, לכאורה נישט עלטער פון זעקס וואכן און מאקסימום פון פסח תשע''ט.

עניוועי, מיין דילעמא דא איז אזוי, איך קעניש אפמאכן וועלכע קאליר איז די בעסטע!
איך האב שוין אזוי אראפגעשלינגען זעקס קיכלעך דערפון נאר כדי צו קענען אויפכאפן צו עס איז בכלל דא א חילוק אין טעם צווישן דעי דריי, און אויב יא וועלכע איז טאקע די בעסטע.

די רויטע למשל פארמאגט לעניות דעתי זייער אזא בלוטיגע טעם, משא''כ די געלע איז מער אזא געל לייט טעם, אבער ווען עס קומט צו די גרינע איז עס ווי גרינע גראז געמישט מיט די גרינע גאל, אבער אלע זענען גאר גוט און נארהאפטיג. בלייבט נאר איבער צו זען ווער עס וועט ארויסגיין א זיגער.

און פאר איך פארגעס, נישט כאפן ווייל ס'נישטא גענוג.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אויב דארפסטו עני העלף, שיק עס מיר אריבער אין אישי...
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

חבקוק האט געשריבן:עס איך מיך דא א פיינעם דריי קאלער קעיק וואס כאב מיר יעצט געקויפט אין גראסעריי, לכאורה נישט עלטער פון זעקס וואכן און מאקסימום פון פסח תשע''ט.

עניוועי, מיין דילעמא דא איז אזוי, איך קעניש אפמאכן וועלכע קאליר איז די בעסטע!
איך האב שוין אזוי אראפגעשלינגען זעקס קיכלעך דערפון נאר כדי צו קענען אויפכאפן צו עס איז בכלל דא א חילוק אין טעם צווישן דעי דריי, און אויב יא וועלכע איז טאקע די בעסטע.

די רויטע למשל פארמאגט לעניות דעתי זייער אזא בלוטיגע טעם, משא''כ די געלע איז מער אזא געל לייט טעם, אבער ווען עס קומט צו די גרינע איז עס ווי גרינע גראז געמישט מיט די גרינע גאל, אבער אלע זענען גאר גוט און נארהאפטיג. בלייבט נאר איבער צו זען ווער עס וועט ארויסגיין א זיגער.

און פאר איך פארגעס, נישט כאפן ווייל ס'נישטא גענוג.

ווען דו ענדיגסט קען איך דיר געבן אפאר סעמפלס פון גארבידזש בעגס זאלסט עס טעסטן וועליכע ס'האלט די בעסטע געסילט ב ר ע כ א ץ
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מ'האט שוין דערמאנט דא דעם כל תיבה שצריכה למד בתחילתה הטיל לה הכתוב ה' בסופה

אמאל געהערט א שיין צוזאמשטעל בענין זה
אז די גמרא פרעגט אויף די סתירה ולשמחה זו מה זו עושה און ושבחתי אני את השמחה, אלא כאן שמחה של מצוה וכאן שמחה שאינה של מצוה.
האט דער בעל דרשן שיין צוזאמגעשטעלט אז ווען סאיז דא א למ''ד ולשמחה טויג נישט און דערפאר הטיל לה הכתוב ה' און סווערט השמחה און דעמאלטס איז ושבחתי.

און איך האב מיר דערמאנט ווען איך בין נאך געווען א שר שלשת אלפים
viewtopic.php?p=2078762#p2078762
אויך אזא געדאנק יעדע ווארט וואס האט א למ''ד בתחילתה, מ'לערנט אפ פארן און מ'טראכט פארן זאגן, דעמאלטס איז דא א ה' דער באשעפער בסופה אויך נאכן געזאגט ווערן...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

יא... אי זאזוי. שטייט דע וואך אינעם תורה אזוי.

שטייט דארט אז זלפה עליה השלום האט געבוירן א קינד! א פרישע רינגעלע אינעם גאלדענע קייט.
און דעמאלט האבן שוין די עזרת נשים אויך געהאט באשלאסן אז זיי זענען דיע וואס געבן די נעמען. און לאה דער חשובע יענצל האט דאן געזאגט "בא גד ותקרא שמו גד"

האטצעך מיר געפעדערט א מוראדיגע קישא.
וואס איז פשט און דיזע ווערטער?
בא גד. גד איז געבוירן געווארן. אשר על כן. קרא שמו גד.

וואס הייסט ווען ער איז געבוירן געווארן האטער דעך נאכנישט געהייסן גד. סאו וואס מיינט דער בא גד?
און אם כל זאת. וויזוי שמעלצט מען דאס צאם? וועגן גד איז געבוירן העט מען אים רופן גד?
מאדנע!

האבעך אריינגעטראכט לגופו של אותו ענין און דאן איז אריינגעפלאסן א טיפע דערהער.
(סאיז טיף אבער פשוט. הערטץ אויס...)

רש''י הק' לאט אונז הערן אז דער "בא גד" טייטש בכלל נישט אז גד איז געקומען!
(און פאר מער אינפארמאציע עיין שם ברש''י.)

אבער וואס מלערנטצעך ארויס פון דעם איז א שוידערליכע זאך א שרעקליכע יסוד וואס קען טוישן דיין דירעקשן און לעבן און אכט חלקים.

מזעהמיר פון דא אז זאלסט קיינמאל נישט בלייבן סטאק מיט וואס די האלסט. און וואס די פארשטייסט. נאר געדענק. קוק דא. זוך דארט. הער אויס א צווייטן צד. העסטע זעהן אז נישט אייביג מוז זיין אז וואס די זאגסט איז טאטעלי גערעכט. און די גאנצע וועלט איז משוגע.

זאל שוין טאקע מקוים ווערן אלע פסוקים חוץ די תוכחה. אמן.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

:lol: :lol: :lol:

דער ווערט נאר בעסער און בעסער פון וואך צו וואך, אין אכט וואכן ארום וועט ער שוין זיין פולי פיקס פארטיג...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אזוי אומגערישט איז אריבערגעשיקט געווארן א פארציע טשאלענט, טשאלענט קוגעל און קארטאפל קוגעל

ב"ה פאר דעם
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב געהערט די וואך א טייער ווארט אויף פרשת קרח, און הגם טאקע עס גייט נישט יעצט פרשת קרח, אבער א גוט ווארט קען מען אלעמאל נוצן

זאגט יענער רעדנער בשם דעם אמת ליעקב (בלענדינוב):

וקרח שפיקח היה - מה ראה לשטות זה

"וואס האט ער איינגעזען אזא שטות צו זיין א פיקח"

אוי איז דאס א טייער ווארט!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הו הא אזא ליל טשי טשי האב איך פארפאסט ביזט יעצט אזאלכע פארגאפטע בעלי דרשנים רעדנער'ס - אזעלכע טייערע דיבורים שמיעסן חיזוק רעיונות פערל ווערטער

יישר כחכם טייערע חברים האט מען געמאכט א שיינע נאכט כמו שכתוב
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

מומחי זאג די אויך עפעס. קענסט נישט אזוי זיצן דא און הנאה האבן שלא על מנת.
שנעל הייב אן רעדן...
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

עלעך גיין על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון

קודם ייש''כ הרהגה"צ רבי @אוראייניקל אייערע ווערטער זענען שטארקע יסודות'דיגע זאכן

איז אזוי איהר הייבט אן מיטן רש"י ווערטער יצא ללכת לחרן אין ווארפט אריין אזוי כדרך אגב'ניק אז דער יצא ללכת לחרן איז נאך פערצן יאהר לערנען...

וויל איך נאר ארויס ברענגן מער איבער דער רש''י.
איז אזוי דער שפתי חכמים אויפן פלאץ ברענגט ארויס פארוואס רש''י האט געמוזט זאגן דאס, זאגט ער ווייל עס שטייט גלייך נאכדעם ויפגע במקום, אין אויב איז ער שוין אנגעקומען קיין חרן דאן ווען איז געשעהן דער ויפגע במקום דערפאר האט רש''י הק' באווארענט אין מדייק געוועהן אז יצא ללכת לחרן... אין לאור דבריך המאירים איז אויך מדיוק אין רש''י (אזוי האב געטראכט גלייך אנהייב וואך בפשטות בשעת'ן לערנען חורש"י) ווייל אויב איז ער שוין אנגעקומען קיין חרן דאן ווען איז געוועהן דער 14 יאהר וואס ער האט געלערנט אין ישיבה פין שם ועבר.

למעשה אין די מהרש"א אין נאך פריעדיגע לייגן צו א אינטערסאנטע זאך אז די ישיבה פין שם ועבר איז גאר געוועהן אין באר שבע אין יעקב'ן האט באהאלטן אין די ישיבה פין שם ועבר אין באר שבע אין ערשט דערנאך איז ער געגאנגען קיין חרן (איך האב אויך געזעהן ברענגן אז די ברכות וואס יעקב האט גענומען פון יצחק פארן אוועק פארן ווי עס ווערט געברענגט סוף פר'' תולדות, איז געוועהן ערשט נאכן לערנען בישיבת שם ועבר) ממילא שטימט קלאר ויצא יעקב מבאר שבע מיינט שוין פין די ישיבה וכו'.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

טשאדי כ'האב אזוי הנאה געהאט פין די מעשה מיט דער זיידע מיט דער דרשה
אזוי זיס
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ליקעריש האט געשריבן:אזוי בלעטערנדיג דא איז מיר שווער געווארן אזא אזא א...א...אזא קשיא.

יעקב אבינו האטאך מתקן געווען תפלת מעריב.
ווען האט ער דאס געדאוונט? ווען די זון איז אינטערגעגאנגען.
ווער איז די זון אינטערגעגאנגען? פאר די צייט.
קומטאך אויס אז ס'נאכניש באמת געווען נאכט...! (זעכציג אלערט...) נו פארוואס דאווענמיר ביינאכט???

.)


כ'מיין אז מהאי טעמא יכולים לומר אז דאס וואס עס איז דא אין זומער אסאך פלעצער וואס מען מאכט שבת ערשטע פריע מנינים מען דאווענט קבלת שבת מעריב בעוד היום גדול וכו'
האט מען שוין א מקור דערפאר אז מען דאווענט מעריב מבעוד יום
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ייש''כ הרב כאניש'ל פאר די שיינע רעיונות
אזוי אויך בעטמקייטן אזוי באטעמט

אין הרב לכאורה פאר די שיינע בליץ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מומחה יוחס האט געשריבן:
כ'מיין אז מהאי טעמא יכולים לומר אז דאס וואס עס איז דא אין זומער אסאך פלעצער וואס מען מאכט שבת ערשטע פריע מנינים מען דאווענט קבלת שבת מעריב בעוד היום גדול וכו'
האט מען שוין א מקור דערפאר אז מען דאווענט מעריב מבעוד יום

די ראיה ברענגט שוין תוס' אין ברכות (כו:).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

צום לעצט עפעס א קלייניקייט

אין די ספה"ק אור פני משה שטייט גאר א אינטערסאנטע זאך, אז בשעת יעקב אבינו האט געפאשעט דער שאף האט ער געזאגט תהילים אין ער איז דאס מרמז אין דעם פסוק וואס שטייט ויעקב רועה את צאן לבן זאגט ער אז די ר''ת פין א''ת איז א'מר ת'הילים..
אין די ספה''ק אגרא דכלה איז גאר מרמז אין פר' בראשית אז בראשי''ת איז ר''ת י'עקב א'מר ת'הילים ב'עת ש'היה ר'ועה..
אין מגלה עמוקות ברענגט אויך אויף דעם א מדרש דאכט זיך מיר 'ואגדלה שמך זה יעקב שתיקן תהילים בביתו של לבן'.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוראייניקל האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
כ'מיין אז מהאי טעמא יכולים לומר אז דאס וואס עס איז דא אין זומער אסאך פלעצער וואס מען מאכט שבת ערשטע פריע מנינים מען דאווענט קבלת שבת מעריב בעוד היום גדול וכו'
האט מען שוין א מקור דערפאר אז מען דאווענט מעריב מבעוד יום

די ראיה ברענגט שוין תוס' אין ברכות (כו:).


ייש''כ זעהט אויס אז די זכרון איז א גנב עוד י''ל ברוך שכיוונתי

בכל אופן ייש''כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אהה.. א געשמאקע ליל שישי געווען, זה בא בכדו, וזה בא בדריי קאלעדיגע קעיקו...

העמיר נאר נאך אריינווארפן א קליינע מעשה'לע, וואס האט זיך אפגעשפילט אינעם שטעטל בעלזא בימי מרן מהר"א זי"ע..

די מנהג איז געווען ביי די רבי'ס, אז זיי זענען געווען סנדק ביי די בני העיר, און נאכ'ן ברית פלעגן זיי ארויפגיין ווינטשן מז"ט פאר'ן יולדת.. כידוע די בעלי בתים אין שטאט בעלזא זענען נישט געווען די גרעסטע צדיקים.. און ווען די חסידים האבן זיך איינגעקויפט ביים רבי'ן קנינים רוחניים.. האט זיך ביי זייערע באזוכן ביים רב אין שטוב אנגעקלעבט קנינים גשמיים..

מאכט זיך אמאהל אז דער רב קומט ארויף צו א יוד אין שטוב.. און דער גבאי רופט זיך אהן צום רב, כ'מיין אז די לייכטערלעך דארט זענען דעם רבי'נס.. דער יוד האט עס דערהערט, גיבט ער זיך א רוף אהן.. נאר די לייכטער איז דעם רעבי'נס?! איך בין דעם רבי'נס.. מיין גאנצע הויז איז דעם רבי'נס.. די גאנצע שטאט איז דעם רבי'נס!...


קוקט אויס דער יוד איז א רעכטע אייניקל פונעם זיידן לבן.. ווען יעקב אבינו האלט איהם אפיר.. "מה מצאת מכל כלי ביתך שים כה נגד אחי ואחיך ויוכיחו בין שנינו".. ענטפערט ער, ווי הייב איך אהן?.. נאר דאס איז מיינע.. נאר יענץ איז מיינע?.. "הבנות בנתי והבנים בני והצאן צאני וכל אשר אתה ראה לי ".. אלעס דא איז מיינס!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אזא שיין ווארט ייש''כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
newschest79
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:26 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך newschest79 »

לכאורה האט געשריבן:איך האב געהערט די וואך א טייער ווארט אויף פרשת קרח, און הגם טאקע עס גייט נישט יעצט פרשת קרח, אבער א גוט ווארט קען מען אלעמאל נוצן

זאגט יענער רעדנער בשם דעם אמת ליעקב (בלענדינוב):

וקרח שפיקח היה - מה ראה לשטות זה

"וואס האט ער איינגעזען אזא שטות צו זיין א פיקח"

אוי איז דאס א טייער ווארט!


עס דערמאנט די באקאנטע מעשה אז ס'איז געווען א רב וואס איז געקומען אין א שטאט, און מ'האט אים מכבד געווען מיט א דרשה, אבער קענענדיג נאר פ' קרח, האט ער זיך נאכגעפרעגט בעפאר שבת אויב אין די שטאט איז דא מחלוקת, ווען מען האט אים געענטפערט אז יא, האט ער אנגעהויבן זיין דרשה, אז ער האט געהערט אז דא אין שטאט איז דא מחלוקת וויל ער רעדן פון פ' קרח, ודי.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

געוועהן א שיינע ליל ששי היינט ברוך השם

אבער דער עולם האט נישט געברענגט גענוג עסן דער עיקר איז געוועהן נאר טרונקען
פליז נעקסט וואך ברענגט עסן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”