אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אלס איינער פון די געדונגענע [...] ארבייטער פון אייוועלט, וועל איך דערציילן סודות פון חדר, אז בחסדי השי"ת איז אונזער עולם גאנץ באקאנט מיט אונזערע תקנות, און דערפאר קומט זייער זעלטן אויס צו מעקן א תגובה אדער א חלק דערפון. דער עיקר ארבעט פון אחראים איז צוזאמצושטעלן ענליכע אשכולות, פארמעקן איבריגע תגובות [וואס מענטשן מאכן טעותים און מעקן אויס די גאנצע, איבערלאזנדיג א פינטל . וכדומה, אדער אמאל איז דא וואס די גאנצע תגובה קומט ארויף דריי פיר מאל נאכאנאנד און עס שטערט די ליינער], און איבערקוקן תגובות כדי צו זיין זיכער אז אלע תקנות ווערן אויסגעפאלגט און דאס פלאץ בלייבט איידל און מענטשליך.

ווען אן אלטגעזעסענער ניק מיט א גוטע רעפוטאציע שרייבט עפעס וואס דארף פארמעקט ווערן, וועט מען זיך געווענליך פארבינדן מיט יענעם אין אישית פון פאראויס ער זאל אליינס פארריכטן די תגובה, אדער אויב מען קען דאס נישט לאזן אזוי אין פובליק וועט מען דאס צוערשט אריינפירן אין אפעראציע צימער און שפעטער ארויסברענגן מיט די נויטיגע שינויים. דער שרייבער וועט געווענליך פארשטיין די סיבה פון די תיקונים, אויב נישט וועט מען אים מסביר זיין.

אויב איינער האט סיי וועלכע פראגע אדער טענה, איז מיין אישית קעסטל אייביג גרייט צו ענטפערן אדער צו דירעקטירן יענעם צום ריכטיגן קאנטאקט מענטש אין די הנהלה וואס וועט קענען געבן דעם גוטן אנטווארט.

בברכת א פרייליכן פורים.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שטארק זיך האט געשריבן:כבוד על דא, ועל הא:

1) די רעד-לייט גרין-לייטס ארבעטן רונדע דעם אוהר, צו האלטן ריין דעם מקום, הבנת? און יא, דאס ריינקייט פון פלאץ נעמט צימאל פריאריטעט צו זיך רעכענען מיט׳ן די ניקים, פארגעסס נישט, דאס פלאטץ האט בעלים, עס איז נישט קיין דזשאנק יארד, ווען איינער מאכט שמוץ אין מיין בית המדרש ביי מיר אין בעיסמענט, רייניג איך אפ אפילו איינעם שמעקט עס נישט.

רונדע דעם אוהר איז גוט געזאגט! געלעגער האט מיך געמאכט ארויסשלעפן קרעמער פאראיאר אינמיטן פסח'יג מאכן, און ל"ג בעומר אינמיטן רבינס טיש האבעך אוועקגעשלעפט א אנדערע מנהל... און ווי געשריבן איז נישט מעגליך נאכצוקומען דאס שרייבן פאר יעדן, ספעציעל ווען די זאכן ווערן געטוהן אסאך מאל דורך א בלעקבערי...

שטארק זיך האט געשריבן:3) דער ציבור דא גיבט א טשאנס פאר יעדן ״פארק״ שטיבל״ און זאגאר, ״וועלט״. און אפילו ווען דיע זאלען דאס אוועקשטעלן אויף אופן געצילט דירעקט צו קאנקורירן מיט אייוועלט. גראדע דער פון וואס דו רעדסט און דו העלפסט ארויס פארט אין ריכטונג צו פארלירן אט דעם טשאנס.

איך מעג עדיטן דיינע ווערטער??? אקעי איך לייג אריין ווערטער אין באלד...

שטארק זיך האט געשריבן:4) ערקלער, וואס איז יא די מאס פון צענזור? איך האב יא געשפיערט דעם שארפן מעסער פון צענזור, און טראץ די ווייטאג זאג איך בפה מלא, איך וויל טאקע אט דאס.

בתקוה להבנה.
(הנלע״ד כתבתי)

שטארק זיך, גיי קוק על דא'ס בלאג, העסטע פארשטיין אסאך זאכן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

איך מיין, אז דער וואס וויל טרינקן קאווע זאל עס טון בחפץ לב איך דארף נישט יענעמס פארשטינ.... עם אויסגעגאסענע מילעך.

איין זאך וואלט איך עם יא געבעטען, ביטע ווארט א האלבע שעה ביז די קומסט אהער. ליינען א געשמאקע זאפטיגע און אויסגעהאלטענע 'פליישיגע ארטיקעל.

-----------

מען האקט אריין
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

איך האב אויספרובירט דעם נייעם פלאץ פאר צוויי טעג, (בלויז ליינען, נישט איינגעשריבן), און איך פריי מיך אז ס'איז דא מנהלים דא.

און דעם קורצן זמן, האב איך מיך אנגעשטויסן אין צוויי גאר אומאיידעלע פאוסטס, איינס ממש ניוול. בלויז נאכ'ן זיך איינבעטן דורך עטליכע נאכפאלגנדע פאוסטס, איז צוגעקומען א ווארענונג צו איינע פון די צוויי.

אויב אזוי וואס איז די אויפטוה דערפון, איז נישט הייד-פארק גענוג?
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

אזעלכע וואו הייד פארק איז דא גענוג; אידישע און גויעשע. אבער א היימישע קרעטשמע איז נאר דא איינס!
שרייטס אלע צוזמען

יחי הקרעטשמע יחי!!!
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על דא ועל הא »

scy4851 האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:די עיקר גלייך איך דיינע ווערטער "די צענזור איז איבער די מאס" ווען א מינוט צוריק שרייבסטו אז דו האסט עס נאך נישט געשפירט.

;l;p-

מה ענין שמיטה אצל הר סיני - איך זאג דאך אז איך האב געהערט פון אינגעלייט וואס האבן דא געשריבן און מ'האט זיי געמעקט די תגובות. די בילד וואס איך האב באקומען איז אז די צענזור גייט איבער די מאס. און אז מ'האט מיך נאך קיינמאל נישט געמעקט טאר איך נישט האבן א בילד פון וואס גייט פאר?
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)
אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על דא ועל הא »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:שטארק זיך, גיי קוק על דא'ס בלאג, העסטע פארשטיין אסאך זאכן...

אט האט איר אן עקזעמפל פון הנהלישע גריבלן אין א ניק'ס אידענטיטעט. גראדע האט דער על דא ועל הא בלאג נישט קיין שייכות מיט מיר. איך האב אבער הנאה וויאוזי פון ארבעל גיסט זיך דיר ארויס "גיי קוק על דא'ס בלאג".
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובה דורך scy4851 »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס וועסטו האבן אז דו וועסט באקומען א אימעיל אז מ'האט געמעקט דיין תגובה?

וואס הייסט וואס ער וועט טוהן?
ער וועט גיין קאמפלעינען און קאוע שטיבעל.......
the SCY is the limit
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

על דא טייערער, איך קען נישט מסביר זיין פאר א יוד וואס געפינט זיך דאס פלאץ אויף יענעם סייט פארוואס מ'האט געדארפט מעקן געוויסע תגובות... די בעסטע וואס איך קען דיר זאגן איז אז ווען נישט מ'מעקט די אלע תגובות וואלטן די זאכן געשטאנען אויף אונזער סייט, אצינד איז עס אין קאווע שטיבל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דו באקומסט א בילד פון הערן וואס מענטשען זאגן? דו ווילסט אז יעדער וואס די הנהלה האט "יא" ארויסגעהאלפן זאל ארויף קומען דא און דערציילן וויפיל שעות מ'האט אוועקגעגעבן פאר זיי?
די בילד מאהלסטו וויאזוי דו באגערסט.
אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על דא ועל הא »

געלעגער האט געשריבן:דו באקומסט א בילד פון הערן וואס מענטשען זאגן? דו ווילסט אז יעדער וואס די הנהלה האט "יא" ארויסגעהאלפן זאל ארויף קומען דא און דערציילן וויפיל שעות מ'האט אוועקגעגעבן פאר זיי?
די בילד מאהלסטו וויאזוי דו באגערסט.

איך האב גראדע מקדים געווען אז איך האב שטארק הנאה פון דעם פלאץ און אז דאס איז א פיינער פלאץ. אבער א מיליאן גוטע זאכן מאכן נישט דעם איין שלעכטן זאך גוט.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

על דא, איך בין נישט אין די גיסטע אריינצוגיין אין א דיבעיט צו דו ביסט יא די בלאג צו נישט, און גלייב מיר איך האב נישט אינוועסטירט קיין מינוט דאס נאכצוגיין... ס"ה שרייבטסו זאכן וואס יענער שרייבט, און דו רופסטעך מיט די זעלבע נאמען, האט מיר איינער געשיקט א לינק צו די בלאג. (זעהט אויס אז דו ליינסט די בלאג ווייל דו ווייסט פון וואס איך רעד.. און דו פיהלסטעך קאמפטעבל צו פאררופן אויף יענעמס נאמען...) ס'אינטערעסירט מיך נישט ווער ס'איז אונטער די ניק על דא ועל הא, נישט אויף די סייט און נישט אויף די בלאג!

אגב, איך בין נישט קיין מנהל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:על דא טייערער, איך קען נישט מסביר זיין פאר א יוד וואס געפינט זיך דאס פלאץ אויף יענעם סייט פארוואס מ'האט געדארפט מעקן געוויסע תגובות... די בעסטע וואס איך קען דיר זאגן איז אז ווען נישט מ'מעקט די אלע תגובות וואלטן די זאכן געשטאנען אויף אונזער סייט, אצינד איז עס אין קאווע שטיבל...

;l;p-

יחי הקרעטשמע והמנהלים!
אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על דא ועל הא »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:על דא טייערער, איך קען נישט מסביר זיין פאר א יוד וואס געפינט זיך דאס פלאץ אויף יענעם סייט פארוואס מ'האט געדארפט מעקן געוויסע תגובות... די בעסטע וואס איך קען דיר זאגן איז אז ווען נישט מ'מעקט די אלע תגובות וואלטן די זאכן געשטאנען אויף אונזער סייט, אצינד איז עס אין קאווע שטיבל...

אנשטאט מיר ענפערן כדבעי אויפן באשולדיגונג פון גריבלען אין מיין אידענטיטעט, אטאקירסטו מיר פערזענליך. זייער שיין. מהיכי תיתי אז איך בין דארט?
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

על דא ועל הא האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דו באקומסט א בילד פון הערן וואס מענטשען זאגן? דו ווילסט אז יעדער וואס די הנהלה האט "יא" ארויסגעהאלפן זאל ארויף קומען דא און דערציילן וויפיל שעות מ'האט אוועקגעגעבן פאר זיי?
די בילד מאהלסטו וויאזוי דו באגערסט.

איך האב גראדע מקדים געווען אז איך האב שטארק הנאה פון דעם פלאץ און אז דאס איז א פיינער פלאץ. אבער א מיליאן גוטע זאכן מאכן נישט דעם איין שלעכטן זאך גוט.

האסט אבער אויך געשריבן
על דא ועל הא האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שטארק זיך, גיי קוק על דא'ס בלאג, העסטע פארשטיין אסאך זאכן...

אט האט איר אן עקזעמפל פון הנהלישע גריבלן אין א ניק'ס אידענטיטעט. גראדע האט דער על דא ועל הא בלאג נישט קיין שייכות מיט מיר. איך האב אבער הנאה וויאוזי פון ארבעל גיסט זיך דיר ארויס "גיי קוק על דא'ס בלאג".

סאו בעסיקלי ווילסטע אז מ'זאל הערן וואס דו זאגסט מאכסטו א שיינע אנהייב... טענק יו סיר...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על דא ועל הא »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:על דא, איך בין נישט אין די גיסטע אריינצוגיין אין א דיבעיט צו דו ביסט יא די בלאג צו נישט, און גלייב מיר איך האב נישט אינוועסטירט קיין מינוט דאס נאכצוגיין... ס"ה שרייבטסו זאכן וואס יענער שרייבט, און דו רופסטעך מיט די זעלבע נאמען, האט מיר איינער געשיקט א לינק צו די בלאג. (זעהט אויס אז דו ליינסט די בלאג ווייל דו ווייסט פון וואס איך רעד.. און דו פיהלסטעך קאמפטעבל צו פאררופן אויף יענעמס נאמען...) ס'אינטערעסירט מיך נישט ווער ס'איז אונטער די ניק על דא ועל הא, נישט אויף די סייט און נישט אויף די בלאג!

אגב, איך בין נישט קיין מנהל...

ס'פאלט דיר נישט ביי אז דער זעלבער וואס האט דיר געשיקט א לינק צו דעם בלאג קען מיר שיקן? נאכן זיך אזוי א נאמען געבן האב מיר איינער געגעבן דעם לינק און כ'האב זיך גראדע באקאנט געמאכט מיטן בעל הבלאג. ער האט מיר געגעבן רשות צו שרייבן זאכן וואס שטייט דארט דא שלא בשמו.

אנטשולדיגט פארן אייך אנרופן מנהל. איך האב פארשטאנען אזוי פון א פריערדיגע תגובה ווי איר האט מסביר געווען אז איר פארריכט תגובות.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

על דא ועל הא האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שטארק זיך, גיי קוק על דא'ס בלאג, העסטע פארשטיין אסאך זאכן...

אט האט איר אן עקזעמפל פון הנהלישע גריבלן אין א ניק'ס אידענטיטעט. גראדע האט דער על דא ועל הא בלאג נישט קיין שייכות מיט מיר. איך האב אבער הנאה וויאוזי פון ארבעל גיסט זיך דיר ארויס "גיי קוק על דא'ס בלאג".

האסטו נישט אמאל געהאט א לינק צו יענע בלאג און דיין אינטערשריפט?
the SCY is the limit
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

על דא ועל הא האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:על דא טייערער, איך קען נישט מסביר זיין פאר א יוד וואס געפינט זיך דאס פלאץ אויף יענעם סייט פארוואס מ'האט געדארפט מעקן געוויסע תגובות... די בעסטע וואס איך קען דיר זאגן איז אז ווען נישט מ'מעקט די אלע תגובות וואלטן די זאכן געשטאנען אויף אונזער סייט, אצינד איז עס אין קאווע שטיבל...

אנשטאט מיר ענפערן כדבעי אויפן באשולדיגונג פון גריבלען אין מיין אידענטיטעט, אטאקירסטו מיר פערזענליך. זייער שיין. מהיכי תיתי אז איך בין דארט?

איי געס אז דו ליינסט שווער...

איך האב געשריבן אז ס'אינטערעסירט מיך נישט ווער דו ביסט און ווער דער בלאגגער איז, ס"ה האט מיר איינער געשיקט א לינק און ער שרייבט אז דו שרייבסט די זעלבע טאפיק וואס אינער מיט די זעלבע ניק נעים שרייבט אויף א בלאג.

פון וואו איך ווייס איז דו ליינסט? איך ווייס נישט, איך האב געשריבן "איי געס" אז דו ליינסט ווייל דו האסט געוויסט פון יענעם בלאג און דו שרייבסט די זעלבע זאכן ווי יענער...

אגב, די תגובה וואס דו קוואוט'סט איז א ענטפער אויף גאר א צווייטע פראגע, און ס'איז א דיירעקטע ענטפער נישט קיין אטאקע.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על דא ועל הא »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
על דא ועל הא האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דו באקומסט א בילד פון הערן וואס מענטשען זאגן? דו ווילסט אז יעדער וואס די הנהלה האט "יא" ארויסגעהאלפן זאל ארויף קומען דא און דערציילן וויפיל שעות מ'האט אוועקגעגעבן פאר זיי?
די בילד מאהלסטו וויאזוי דו באגערסט.

איך האב גראדע מקדים געווען אז איך האב שטארק הנאה פון דעם פלאץ און אז דאס איז א פיינער פלאץ. אבער א מיליאן גוטע זאכן מאכן נישט דעם איין שלעכטן זאך גוט.

האסט אבער אויך געשריבן
על דא ועל הא האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שטארק זיך, גיי קוק על דא'ס בלאג, העסטע פארשטיין אסאך זאכן...

אט האט איר אן עקזעמפל פון הנהלישע גריבלן אין א ניק'ס אידענטיטעט. גראדע האט דער על דא ועל הא בלאג נישט קיין שייכות מיט מיר. איך האב אבער הנאה וויאוזי פון ארבעל גיסט זיך דיר ארויס "גיי קוק על דא'ס בלאג".

סאו בעסיקלי ווילסטע אז מ'זאל הערן וואס דו זאגסט מאכסטו א שיינע אנהייב... טענק יו סיר...

עגעין, מה שמיטה אצל הר סיני? איך זע נישט דעם סתירה פון דעם ערשטן תגובה מיינער צו די צווייטע. איך מיין עס מיטן גאנצן ערנסקייט. איך האב זייער הנאה פון אייוועלט, איך האב שוין אסאך קונה געווען דא אין די געציילטע טעג/וואכן וואס איך בין דא. וואס האט דאס א שייכות מיט דעם וואס איך טענה אז דאס שרייבן אז איך האב א בלאג קומט פון גריבלן אין מיין אידענטיטעט? פיין, איר זאגט אז איר האט נישט געגריבלט, איינער האט געגריבעלט פאר אייך. אם קבלה הוא נקבל.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)
אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על דא ועל הא »

scy4851 האט געשריבן:
על דא ועל הא האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שטארק זיך, גיי קוק על דא'ס בלאג, העסטע פארשטיין אסאך זאכן...

אט האט איר אן עקזעמפל פון הנהלישע גריבלן אין א ניק'ס אידענטיטעט. גראדע האט דער על דא ועל הא בלאג נישט קיין שייכות מיט מיר. איך האב אבער הנאה וויאוזי פון ארבעל גיסט זיך דיר ארויס "גיי קוק על דא'ס בלאג".

האסטו נישט אמאל געהאט א לינק צו יענע בלאג און דיין אינטערשריפט?

ניין.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

על דא ועל הא האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:על דא, איך בין נישט אין די גיסטע אריינצוגיין אין א דיבעיט צו דו ביסט יא די בלאג צו נישט, און גלייב מיר איך האב נישט אינוועסטירט קיין מינוט דאס נאכצוגיין... ס"ה שרייבטסו זאכן וואס יענער שרייבט, און דו רופסטעך מיט די זעלבע נאמען, האט מיר איינער געשיקט א לינק צו די בלאג. (זעהט אויס אז דו ליינסט די בלאג ווייל דו ווייסט פון וואס איך רעד.. און דו פיהלסטעך קאמפטעבל צו פאררופן אויף יענעמס נאמען...) ס'אינטערעסירט מיך נישט ווער ס'איז אונטער די ניק על דא ועל הא, נישט אויף די סייט און נישט אויף די בלאג!

אגב, איך בין נישט קיין מנהל...

ס'פאלט דיר נישט ביי אז דער זעלבער וואס האט דיר געשיקט א לינק צו דעם בלאג קען מיר שיקן? נאכן זיך אזוי א נאמען געבן האב מיר איינער געגעבן דעם לינק און כ'האב זיך גראדע באקאנט געמאכט מיטן בעל הבלאג. ער האט מיר געגעבן רשות צו שרייבן זאכן וואס שטייט דארט דא שלא בשמו.

אנטשולדיגט פארן אייך אנרופן מנהל. איך האב פארשטאנען אזוי פון א פריערדיגע תגובה ווי איר האט מסביר געווען אז איר פארריכט תגובות.

איך גלייב שווער אז דער זעלבער האט דיר געשיקט די לינק, אבער ס'קען זיין אז א צווייטער האט דיר געשיקט, אידער וועי ליינסטו דארט און דו שרייבסט די זעלבע, סאו פארוואס זאל זיך מיך דאכטן אז דו ביסטעס נישט? דו רופסטעך אויף דעם נאמען און דו שרייבסט די זעלבע זאכן דאס איז אלף בית...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קרעמער האט געשריבן:אלס איינער פון די געדונגענע [...] ארבייטער פון אייוועלט, וועל איך דערציילן סודות פון חדר, אז בחסדי השי"ת איז אונזער עולם גאנץ באקאנט מיט אונזערע תקנות, און דערפאר קומט זייער זעלטן אויס צו מעקן א תגובה אדער א חלק דערפון. דער עיקר ארבעט פון אחראים איז צוזאמצושטעלן ענליכע אשכולות, פארמעקן איבריגע תגובות [וואס מענטשן מאכן טעותים און מעקן אויס די גאנצע, איבערלאזנדיג א פינטל . וכדומה, אדער אמאל איז דא וואס די גאנצע תגובה קומט ארויף דריי פיר מאל נאכאנאנד און עס שטערט די ליינער], און איבערקוקן תגובות כדי צו זיין זיכער אז אלע תקנות ווערן אויסגעפאלגט און דאס פלאץ בלייבט איידל און מענטשליך.

ווען אן אלטגעזעסענער ניק מיט א גוטע רעפוטאציע שרייבט עפעס וואס דארף פארמעקט ווערן, וועט מען זיך געווענליך פארבינדן מיט יענעם אין אישית פון פאראויס ער זאל אליינס פארריכטן די תגובה, אדער אויב מען קען דאס נישט לאזן אזוי אין פובליק וועט מען דאס צוערשט אריינפירן אין אפעראציע צימער און שפעטער ארויסברענגן מיט די נויטיגע שינויים. דער שרייבער וועט געווענליך פארשטיין די סיבה פון די תיקונים, אויב נישט וועט מען אים מסביר זיין.

אויב איינער האט סיי וועלכע פראגע אדער טענה, איז מיין אישית קעסטל אייביג גרייט צו ענטפערן אדער צו דירעקטירן יענעם צום ריכטיגן קאנטאקט מענטש אין די הנהלה וואס וועט קענען געבן דעם גוטן אנטווארט.

בברכת א פרייליכן פורים.

איך קען נישט מער ווי עגריען מיט אלעס וואס קאלעגע קרעמער שרייבט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ס'איז לעבעדיג דא! כ'האף באלד גייט איינער שרייען "קאלער וואר"
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

און באלד וועט נאך איינער קומען זאגן אז איך זוך עפעס אונטערצורייסן איינעם אדער חלילה זאגן קריטיק. וויל איך קלארשטעלן מיינע ווערטער. איך האב באזוכט יענע זייטל און געזען געוויסע שרייבערס וואס שרייבן דארט וואס איך וואלט נישט געגלייבט אז זיי זאלן דארט שרייבן סיי אלס די ריינקייט פון יענע פלאץ און סיי אלס די תוכן. איך האב דאס געקענט אפטייטשן צוויי וועגן, אדער האב איך זיך גע'נער'ט און זיי זענען נישט דאס וואס איך האב געמיינט זיי זענען. אדער איז די סיבה ווייל די אידן זענען אזוי אנגעווייטאגט אויף די היינטיגע סיסטעם דא ביי אונז אז זיי פארקוקן אויף די קלייניגקייטן און זיי ווארטן אז דארט זאל זיך אויסארבעטן און שוין.
אויב איז מיין צווייטע טעאריע אמת האב איך געקלערט פון די עצה וואס איך האב דא פארגעשטעלט אז ס'זאל א מענטש וואס דער עולם זאל קענען אנפרעגן אויב עפעס באדערט אדער ער שפירט אז מ'האט זיך אויפגעפירט מיט אומרעכט צו אים. און דאס וועט פארשפארן פאר די מנהלים די קאפ וויי פון דארפן זיין פארנומען מיט די מינדערוויכטיגע זאכן און זיי וועלן זיך קענען קאנצעטרירן וויאזוי נאך בעסער צו מאכן דאס פלאץ פאר אונז. למעשה שטעלט זיך ארויס אז דער עולם איז זייער צופרידן מיט די יעצטיגע סיסטעם און דער עולם האלט נישט אז ס'פעלט עפעס. אויב אזוי צי איך צוריק.
 
אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על דא ועל הא »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
על דא ועל הא האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:על דא טייערער, איך קען נישט מסביר זיין פאר א יוד וואס געפינט זיך דאס פלאץ אויף יענעם סייט פארוואס מ'האט געדארפט מעקן געוויסע תגובות... די בעסטע וואס איך קען דיר זאגן איז אז ווען נישט מ'מעקט די אלע תגובות וואלטן די זאכן געשטאנען אויף אונזער סייט, אצינד איז עס אין קאווע שטיבל...

אנשטאט מיר ענפערן כדבעי אויפן באשולדיגונג פון גריבלען אין מיין אידענטיטעט, אטאקירסטו מיר פערזענליך. זייער שיין. מהיכי תיתי אז איך בין דארט?

איי געס אז דו ליינסט שווער...

איך האב געשריבן אז ס'אינטערעסירט מיך נישט ווער דו ביסט און ווער דער בלאגגער איז, ס"ה האט מיר איינער געשיקט א לינק און ער שרייבט אז דו שרייבסט די זעלבע טאפיק וואס אינער מיט די זעלבע ניק נעים שרייבט אויף א בלאג.

פון וואו איך ווייס איז דו ליינסט? איך ווייס נישט, איך האב געשריבן "איי געס" אז דו ליינסט ווייל דו האסט געוויסט פון יענעם בלאג און דו שרייבסט די זעלבע זאכן ווי יענער...

אגב, די תגובה וואס דו קוואוט'סט איז א ענטפער אויף גאר א צווייטע פראגע, און ס'איז א דיירעקטע ענטפער נישט קיין אטאקע.

סאו, איינער שיקט דיר א לינק צו א בלאג און זאגט אז איינער מיטן זעלבן ניק נעים שרייבט אנליכער זאכן אויף אייוועלט, און אזוי בין איך געקרויננט געווארן אלץ שרייבער פון יענעם בלאג עד כדי כך אז די זאגסט שוין אזוי מהיכי-תיתי-דיג פאר געלעגער "קוק נאר אויף זיין בלאג, עסטע אלעס פארשטיין". נאט נייס.
(יא, איך ליין יענעם בלאג אין איך האב געפאוסט די זאכן דא מיט זיין רשות.)
עס איז נישט קיין דירעקטע ענטפער, ווייל די האסט נישט קיין שום ראיה אז איך בין אויף קאווע שטיבל. עס איז אן אומדירעקטע אטאקע ("ביסט דאך אודאי א שומציאן ווייל די ביסט דאך אויף קאווע שטיבל, נו ווי קען איך דיר גיין מסביר זיין דאס הייליקייט פונעם צענזור דא?" )
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”