ב שולם האט געשריבן:צייט שטיפער האט געשריבן:וואס זאגט איר צו דעם קאנספעראציע?
נאכדעם וואס איינער ווערט צו היציג, נעמט מען אים אויף פאר אן אחראי, און יענער ווערט איינגעשטילט...
קוקט נאר ווי ר' איינס האט געטוישט זייטן
געטראכט די זעלבע,
זענען די מנהלים יא קלוג...
קיינמאל קיין אחראי נישט געווארן (ווען זיי נעמען מיר וואלט איך די ערשטע זאך געטוישט די תקנות, נאך א מזל זיי נעמען מיר נישט אדער ווי ב שלום אדער שולם האט געשריבן זענען די מנהלים יא קלוג...)
איך האב נישט קיין שום אגענדע קעגן די מושג פון צענזור
מיין אזוי גערופענע מערכה איז ווען סמאכט נישט קיין סענס
ווי למשל מעקן דא אינעם אשכול, ווואס איז אפלאץ דיקא צו האבן טענות, סא וואס מעקסטו מיר מיינע טענות?
וכדו׳ (יוש איך בעט ענק צינד מיר נישט אן יעצט, איך האב מיר שוין צו ביליג געמאכט לעצטע מאל...)
לגבי זיין אשכול וכן לענין כל הצנזור בענין אמונה והשקפה: ווען מפרעגט ווען מיר וואלט איך אן קיין שום צד של ספק אריבער געלאזט
מיין אמונה און מיין השקפה איז ב״ה פיין געבויעט און איך דערשרעק מיר זייער ווייניג פון די און יענע שאלה אדער חויזעק
אבער דא פארשטיי איך יא אז די פלאץ איז נישט געשטעלט פאר דעם (און נישט נאר דא נאר עני פארום, עניני אמונה והשקפה איז נישט געמאכט צו געבן א שמועס איין צוויי סאיז א א לאנגע אריכות און סגייט נישט בקיצור (וכן פסק להלכה די רמב״ם און יסודי התורה און להשקפה און מורה). יעיד החוש פון די וואס האבן יא געטרייט ווי מוראדיג זיי זענען אנגעקומען)
מכל שכן אז סאיז געווען געשריבן מיט א געוויסע אנגעוויטאגטקייט און כעס
ווען מלאזט ווען די אשכול וואלט איך בארוהיגט רבי בארוהיגט און גענומען די פוינט צום ריכטיגן פלאץ
אבער נאכמאל אויב איז די פלאץ נישט געשטעלט פאר דעם איז נישטא וואס צו האבן טענות.
(און יעצט פרעג מאי שנא מיינע אלע טענות וואס איך האב געהאט...
איך בעט דיר א טובה שלעפ מיר נישט אהין,
ערשטנס ווייל איך האב שוין נישט קיין כח צו דעם,
צווייטנס סגייט נישט העלפן,
דריטנס ווען מוועט מיר לאזן אויסשמועסן דריי תגובות אויף מיין צד אן מעקן קיין איינס פון זיי וועט מען קענען רעדן)
אפפעולי אז עפעס גייט נישט געשעהן יעצט מיט מיין תגובה... (די שייגעץ דו מיזט אייביג.. שוין...)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!