ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך monroe10950 »

מארק זעל, דער ארץ ישראל'דיגער פארשטייער פון די 'רעפובליקאנער איבערן ים' גרופע, טרעפט זיך מיט ר' מאיר טורנהיים
(די פנימער זענען פארמעקט דורך מיין פילטער)
קרעדיט בילד: בחדרי חרדים
Capture.PNG
Capture.PNG (519.61 KiB) געזען 1846 מאל
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך כתמר יפרח »

חנן בן עכבור האט געשריבן:יעצט ערענסט גערעדט, אויסצוקלארן (אויב איינער איז נייגעריג..) וואס דא איז פארגעגאנגען, מ'זעמיר געזיצן אין אפיס מיט א קאלעגע ".

הייסט, קווערטי איז די קאלעגע דיינע?
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך א צווייטער »

גיב א שמייכל האט געשריבן:
חנן בן עכבור האט געשריבן:

ניק פון יאר תשפ"א ;l;p-

קוקסט טויס ווי די ןןעלכע האבן געזאגט אויף געוויסע מאורעות אנפאנג שנת תש"פ נאך בעפאר קאראנא אז יענץ וועט זיין די געשעעניש פון יאר, מ'האלט מיר נאך חודש חשון,
אפשר קענסטו זאגן ניק פון פרשת נח תשפ"א.....
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך monroe10950 »

חנן בן עכבור
ווען 'די צייטונג' איז געווען אין די אינטערנאציאנאלע מידיא וועגן זייער בילד סומאטאכע, איז 'הירשל ציג' א בלאגער דא אויף אייוועלט און אויף אנדערע פלעצער, געווען זייער צובראכן, ווייל ער איז געווען דער וואס האט ארויפגעלייגט דעם בילד אויף זיין בלאג.
הירשל האט אנגערופן ר' אברהם פרי''מ פון 'די צייטונג', אים איבערבעטן אויף דעם אנגעווערטשאפט.
האט אים ר' אברהם פרי''מ געענטפערט אז אדרבה, דאס האט אים געברענגט א געוואלד מיט פובליסיטי....

דאס זעלבע דא, דו האסט געמאכט אזויפיל נייעס פאר דרעזנער שמעלצער....
ווייסט דאך וואס מען זאגט, 'רעד פון מיר, נישט קיין חילוק וואס, אבער רעד פון מיר'!
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך eller »

חנן בן עכבור האט געשריבן:יעצט ערענסט גערעדט, אויסצוקלארן (אויב איינער איז נייגעריג..) וואס דא איז פארגעגאנגען, מ'זעמיר געזיצן אין אפיס מיט א קאלעגע און געסקראלט אביסל אייוועלט און געזען וואזוי ס'איז דא א עולם וואס קוקט אויס אנגעהיצט און גייט אויס צו וויסן וואס הרב טורנהיים האט פארצוזאגן איבער די וואלן, ס'האט אונז באמת געמאכט שמייכלען וויאזוי כמה וכמה בייסן זיך ממש די נעגל פון נערוועזיקייט געוואר צו ווערן אויב לנו הוא או לצרינו, האבנדיג פונקט א חומש'ל אויפן טיש האבן מיר עס געפענט און געטראכט אז מ'גיי מיר אויך ווערן א פארזאגער ווער ס'גייט געווינען, און עס פאוסטן אויף אייוועלט פשוט דער עולם זאל א שמייכל געבן און גיין ווייטער, מ'האמיר נישט געקאלט קיינעם נישט דעם נעפיו און נישט דעם פעטער, מ'האמיר נישט געמיינט קיינעם צו טשעפענען אדער וויי טון ח"ו, נאר מער ווייניגער ווי א אפריל 1 וויץ, אדער ווי הרב שמעלצער וואלט געזאגט, א קאלאווער אינם טורנהיים באבל…

אריינקוקנדיג אינם חומש האבן מיר בכלל נישט בעפארצוגט איין קאנדידאט איבערן צווייטן, נאר פשוט געטראכט אז וועלעכער קאנדידאט ס'וועט שנעלער אריינפאסן אין פסוק מיט יענעם גייען מיר, (פרעזענליך האב איך שוין אפגעוואוט אויף עבסענטי פאר טראמפ נישט ווייל מיר גלייכן אים אדער זיינע פאליסיס, נאר בלויז פאר איין סיבה פון הכרת הטוב פאר אחב"י אין די תפיסות וועם ער האט גרינגער געמאכט אדער גאר אינגאנצן ארויסגענומען)

למעשה איז די אויג גלייך געפאלן אויף דעם פסוק וואס מיר האבן אנגעפאנגן דעם אשכול און מ'האמיר דארט גלייך געטראפן דעם נאמען ביידן און העריס, און די איבעריגע ווערטער אין פסוק האמיר אויך אריינגעשטופט אז מער ווייניגער האט אונז די פסוק געשטימט

מכתחילה האב איך פארגעגעשריבן אז איך האב באקומען פון הרב טורנהיים די פונקטליכע נומערן פונם פרייטאג צו נאכטס מעגא מיליאנ'ס און געפלאנט ארויסצולייגן די נומערן וואס הרב טורנהיים זאגט פאר אז ווער ס'גלייבט זאל עס לויפן קויפן (און ווארטן פאר נייגער ביז מוצ"ש צו קענען טשעקן…) למעשה מורא האבנדיג אז מענטשן וועלן טאקע גיין קויפן די טיקעטס און נישט וועלנדיג שאדן מאכן פאר קיינעם האבן מיר עס נישט ארויפגעלייגט.

צוריקומענדיג שפעטער נאכמיטאג און זענדיג אז די בלעטער האבן אנגעהויבן צו וואקסן האבן מיר פיין געשמייכעלט ווי מאנכע האבן געשריבן אז דער בן עכבור לאכט א גוטס, שפעטער האב איך באמערקט אז די אשכול איז גאר געווארן פארשפארט און שפעטער צוריקגעפענט (מנהלים! איר זענט אונז נאך שילדיג א דין וחשבון וואס איז געווען די פארשפאראכטס, און אויב ס'דארף זיין פארשפארט פארוואס האט מען עס צוריק געפענט?...)

יעצט זע איך גאר דא אז הרב דרעזנער האט גאר ארויפגעברענגט דעם אשכול אויף קול מבשר און ס'באדערט אים די סוטעסמאכע וואס איז געווארן דא אנגעדרייט, אויב האט עס אים באמת געבאדערט אדער פאר א צווייטע מאל אויב איינער שרייבט עפעס דא און ס'באדערט אים זאל ער יענעם קאנטאקטען אין אישי, מיר וואלטן עס גלייך פארמעקט אדער געשריבן א הבהרה אז ס'איז סתם א וויץ".

כ'האף נאר אז דו כאפסט פארוואס ס'באדערט זיי (און פאר אסאך אידן)
למעשה איז שוין ווי זיי זאגן איז עס דאסמאל געווען געלונגען אז דו האסט געזאגט פארקערט ווי אים. אבער אויב דו וואלסט געשריבן דאס וואס ער האט געזאגט. האסטו געטון א גאר שטארקע עולה וואס וואלט געקענט האבן ווייט גרייכענדע אפעקטס. און פאקט יא די היימישע וועלט וואס הערט קול מבשר האט זיך איבערגעדרייט איבער טורענהיים.. דאס איז געווען א שטארקע רעדע די לעצטע פאר וואכן ביי גאר אסאך מענטשן און יא עס קומט זיך באמת פאר די צוויי דרעזנער שמעלצער אז זיי זאלן ברעכן די נייעס. דעריבער אויב וואלסטו צו סוף יא געשריבן ווי ער. וואלטן זיי שוין קיינמאל נישט געקענט זאגן אז דו האסט גארנישט מיט זיי. דו וואלסט געקראכט זייער באבעל. און זייערע רעיטס וואלט געפאלן אזוי שטארק ווי טראמפ פאלט אין די פאולס.... און ווער ווייסט צו זיי וואלטן נאכאמאל געטון אזא זאך זיי וואלטן זיך איבערגעטראכט 10 מאל פאר זיי ברענגען א זאך וואס אנדערע מענטשן קענען זיי אויסכאפן.
דארפסט דאנקן די באשעפער אז די זשאוק איז צום סוף געלונגען..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך געמבלער »

יעצט אויסגעהערט דעם יש ויש
קודם כל , רב שמעלצער במחילת כבודו יעדער ווייסט גאנץ פיין פון ווי אלע שאלות פאר די אינטערוויוס אינעם היכל הנגינה קומט, און בכלל קוקסטו אויס פיין באהאוונט אין אונזער וועלטל. אראפרייסן אזאלכע וואס דרייען זיך דא האט באלד אזא פנים ווי ווען דו ליינסט אויף א מעסעדזש פון א צוהערער וואס הערט נישט אויס קול מבשר בשיטה חוץ מיינע שמועסן, וואס רייסטו אראפ דיין ארבעטסגעבער?
וויפיל מאל עטס זאגטס אז עס איז נאר א געים זיך צו לופטערן האב איך מורא אז קיינער האט עס נישט גענומען אזוי פערזענליך ווי ענק, ווי קומט אריין א*** מכה רעהו בסתר פאר איינער וואס ס"ה שיסט ארויף דיינע רעיטינגס? גם ברוך יהיה, ברוך הוא ומבורך.
איך האף שטארק אז אונז האבן נישט קיין פרעזידענט וואס באזירט זיינע סטעיטמענטס אויף סיי וואס פאר א מיסטישע פאראויסזעונג...
אויב האט איר שוין געוויסט איבער דעם 12pm דאטום וואלט סיי וואס פאר א מבין אין טיזערס געוויסט צו אנדרייען א שטיקל פריוויו צום גרויסן באמבע צוועלעווע. פארדעם נעם איך אן אז די שמועס איז ארויף צוליבן ארויפלייגן די נומבער דא.(געווען א טעות מצידי, פליז פליז זאל קיינער נישט קאלן צודרייט מאכן וועגן דעם, I know how it feels #טמנ)
אחרי ככלות הכל, האמיר געהאט א פיינע ריעליטי שאו על טהרת הקודש, א ישר כח פאר אלע וואס האבן געהאלפן שפינען די דראמא, דרעזנער , שמעלצער , חנון, טורנהיים סיניער & דזשוניאר, מארק צל-זעל, שלמה ריזל, זלמן ווידער און קווערטי. ישלם ה' פעלם און דאס איז דעפיניטלי פון די צען הויפט אייוועלט געשעענישן פון פ"א
לוקינ"ג פורווער"ד אי"ן פא"ר מא"ר יער"ס
לעצט פארראכטן דורך געמבלער אום פרייטאג אקטאבער 23, 2020 2:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קווערטי
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 28, 2010 1:10 pm

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך קווערטי »

חנן האט זיך געבראכן פאר טעראר!!!!

ס׳איז א גרויסע ווייטאג און א בראך פאר גאנץ אייוועלט און פאר די קהלה בפרט אז אינזער טייערע חנן האט זיך נישט געקענט האלטן אינטער די שווערע דרוק וואס איז געלייגט געווארן אויף איהם דורך אומצאליגע ניקים אז ער זאל צוריקציען! די טראמפסטערס און די ליצנים האבן געזיגט! די אמת און צדק האט פארלוירן!

אבער נישט פאר לאנג מורי ורבותי, סוף האמת לנצח! ווי די בוימל אויף די אויל, און בשמים ביקסל אויפן שפיז, ווי די זין שטראלן אויפן פאנצער גייט נאך דער אמת ארויפשווימען און די שקרנים וועלן פלאצן!

חנן זאלסטו נאר וויסן אז מיר שטייען אינטער דיר און דו האסט אינזער שטיצע עד שיעבור זעם!

קיינער האט אייך נישט געפרעגט ניקים לשמותיכם ולמינכם, מיר האבן א וועגווייזער און ער וועט אינז פינקטליך זאגן וויאזוי עס שטייט אין די אותיות און לויט דעם וועלן מיר האנדלן ווייטער. עטס קענטס איינטיילן אייערע משפחה און פריינט וואס צי טוהן. נישט אינז! חנן שטאפ צי די אויערן און לאך דיר אויס פון די העיטערס!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך שטארק זיך »

הא הא הא.... כהאמיך געוואונדערט וויאזוי מען שפינט דא ווייטער... כ׳מיין ס׳שאד ס׳זאל זיך ענדיגן אזוי שנעל...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: Re:

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:2 - דער סדר פון שני שלישי וכו' איז בכלל נישט יסודותו בהררי קודש כידוע. דעריבער צו גיין בויען אויף די קריאה פון שלישי איז א חוכא וטלולא.

דער גאנצע אשכול איז למעלה (אדער גאר למטה) מהשגתי [חוץ דער יחוס פון הרב טורנהיים]
אבער דער חלוקה פון שני שלישי איז יא יסודתו בהררי קודש דער תקון יששכר ברענגט עס שוין בשם הגאונים [פאר דער וואס ווייסט נישט איז דער תקון יששכר געוועהן א תלמיד פון דער רלב"ח און ווערט געברענגט איו דער פוסקים לרוב ובתוכם המג"א וכמה ממנהגינו הם ע"פ] און אזוי אויך ווערט עס געברענגט [מיט קליינע שינוים] אין נוהג כצאן יוסף

דער עיקר משיג אויף דעם איז דער בעל מאורי אור (ער האט לכאורה נישט געזעהן דער תקון יששכר מסתמא באציהט ער זיך צו א אנדערע ספר [שכחתי שמו כרגע] שנדפס בסוף שנות הת') אבער עס איז בעסער צו בלייבן מיט דער 'טעותים' פון דער פריעדיגע ווי דער תיקונים פון דער בעל מאורי אור ודי (ולפלא אז ער ווערט אפט געברענגט דורך'ן מנח"א)


און דער קאמארנער (שלחן הטהור סי' קלח) נעמט עס אויך פונעם מאורי אור? און דער גר"א (מעשה רב סי' קלב) אויך? און ר' אהרן קארלינער? און דער אדר"ת?

עס איז דא א גרויסע חילוק צווישען נישט מקפיד זיין אויפ'ן סדר כדוגמת הגר"א און אוועק מאכ'ן דער גאנצע זאך (וואס זאגט מען פון ר' אהרן קארלינער ?)
אמת, אבער דער קאמארנער מאכט עס אויך שארף אוועק, און דער אדר"ת, און נאך.
ר' אהרן קארלינער האט גענוצט זיין אייגענע סדר. קובץ בית אהרן וישראל יז עמ' קל.


גראדע שטאמט די גאנצע ודי אויפן מאורי אור פונעם אוצר ישראל, וואס איז אליינס א גרויסער ודי. אז מ'זעט אז דער מנחת אלעזר איז אים אזוי מחשיב, אפשר איז דאס א ריעותא אויפן גרויסארטיגן ודי? (בד"וו קענסטו אויך פרעגן אויף זיין זיידע וואס ברענגט אים אויך אין אגרא דכלה פרשת בחוקותי, און אויף זיין טאטע וואס ברענגט אים אין דרכי תשובה סי' פב, און אויף נאך אסאך גדולי ישראל)

מען דארף נישט צוקומען צו דער אוצר ישראל און מאורי אור אליינס שטייט כמה דברים וואס פאסט נישט פאר איינער וואס איז נישט לקוי בהשכלה, דאס וואס ער איז געוועהן א תלמיד פון דער שאג"א מיינט ליידער גאר ווייניג
אהא, כ'האב פשוט נישט געוויסט אז איר זענט א גרעסערער מבין אין די זאכן ווי דער מנחת אלעזר, דרכי תשובה, בני יששכר, און אנדערע גדולים. אלע באוויסטע קנאישע לוחמים מיט פיינע חוש הריח.
מילא ווען איר פארלאזט זיך ווען אויף מעשיות וואס די גדולים האבן אפשר נישט געוויסט, אבער יענע בלבולים שטאמען פון אוצר ישראל.

און וואס איז מיט די תקון יששכר? ער שרייבט נישט אז ער ווייסט אז די חלוקה קומט פון די גאונים, נאר אז ער האט געזען אין א אלטע קונטרס וואו ס'שטייט אז די חלוקה קומט פון די גאונים. אט דא דארף מען שטעלן דעם ודי.

איך פארשטיי נישט
עס איז דא א חלוקה וואס איז נתקבל געווארען בתפוצת ישראל, און א אהנגענומנע אחרון ברענט אז עס שטאמט פון דער גאונים, פארוואס זאל מען דאס נישט מקבל זיין (ובד"א האט איינער שוין דורך געטוהן דער אנדערע חלוקות ? איז עס ענליך צו אונזערע (דאס וואלט מחזקגעוועהן דער תקון יששכר) אדער אינגאנצען אנדערש ?)
ווייל ס'איז נישט נתקבל געווארן בתפוצת ישראל (למשל די תימנים, אין תוניס, און אין בבל גאר!)
ווייל אפילו וואו ס'איז פארשפרייט געווארן, איז זייער קלאר אז ס'איז געקומען נאר די לעצטע דריי הונדערט יאר דורכן דרוק. די חלוקות אין די כתבי ידות זענען אינגאנצן אנדערש איינע פון די אנדערע. פארוואס זאל מען זיך נארן?
ווייל די ראשונים שרייבן ארויס נישט אזוי
ווייל ס'האט נישט קיין איין מקור גענוג נאנט צו די גאונים
ווייל דער איינציגסטער אחרון וואס שרייבט יא אזוי האט נישט געזען די ראשונים און ער ברענגט עס נאר נאך פון עפעס א אלטע קונטרס וואס קיינער ווייסט נישט ווער ס'האט עס געשריבן און פון וואו ער ווייסט דאס
ווייל אסאך גדולי ישראל שרייבן קעגן די חלוקה
און אזוי ווייטער. שוין באלד גרינגער צו גלייבן אז קארטאפל קוגל איז הלכה למשה מסיני....


דרעזנער און שמעלצער זאגן אז עס קומט פון גוים (וועלוועל זאגט גאר אז ער האט עס דורך געטוהן !) עס איז מיר אינטערסאנט אויב ער האט געטראפען ערגעץ ווי עס שטייט אזוי אפי' בטעות אדער ער מישט מיט דער קאפיטלעך (אפי' אויף דעם זאגט דער מלבי"ם א פשט בתחילת ספר דברים והוא לפלא)

[דיסקלעימער, און דער טורנהיים נושא פארשטיי איך נישט, אבער אויב עס געבט חיזוק פאר יודען וואס שלאפען נישט ביי נאכט ווייל אפשר וויל דער אייבישטיר אז דער אנדערע זאל געווינען, פארוואס נישט]


כ'פארשטיי אויך נישט אין די נושא און ס'גייט מיר בכלל נישט אן. מיר שטערט ווען מענטשן כאפן זיך ארויף טפלים שבטפלים און מאכן פון דעם א תורה שלימה.
(איך מיין אויך אז זאגן אז ס'קומט פון די גוים איז א גרויסע טעות. ס'קומט פון עפעס א בעל קורא אדער א מקרי דרדקי אפאר הונדערט יאר צוריק, דאס אלעס)

אבער דער קאמארנער מאכט עס אויך שארף אוועק

ווי זעהט איהר אז דער קאמארנא שרייבט שארף ? שלחן הטהור קלח (ווען ער וויל האלט ער זיך נישט צוריק פון שרייבן שארף)
אהא, כ'האב פשוט נישט געוויסט אז איר זענט א גרעסערער מבין אין די זאכן ווי דער מנחת אלעזר, דרכי תשובה, בני יששכר, און אנדערע גדולים. אלע באוויסטע קנאישע לוחמים מיט פיינע חוש הריח.
מילא ווען איר פארלאזט זיך ווען אויף מעשיות וואס די גדולים האבן אפשר נישט געוויסט, אבער יענע בלבולים שטאמען פון אוצר ישראל.

אויף דעם דארף איך טאקע תשובה טוהן ברבים
איך האב געדענקט אז עס איז געוועהן א וויכוח בין י"ש שפיגל און רד"צ הילמןבענין זה און רד"צ הילמן האט אויסגעפירט, אבער יעצט זעה איך אז דער עיקר וויכוח איז בענין אוצר ישראל אין נישט איבער דער בעל מאורי אור ואתי תלין משוגתי און איך בעהט מחילה ברבים
ווייל ס'איז נישט נתקבל געווארן בתפוצת ישראל (למשל די תימנים, אין תוניס, און אין בבל גאר!)
ווייל אפילו וואו ס'איז פארשפרייט געווארן, איז זייער קלאר אז ס'איז געקומען נאר די לעצטע דריי הונדערט יאר דורכן דרוק. די חלוקות אין די כתבי ידות זענען אינגאנצן אנדערש איינע פון די אנדערע. פארוואס זאל מען זיך נארן?
ווייל די ראשונים שרייבן ארויס נישט אזוי
ווייל ס'האט נישט קיין איין מקור גענוג נאנט צו די גאונים
ווייל דער איינציגסטער אחרון וואס שרייבט יא אזוי האט נישט געזען די ראשונים און ער ברענגט עס נאר נאך פון עפעס א אלטע קונטרס וואס קיינער ווייסט נישט ווער ס'האט עס געשריבן און פון וואו ער ווייסט דאס
ווייל אסאך גדולי ישראל שרייבן קעגן די חלוקה
און אזוי ווייטער. שוין באלד גרינגער צו גלייבן אז קארטאפל קוגל איז הלכה למשה מסיני....

פונקטליך וואס מיינט נתפשט אדער נתקבל וועל איך איבערלאזען פאר דער וואס האבען מער צייט ווי מיר
פונקטליך ווי פארלעסליך דער מסורה וואס דער תקון יששכר ברענגט, און צו עס איז שווער אויף איהם פון דער ראשונים, וועל איך איבער לאזען פאר דער וואס פארשטיין בעסער ווי מיר
אבער מיין עיקר נקודה איז אז איינער האט געשריבען אז עס איז נישט יסודתו בהררי קודש וכן מורגל בפי העולם, וכמדומה לי אז אויב צוויי אחרונים (דער תקון יששכר און דער נוהג כצאן יוסף) נעמען עס אהן און עס איז נתפשט בין רוב שלומי אמוני ישראל הייסט עס יא יסודתו בהררי קודש [וכמדומה לי אז כמה אחרונים האב'ן געמיינט אז עס קומט נאר פון דער מדפיס, און אפשר וואלטען זיי אנדערש געשריבן ווען זיי ווייסען דער מקור]
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך האלצשטיין »

איך וויל זאגן א גרויסן יישר כח פאר יצחק שלמה דרעזנער און וועלוול שמעלצער פאר'ן מיטטיילן מיט די טויזענטערק צוהערער די סיבה פארוואס ס'האט גענומען לענגערווי ערווארטעט צו ארויפלייגן די טורנהיים שמועס, ס'איז באמת א שיינע זאך פון ענק.

און אייך ר' יצחק שלמה וויל איך וואונטשן אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז די חתונה פון דיין טאכטער וואס גייט בעז"ה פארקומען דינסטאג לסדר ביום שלישי דאנאלד טראמפ ינצח, זאל פארקומען בשעה טובה ומצלחת אן קיין שום שטערונגען פון די קאראנא סומאטוכע און אלעס זאל גיין כשורה.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך פארווייטאגט »

חנן בן עכבור האט געשריבן:
מכתחילה האב איך פארגעגעשריבן אז איך האב באקומען פון הרב טורנהיים די פונקטליכע נומערן פונם פרייטאג צו נאכטס מעגא מיליאנ'ס און געפלאנט ארויסצולייגן די נומערן וואס הרב טורנהיים זאגט פאר אז ווער ס'גלייבט זאל עס לויפן קויפן (און ווארטן פאר נייגער ביז מוצ"ש צו קענען טשעקן…)

:roll: :roll: :roll:
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך בשבילי נברא »

אויב איך מעג אויך אביסל ארויסגעבן סודות פון חדר!

דער חנן בן עכבור האט זיך בכלל נישט געדארפט דורכרעדן און אנרופן דעם הרב טורנהיים ביז קיין ארץ ישראל, און מיט דעם אלעם האט ער בכלל נישט פארפירט קיינעם, און נישט עובר געווען אויף מדבר שקר תרחק, ווייל... הערט און שטוינט...

איך ווייס מידיעה ברורה, קלאר ווי דער טאג (ווארטס צו א מינוט! איך וועל שוין אנגעבן דעם פונקטליכן מקור) אז אונזער "חנן בן עכבור" וואס פארשלייערט זיך דא אונטער אזא אומשולדיגן אנאנימער ניק פרובירנדיג צו באהאלטן זיין אמת'דיגן אידענטיטעט, הייסט גאר אין ריעל לייף מיטן משפחה נאמען:

טורנהיים!!!

פרעג מיך נישט וועלכער טורנהיים, ווייל איך גיי אייך קיינמאל נישט פארציילן אדער ארויסגעבן, איך קען עס נישט טוהן צו אן אומשולדיגן ניק אויף אייוועלט, פיריאד!
אזויפיל קען איך איך יא קלאר באשטעטיגן, אז ס'איז נישט פון די טורנהיים משפחה פון מעקסיקא סיטי, אויך נישט די באקאנטע פון מצודה, און אוודאי נישט דער פון טעמפא, פלארידא.

(ביטע מיך נישט פארשטיינערן אז אך בין א מכה רעהו בסתר, ווייל איך טוה עס נאר לתועלת, כדי אראפצונעמען דעם אלוועלטליכן אויפברויז אויף דעם ניק, און איך האף ער וועט מיר דאס איינע מאל פארגעבן..)

איי פון ווי ווייס איך דאס?
הערט און שטוינט וויאזוי איך בין בסייעתא דשמיא אנגעקומען צו די געהיימניספולע אינפארמאציע:

חבקוק האט געשריבן:
איך האב א שכן וואס קען איינער, וואס ווייסט פון דער וואס האט עס געהערט פון די בעל המעשה, אז זיין נעפיו האט אים דערציילט, אז ער האט געהערט פון איינעם און ער געדענקט נישט פון וועם, אז יענעמ'ס טאטע האט עס קלאר געטראכט הויך אין די קאווע שטובל בשעת'ן אראפבייסן א חתיכה פון די נייע סארט קאצקע צוקער .

ווער עס וויל גיין ווייטער און שרייען פארקערט איז מכובד.
---
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך בעריש'ל »

טורנהיים איז שוין אמאל מיאוס דורכגעפאלען?

לאמיר מאכן א סימפל גוגל סערטש.

0EE439BF-1017-4D6E-9808-EE94AC6780E1.jpeg
0EE439BF-1017-4D6E-9808-EE94AC6780E1.jpeg (27.48 KiB) געזען 1144 מאל


יעצט ווער האט דעמאלט געווינען?

AED434DA-A054-49A1-8B90-6A01C4683407.jpeg
AED434DA-A054-49A1-8B90-6A01C4683407.jpeg (42.46 KiB) געזען 948 מאל
לעצט פארראכטן דורך בעריש'ל אום פרייטאג אקטאבער 23, 2020 5:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך לכאורה »

חנן בן עכבור האט געשריבן:
צוריקומענדיג שפעטער נאכמיטאג און זענדיג אז די בלעטער האבן אנגעהויבן צו וואקסן האבן מיר פיין געשמייכעלט ווי מאנכע האבן געשריבן אז דער בן עכבור לאכט א גוטס, שפעטער האב איך באמערקט אז די אשכול איז גאר געווארן פארשפארט און שפעטער צוריקגעפענט (מנהלים! איר זענט אונז נאך שילדיג א דין וחשבון וואס איז געווען די פארשפאראכטס, און אויב ס'דארף זיין פארשפארט פארוואס האט מען עס צוריק געפענט?...)

איך קען נישט רעדן אין נאמען פונעם אחראי וואס האט עס געמעקט, אבער איך האב פארשטאנען פון זעהן די דווח'ס אז מאנכע האבן גע'טענה'ט אז דיזע סארט גורלות מאכן א שפיל מיט פסוקי התורה און עס איז א זלזול צו לאזן
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך אור מופלא »

חנן בן עכבור האט געשריבן:יעצט ערענסט גערעדט, אויסצוקלארן (אויב איינער איז נייגעריג..) וואס דא איז פארגעגאנגען, מ'זעמיר געזיצן אין אפיס מיט א קאלעגע און געסקראלט אביסל אייוועלט און געזען וואזוי ס'איז דא א עולם וואס קוקט אויס אנגעהיצט און גייט אויס צו וויסן וואס הרב טורנהיים האט פארצוזאגן איבער די וואלן, ס'האט אונז באמת געמאכט שמייכלען וויאזוי כמה וכמה בייסן זיך ממש די נעגל פון נערוועזיקייט געוואר צו ווערן אויב לנו הוא או לצרינו, האבנדיג פונקט א חומש'ל אויפן טיש האבן מיר עס געפענט און געטראכט אז מ'גיי מיר אויך ווערן א פארזאגער ווער ס'גייט געווינען, און עס פאוסטן אויף אייוועלט פשוט דער עולם זאל א שמייכל געבן און גיין ווייטער, מ'האמיר נישט געקאלט קיינעם נישט דעם נעפיו און נישט דעם פעטער, מ'האמיר נישט געמיינט קיינעם צו טשעפענען אדער וויי טון ח"ו, נאר מער ווייניגער ווי א אפריל 1 וויץ, אדער ווי הרב שמעלצער וואלט געזאגט, א קאלאווער אינם טורנהיים באבל…

אריינקוקנדיג אינם חומש האבן מיר בכלל נישט בעפארצוגט איין קאנדידאט איבערן צווייטן, נאר פשוט געטראכט אז וועלעכער קאנדידאט ס'וועט שנעלער אריינפאסן אין פסוק מיט יענעם גייען מיר, (פרעזענליך האב איך שוין אפגעוואוט אויף עבסענטי פאר טראמפ נישט ווייל מיר גלייכן אים אדער זיינע פאליסיס, נאר בלויז פאר איין סיבה פון הכרת הטוב פאר אחב"י אין די תפיסות וועם ער האט גרינגער געמאכט אדער גאר אינגאנצן ארויסגענומען)

למעשה איז די אויג גלייך געפאלן אויף דעם פסוק וואס מיר האבן אנגעפאנגן דעם אשכול און מ'האמיר דארט גלייך געטראפן דעם נאמען ביידן און העריס, און די איבעריגע ווערטער אין פסוק האמיר אויך אריינגעשטופט אז מער ווייניגער האט אונז די פסוק געשטימט

מכתחילה האב איך פארגעגעשריבן אז איך האב באקומען פון הרב טורנהיים די פונקטליכע נומערן פונם פרייטאג צו נאכטס מעגא מיליאנ'ס און געפלאנט ארויסצולייגן די נומערן וואס הרב טורנהיים זאגט פאר אז ווער ס'גלייבט זאל עס לויפן קויפן (און ווארטן פאר נייגער ביז מוצ"ש צו קענען טשעקן…) למעשה מורא האבנדיג אז מענטשן וועלן טאקע גיין קויפן די טיקעטס און נישט וועלנדיג שאדן מאכן פאר קיינעם האבן מיר עס נישט ארויפגעלייגט.

צוריקומענדיג שפעטער נאכמיטאג און זענדיג אז די בלעטער האבן אנגעהויבן צו וואקסן האבן מיר פיין געשמייכעלט ווי מאנכע האבן געשריבן אז דער בן עכבור לאכט א גוטס, שפעטער האב איך באמערקט אז די אשכול איז גאר געווארן פארשפארט און שפעטער צוריקגעפענט (מנהלים! איר זענט אונז נאך שילדיג א דין וחשבון וואס איז געווען די פארשפאראכטס, און אויב ס'דארף זיין פארשפארט פארוואס האט מען עס צוריק געפענט?...)

יעצט זע איך גאר דא אז הרב דרעזנער האט גאר ארויפגעברענגט דעם אשכול אויף קול מבשר און ס'באדערט אים די סוטעסמאכע וואס איז געווארן דא אנגעדרייט, אויב האט עס אים באמת געבאדערט אדער פאר א צווייטע מאל אויב איינער שרייבט עפעס דא און ס'באדערט אים זאל ער יענעם קאנטאקטען אין אישי, מיר וואלטן עס גלייך פארמעקט אדער געשריבן א הבהרה אז ס'איז סתם א וויץ".


כ'וויל נישט מוסר'ן ברבים, אבער זאל זיין קלאר אז שקר, און כל שכן אזא גראבע שקר, אין נאמען פון א איד, פאר טויזענטע מענטשן, איז אסור בתכלית. און ליגענט זאגן טאר מען נישט, פשוט ווייל ס'איז אן עבירה.
די גוטע נייעס פאר חנן איז, אז תשובה העלפט אלעמאל [נאכן איבערבעטן טורנהיים און די אנדערע]
אנכי עיף
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:44 am

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך אנכי עיף »

יעצט געליינט די אשכול איין וויכטיגע נקודה דארף מען מעורר זיין אז מען טאר נישט ליינען די אשכול און מקומות מטינפות
:lol: :lol:
לענ''ד דארף מען אריבער פירן די גאנצע אשכול און ידיעות התורה..
לעצט פארראכטן דורך אנכי עיף אום פרייטאג אקטאבער 23, 2020 4:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך שטארק זיך »

וועלעכע איסור?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

שמעו נא בנו עכבור.
לאז דיך נישט פון קיינעם דא. דו האסט אנגעדרייט א שטיקל וואס אייוועלט האט שוין יארן לאנג נישט געזעהן. מהאט זיך ממש געדאכט אז מען שטייט נאך אין די סמך'ס. דו האסט איבערגעדרייט אונזער גאנצע וועלטל, און אפילו די יהדות החרדית. איך קען שוין נישט ציילן וויפמאל איך האב באקומען דיין ארטיקל אויף טעקסט (אנע קרעדיט שטייצעך...) עס קומט זיך דיר א ריזיגן ישר כח דערפאר.

קול מבשר האט נישט קיין טרעידמארק און קאפירייט אויף קיינעם, און עס איז א פרייע וועלט. דו האסט משמח געווען טויזענטער אידן און דו האסט א גרויסע זכות. לדעתי, די אלע אנגעווייטאגטער זענען פשוט אנגעווייטאגט ווייל דו האסט זיי גענומען פאר א פיינעם רייד. זהו! לאדיך נישט פון זיי, און ווי געזאגט, ווילאנג קיינער איז נישט געקומען אין אישי ווייזט אז עס האט נישט עכט געבאדערט.

אבער אויף איין זאך האב איך שוין יא טענות. אויב שוין יא אזא געלונגענס, וואלסטו געמעגט ארויסלייגן די לאטערי נאמבערס אויך... לפחות שרייב אז א סגולה אז טראמפ זאל געווינען איז אז יעדער זאל מקבל שבת זיין א האלבע שעה פרי....

סוף דבר: קום אריין אפטער מיט נאך אזעלכע!
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
itsi
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:44 am

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך itsi »

יעצט ווייס איך שוין נישט וועלכע בן עכבור צו גלייבן...
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך moishy56 »

האלצשטיין האט געשריבן:און אייך ר' יצחק שלמה וויל איך וואונטשן אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז
די חתונה פון דיין טאכטער וואס גייט בעז"ה פארקומען דינסטאג לסדר ביום שלישי דאנאלד טראמפ ינצח,
זאל פארקומען בשעה טובה ומצלחת, אן קיין שום שטערונגען פון די קאראנא סומאטוכע, און אלעס זאל גיין כשורה.

;l;p-
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
ש. שרייבער
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2019 8:21 am

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך ש. שרייבער »

רב חנן ס'קומט דיר קרעדיט פארן קלאר ארויסברענגן פארוואס מקען זיך נישט פארלאזן אויף סאשעל מידיע
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך פרא-חסיד »

אויב זענען געווען מענטשן וואס האבן אמת׳דיג געגלייבט אז אז חנן איז נישט סארקאסטיש, ווייס איך נישט וואס צו זאגן.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re:

תגובה דורך אידישע מוח »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
סטיטשינער האט געשריבן:שמעו נא בנו עכבור.
לאז דיך נישט פון קיינעם דא. דו האסט אנגעדרייט א שטיקל וואס אייוועלט האט שוין יארן לאנג נישט געזעהן. מהאט זיך ממש געדאכט אז מען שטייט נאך אין די סמך'ס. דו האסט איבערגעדרייט אונזער גאנצע וועלטל, און אפילו די יהדות החרדית. איך קען שוין נישט ציילן וויפמאל איך האב באקומען דיין ארטיקל אויף טעקסט (אנע קרעדיט שטייצעך...) עס קומט זיך דיר א ריזיגן ישר כח דערפאר.

קול מבשר האט נישט קיין טרעידמארק און קאפירייט אויף קיינעם, און עס איז א פרייע וועלט. דו האסט משמח געווען טויזענטער אידן און דו האסט א גרויסע זכות. לדעתי, די אלע אנגעווייטאגטער זענען פשוט אנגעווייטאגט ווייל דו האסט זיי גענומען פאר א פיינעם רייד. זהו! לאדיך נישט פון זיי, און ווי געזאגט, ווילאנג קיינער איז נישט געקומען אין אישי ווייזט אז עס האט נישט עכט געבאדערט.

אבער אויף איין זאך האב איך שוין יא טענות. אויב שוין יא אזא געלונגענס, וואלסטו געמעגט ארויסלייגן די לאטערי נאמבערס אויך... לפחות שרייב אז א סגולה אז טראמפ זאל געווינען איז אז יעדער זאל מקבל שבת זיין א האלבע שעה פרי....

סוף דבר: קום אריין אפטער מיט נאך אזעלכע!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך פעיק ניוז »

אור מופלא האט געשריבן:
חנן בן עכבור האט געשריבן:יעצט ערענסט גערעדט, אויסצוקלארן (אויב איינער איז נייגעריג..) וואס דא איז פארגעגאנגען, מ'זעמיר געזיצן אין אפיס מיט א קאלעגע און געסקראלט אביסל אייוועלט און געזען וואזוי ס'איז דא א עולם וואס קוקט אויס אנגעהיצט און גייט אויס צו וויסן וואס הרב טורנהיים האט פארצוזאגן איבער די וואלן, ס'האט אונז באמת געמאכט שמייכלען וויאזוי כמה וכמה בייסן זיך ממש די נעגל פון נערוועזיקייט געוואר צו ווערן אויב לנו הוא או לצרינו, האבנדיג פונקט א חומש'ל אויפן טיש האבן מיר עס געפענט און געטראכט אז מ'גיי מיר אויך ווערן א פארזאגער ווער ס'גייט געווינען, און עס פאוסטן אויף אייוועלט פשוט דער עולם זאל א שמייכל געבן און גיין ווייטער, מ'האמיר נישט געקאלט קיינעם נישט דעם נעפיו און נישט דעם פעטער, מ'האמיר נישט געמיינט קיינעם צו טשעפענען אדער וויי טון ח"ו, נאר מער ווייניגער ווי א אפריל 1 וויץ, אדער ווי הרב שמעלצער וואלט געזאגט, א קאלאווער אינם טורנהיים באבל…

אריינקוקנדיג אינם חומש האבן מיר בכלל נישט בעפארצוגט איין קאנדידאט איבערן צווייטן, נאר פשוט געטראכט אז וועלעכער קאנדידאט ס'וועט שנעלער אריינפאסן אין פסוק מיט יענעם גייען מיר, (פרעזענליך האב איך שוין אפגעוואוט אויף עבסענטי פאר טראמפ נישט ווייל מיר גלייכן אים אדער זיינע פאליסיס, נאר בלויז פאר איין סיבה פון הכרת הטוב פאר אחב"י אין די תפיסות וועם ער האט גרינגער געמאכט אדער גאר אינגאנצן ארויסגענומען)

למעשה איז די אויג גלייך געפאלן אויף דעם פסוק וואס מיר האבן אנגעפאנגן דעם אשכול און מ'האמיר דארט גלייך געטראפן דעם נאמען ביידן און העריס, און די איבעריגע ווערטער אין פסוק האמיר אויך אריינגעשטופט אז מער ווייניגער האט אונז די פסוק געשטימט

מכתחילה האב איך פארגעגעשריבן אז איך האב באקומען פון הרב טורנהיים די פונקטליכע נומערן פונם פרייטאג צו נאכטס מעגא מיליאנ'ס און געפלאנט ארויסצולייגן די נומערן וואס הרב טורנהיים זאגט פאר אז ווער ס'גלייבט זאל עס לויפן קויפן (און ווארטן פאר נייגער ביז מוצ"ש צו קענען טשעקן…) למעשה מורא האבנדיג אז מענטשן וועלן טאקע גיין קויפן די טיקעטס און נישט וועלנדיג שאדן מאכן פאר קיינעם האבן מיר עס נישט ארויפגעלייגט.

צוריקומענדיג שפעטער נאכמיטאג און זענדיג אז די בלעטער האבן אנגעהויבן צו וואקסן האבן מיר פיין געשמייכעלט ווי מאנכע האבן געשריבן אז דער בן עכבור לאכט א גוטס, שפעטער האב איך באמערקט אז די אשכול איז גאר געווארן פארשפארט און שפעטער צוריקגעפענט (מנהלים! איר זענט אונז נאך שילדיג א דין וחשבון וואס איז געווען די פארשפאראכטס, און אויב ס'דארף זיין פארשפארט פארוואס האט מען עס צוריק געפענט?...)

יעצט זע איך גאר דא אז הרב דרעזנער האט גאר ארויפגעברענגט דעם אשכול אויף קול מבשר און ס'באדערט אים די סוטעסמאכע וואס איז געווארן דא אנגעדרייט, אויב האט עס אים באמת געבאדערט אדער פאר א צווייטע מאל אויב איינער שרייבט עפעס דא און ס'באדערט אים זאל ער יענעם קאנטאקטען אין אישי, מיר וואלטן עס גלייך פארמעקט אדער געשריבן א הבהרה אז ס'איז סתם א וויץ".


כ'וויל נישט מוסר'ן ברבים, אבער זאל זיין קלאר אז שקר, און כל שכן אזא גראבע שקר, אין נאמען פון א איד, פאר טויזענטע מענטשן, איז אסור בתכלית. און ליגענט זאגן טאר מען נישט, פשוט ווייל ס'איז אן עבירה.
די גוטע נייעס פאר חנן איז, אז תשובה העלפט אלעמאל [נאכן איבערבעטן טורנהיים און די אנדערע]

מקור אז דאס גייט אריין אין איסור שקר?


!חנן: דו האסט נישט געטון קיין שום עולה צו קיינעם, דו ביזסט קיינעם גארנישט שולדיג, עס איז געווען א גוטס און שוין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ברעיקינג: הרב טורנהיים זאגט פאר...

תגובה דורך האלצשטיין »

איך האלט אז דרעזנער און וועלוול ברענגען זיך געפערליך אראפ מיט'ן אוועקגעבן א גאנצע ליל שישי שמועס בלויז וועגן איינער האט געמאכט א גוטע וויץ אויף זייער חשבון

אזוי נישט באדערנדיג פאר זיי שניידן זיי אריין אין אים וואס ווייזט אז ס'האט זיי זייער שטארק געבאדערט. די גרעסטע ליצנות איז אז וועלוועל ווייסט ממש נישט וואס אייוועלט איז, אמת? ער פרעגט דרעזנער וויאזוי הייסט עס נאר זאגסטו? אידישע וועלט? דיין שכן א גוי האט דיר עס מסתמא געוויזן, דו האסט נישט קיין אההההנונג וואס אייוועלט איז..

וועלוול רייסט אראפ אייוועלט פאר די אידן וואס האבן נישט קיין צוטריט אז זיי פארפאסן גארנישט, דו האלסט טאקע אז ווייל דו זאגסט אז זיי פארפאסן גארנישט גייען זיי נישט יעצט שנעל אויסטשעקן אייוועלט? א צוהערער האט מיר שוין גערופן פרייטאג נאכמיטאג פרעגן ווער איז דער חנן בן עכבר? וואו קען מען עס זען?

וועלוול זאגט אז ער ליינט נישט אייוועלט ווייל ער וויל נישט ווערן באאיינפלוסט פון די פעיק ניוז.. איך גלייב אז ביידע פון זיי האבן וואטסעפפ וואס איז די מקור פון פעיק ניוז פארשפרייטונגען משא"כ אייוועלט ווערסטו כאטשיג געוואויר אז ס'איז געווען פעיק ניוז און אויף וואטסעפפ נישט.. קאם אן מען
לעצט פארראכטן דורך האלצשטיין אום זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:02 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע פארברענגן”