א מעשה לכבוד פורים

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

ביטע נישט ליינען די מעשה רעקארד (דא אויף אייוועלט) אין שבתים אדער ימים טובים:

אין די שטאט מ. נישט ווייט פון די באקאנטע הויפט וועג סעווענטין, וועלכעס האט געפירט פון בירמהענגעם צי שאגער לאויוו, האט געוואוינט א קינדער געבענטשע פאמיליע מיטען נאמען ע. זיי האבען געוואוינט אינמיטען שטאט הארט לעבען די מארק אויף בראדוועי ווי זייער טאטע האט געצויגען זיין חיונה פון א געוועלב אויף בראדוועי ווי מהאט פארקויפט מיליכיגע שפייז ווי פיצא -אזאלכע דרייעקיגע ברויט איינגעטינקען אין טאמעטע זאפט מיט ווייכע קעז וועלכע מפלעגט אין יענע יארען עסען-
אין פרענטש פרייס, אזאלכע לאנגע שמאלע באקס'יגע קארטאפעל געווייקט אין אויל, אין אזוי האבען זיי זיך מפרנס געווען ווען די איינוואוינער אין די שטאט פלעגען אריינקומען אין קויפען עפעס איבערבייס, ווי אויך פלעגט אריינקומען די שטעטעלישע גוים צימאל טועם זיין פון די אידישע מאכלים ובפרט פלעגט די שטאטישע ריכטער אין פאליציי הויפט (מהאט עס גערופען שעריף) ליב האבען זיך דרייען דארט אין צימאל באקומען א מתנת חינם פון ר' וועלוועל די געוועלב אייגענטימער ,


דארטען אין די שטעטעל מאנטאסעליש האבען געוואוינט א שיינע קהילה וואס האבען זיך געציילט בערך 250 משפחות , וועלכע האבען זיך באזעצט דארטען נאך די באקאנטע גירוש אין די שטאט ניו יורק ווי די ארטיגע פריצים האבען פארטריבען רוב אידישע איינוואוינער נאכדעם וואס זיי האבען נישט געקענט באצאלען די אומגעהויערע דירה שטייער וועלכעס זיי האבען ארויפגעלייגט אויף יעדע פרישע פארפאלק (אין יענע צייט איז געווען איינגעפירט ווען א פריץ האט געוואלט איינפירען א הוליאנקע א באל וועלכעס האט שנעל אויסגעטריקענט זיינע אוצרות זיך פלעגען זיי תמיד ארויפלייגען אויף זייערע אידישע בירגער אזא שטייער וועלכע זיי פלעגען רופען דירה שטייער, דהיינו פאר די רעכט צי וואוינען ביי זיי,

די אידען פון ניו יורק האבען געוואנדערט עטליכע יאר ביז זיי האבען ענדליך געטראפען די שטעטעל מאנטא-סעליש ווי זיי האבען זיך באזעצט אין ענדליך געטראפען א שטיקעל מקום מנוחה א דאך איבערען קאפ אין געהאפט אנציפאנגען דאס לעבען פון דאסניי,

מאנטאסעליש איז נישט געווען צי ווייט פון די קליינע שטאט אויבער-וואדרא וועלכע אידען האבען שוין געוואוינט דארט יארען פריער, אין איז געווען באקאנט מיט די גרויסע צדיק ר' לייב פון וואדרא וועלכע האט אנגעפירט א גרויסע ישיבה אין יענע געגענט ווי סהאט געשמ'ט אלס א שפרודילדיגע מקום תורה פון וואס בחורים פון די גאנצע לאנד פלעגען קומען צי פארען

צווישען די משפחות אין מ. האט געוואוינט א משפחה לאקס פון די באקאנטע לאקס משפחה וואס זייער יחוס איז געגאנגען ארויף ביז פראנקפוש "אים מיין"
זיי האבען זיך. באזעצט נישט ווייט פון משפחת ע. אראפ די גאס א שטילע געסעל, ממש ביי די עק פון שטעטל ווי קוים קארס זענען דורך געפארען איבערען טאג,
די משפחה איז באשטאנען פון 7 זון אין 3 טעכטער, די עלטסטע זון איז געגאנגען העלפען זיין טאטע טון מסחר ווי ער פלעגט פארקויפען סחורה אין וואד-בערען, סהאט געהייסען וואד נאך זייער גוטע העלצער וועלכע זענען דארט געווען אין בערען צוליב א משפחה פון בערען וועלכע פארשידענע לעגענדעס האבען זיך געדרייט פון מויל צי אויערען צווישען די ארטיגע פויערען,
אויך איז געווען אין די לאקס משפחה די צווייטע בחור נתן וואס האט מקיים געווען הוה גולה למקום תורה אין אפגעפארען לערנען קיין אויבער וואדרא , אין די איבריגע זון שמואל, חיים לייזער, הערשל אין די קליינער בערישעל
אין די צוויי טעכטער זענען געווען יענטע אין גאלדע,

די טאטע פלעגט נישט זיין אינדערהיים איבער די וואך, נאר זיך געדרייט איבער די וועגען אין געטרייט אהיים צי ברענגען ברויט אין שטוב, אין פלעגט אהיים קומען אויף שבתים אן אפגעמאטערטער אין שמועסען מיט זיינע קינדער דברי תורה אין זינגען זמירות אין פארגעסען פון די גאנצע ששת ימי מעשה דערביי,

קאפיטעל ב'
גאלדע קומט אהיים


אין א פארצייעטע מיטוואך איז די מאמע אריינגעפארען מיט דאס קליינע בערישעל צי א פליצלינגע באזוך ביים דאקטער אין גושן נאכדעם וואס א גאנצע נאכט איז בערישעל אויפגעווען מיט א שווערע הוס,
אין געלאזט א צעטיל אינדערהיים ווען די קליינע גאלדע וועט אהיים קומען זאל זי גיין צי משפחת ע. זיך אויפהאלטען ביז זי וועט אהיים קומען שפעטער אין דער אווענט,

גאלדע איז אהיים געקומען פון שולע אין זי זעט די געשריבענע צעטעל מיט אנווייזונגען פון איר מאמע, זי נעמט ציזאם אירע העפטען בוך אין וויל שוין גיין צי משפחת ע. אבער עס געט א בליץ אויף איר אינגע מח, איך וויל שוין האבען א לאנגע צייט גריז , די מאמע האט איר קיינמאל געלאזט אין זי פלעגט כסדר באלמטושען ווען קען זי שוין האבען די אזוי באליבטע מאכל , אין דא קען זי האבען א געלעגנהייט דאס צי באקומען, אבער וואס טוט מען אז אינדערהיים איז נישט דא קיין גריז? זי טראכט נישט קיין צוויי אין לויפט ארויס צום שכן וועלכע האט געוואוינט א קעגען איבער אין גייט בארגען אביסעל פון די גריז וועלכע זי וועט אויפקאכען די פיינע ווארעמע מאכל,
גאלדע לויפט אויף די שטיינער אויסגעפלאסטערטע וועג צווישען די גראז אין די שכןס חצר אין קלאפט אריין אבער קיינער עפענט נישט!

זי גייט אראפ מער די גאס ביים אנדערען שכן אין דאס זעלבע קיינער עפענט, ביז זי האט באשלאסען צי גיין ביים שכן וועלכע האט געוואוינט ממש ביים וועלדעל ביים עק שטעטעל,

קאפיטעל ג'
גאלדע אין וואלד

זי גייט צום שכן פ. הייזקע אינמיטען דערמאנט זי זיך פון די לעגענדע וועלכעס די איינוואוינער פארציילען שוין יארען פון א משפחה פון בערען וועלכע וואוינען אין וואלד אין א הייזקע , א בערען הייזקע.. יא א משפחה א טאטע בער א מאמע בער אין א בעבי בער,

גאלדע שטייט א מינוט לעבען די שטעגעל וועלכע פירט אריין אין וואלד הארט לעבען פ. הויז אין קווענקעלט זאל זי יא גיין זאל זי נישט גיין איר מאמע האט איר אנגעזאגט נישט צי גיין אליינס אין וואלד, די ווייטסטע וואס זי איז געגאנגען איז געווען מיט איר ברודערקע שמואלי אין לייזער, ביז די פראוואזארישע בריקעל וואס איז געווען העכער די וואסערעל וואס איז געלאפען אין יענע וואלד -ווי זי פלעגט זיך שפילען מיט אירע ברודער, אבער דא שטייט א 7 יעריגע מיידעלע אין פלאנט צי גיין.
זי האט אנגעפאנגען צי גיין מיט שטאטע טריט ביז די בריקעל אין געגעבען א טיפע אטעם אין אריבערגעשפרייזט דאס וואסערעל .. אין אט האלט זי ביים עק וועלדעל, ווען פאר איר אויגען דערזעט זי א ריזיגע פרייע פעלד מיט הויעך באוואקסענע גראז אין דא אין דארט וואקסען שיינע ווייסע אין געלע ווילדע בלומעלעך ווען די שטארקע זון פאנגט אן אפצישפיגלען דערויף,

זי האט ארויפגעלייגט די הענטעלע אויף די אויגען א מינוט זיך ציציגעוואוינען צי די שטארקע זון שטראלען אין פאנגט אן צי שטעלען טריט איבער די ריזיגע פרייע פעלד,

אט איז גאלדי אפגעגאנגען א מרחק אריין ווען זי זעט ביים עק פון פעלד א הויז, א קליינע הויז פון צוויי שטאק געבויט פון נאטירלכע האלץ מיט א שיפע דאך, די הויז איז געווען ארום גענומען מיט אזא שיינע האלצערנע צוים נישט צי הויעך ווען פון די צוים איז דא א וועג אריין צי די הייזעלע צווישען פארשידענע פלאנציגען ווי טאמאטען פאפריקע אין נאך, א קלארע באווייז אז מוואוינט דא..
גאלדיס הארץ קלאפט האסטיג, וואוינען דא טאקע בערען? איז אמת די אלע מעשיות? זי נעמט אן די דרייסט אין עפענט די טיר אין גייט אריין,

אט זעט גאלדעלע א אנגעצידענע אויווען אין וואנט מיט אנגעצינדענע העלצער וועלכע ווארעמט , אין לעבען דעם אזא שאקעלדיגע בענקעל אויף א שיינע דיקע טעפיך לעבען דעם א הילצערנע שאפע אנגעפילט מיט ביכער, אין צענטער פון די שטוב א שיין געדעקט טיש מיט.. גריז! נישט מער נישט ווייניגער , אין דריי בענקלעך

פארזעצונג קומט אי"ה
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום פרייטאג פעברואר 19, 2021 1:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ווווווואאאאאאאאףףףףףףף
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

:grin: :grin: :grin:

אין די סעריע פון 'ליכט שטראלן' - חלק 6.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

דוכטצעך אז א חלק פון די מעשה אישוין געווען באשריבן דא אויםן וועלטל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

וואף א מעשה שהי', דער וואוד און די בערן, א מין מעשה דאס. אבער פארוואס נישט פרינטן און לייענען שבתים אדער ימים טובים?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

סאכדעס האט געשריבן:וואף א מעשה שהי', דער וואוד און די בערן, א מין מעשה דאס. אבער פארוואס נישט פרינטן און לייענען שבתים אדער ימים טובים?

שמעתי אז די פ"ר האט געבעטן מ'זאל עס נישט ארויסגעבן פארן פאבליק ווייל ער וויל עס דערציילן פרייטאג צונאכטס ביים טיש
לינק?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קאפעלע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:וואף א מעשה שהי', דער וואוד און די בערן, א מין מעשה דאס. אבער פארוואס נישט פרינטן און לייענען שבתים אדער ימים טובים?

שמעתי אז די פ"ר האט געבעטן מ'זאל עס נישט ארויסגעבן פארן פאבליק ווייל ער וויל עס דערציילן פרייטאג צונאכטס ביים טיש

אבער וואו העטערדען פראווענען?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

סאכדעס האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:וואף א מעשה שהי', דער וואוד און די בערן, א מין מעשה דאס. אבער פארוואס נישט פרינטן און לייענען שבתים אדער ימים טובים?

שמעתי אז די פ"ר האט געבעטן מ'זאל עס נישט ארויסגעבן פארן פאבליק ווייל ער וויל עס דערציילן פרייטאג צונאכטס ביים טיש

אבער וואו העטערדען פראווענען?

וואס הייסט וואו? אין די גרויסע שאטער
לינק?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קאפעלע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:וואף א מעשה שהי', דער וואוד און די בערן, א מין מעשה דאס. אבער פארוואס נישט פרינטן און לייענען שבתים אדער ימים טובים?

שמעתי אז די פ"ר האט געבעטן מ'זאל עס נישט ארויסגעבן פארן פאבליק ווייל ער וויל עס דערציילן פרייטאג צונאכטס ביים טיש

אבער וואו העטערדען פראווענען?

וואס הייסט וואו? אין די גרויסע שאטער

די רשעים האבן דאס צענומען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

סאכדעס האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:וואף א מעשה שהי', דער וואוד און די בערן, א מין מעשה דאס. אבער פארוואס נישט פרינטן און לייענען שבתים אדער ימים טובים?

שמעתי אז די פ"ר האט געבעטן מ'זאל עס נישט ארויסגעבן פארן פאבליק ווייל ער וויל עס דערציילן פרייטאג צונאכטס ביים טיש

אבער וואו העטערדען פראווענען?

וואס הייסט וואו? אין די גרויסע שאטער

די רשעים האבן דאס צענומען.

זיי זאגן אז ס'דא נאך א שאטער אין ביהמ'ד. אבער אין א שאטער וועט עס זיין
לינק?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קאפעלע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:שמעתי אז די פ"ר האט געבעטן מ'זאל עס נישט ארויסגעבן פארן פאבליק ווייל ער וויל עס דערציילן פרייטאג צונאכטס ביים טיש

אבער וואו העטערדען פראווענען?

וואס הייסט וואו? אין די גרויסע שאטער

די רשעים האבן דאס צענומען.

זיי זאגן אז ס'דא נאך א שאטער אין ביהמ'ד. אבער אין א שאטער וועט עס זיין

קימו וקבלו. קימו מה שקבלו כבר... אם קבלה היא, נקבל.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

וואס איז דאס דען צו לאזן דעם ציבור אזוי אנגעצויגן??

דער עולם ווארט דא מיט אפענע מיילער אויפן פארזעצונג, מיר באגלייטן דעם גאלדע'נענענען אין וואלד אריין, און מ'לאזט אונז דא אליינס??
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14568
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איז דאס די מעשה פון גאלדע לאקס?
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:איז דאס די מעשה פון גאלדע לאקס?

מרת גאלדע.. לכאורה (נדמ)
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6330
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

חלק ב'?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

:shock: :shock: און??????
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א מעשה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צו הערן די מעשה ווייטער דרייט איבער די טעפ צצצצצצצצצצצצצצצצצצצו די אאאאנדערע זזזייט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”