קאווע

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סייענטיסט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 10:37 pm

קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סייענטיסט »

ווער קען מיר העלפען, איך זיך גיטע קאווע, איך האב שוין אלעס אויספראבירט אבער ס ווערט מיר נמאת נאך 2 וואכן.
קודם האב איך געטרינקען ''טעיסטערס טשאיס'' די רויטע באטעל, ווען כ' האב עס מער נישט ליעב געהאט בין איך אריבער צי די ''טעיסטערס טשאיס 100 % קאלאמביען'' וואס האט א ברוינע פעקעדשינג. דערנאך האב איך אנגעהויבן טרינקען קעי קאפס פין ''גרין מאונטען'' אנהייב האב איך געטרינקען נאר די לייט אדער די מידיום בלענדס אין כ' האב זיך ממש מחי' געוועין, אבער ציביסלעך האב איך עס מער נישט ליב געהאט, האב איך אנגעהויבן טרינקן דארקעקערע אין דארקעקערע בלענדס, ביז איך קען שוין נאר טרינקען די דארקסטע בלענד, (דאבל בלענד דייעמענד) וואס איז עקסטרימלי שטארק. למעשה ווייס איך נישט ווי לאנג נאך איך וועל עס ליב האבען ממילא וואלט איך געוואלט אנפרעגען די עולם דא אין קרעטשמע, צי איינער ווייסט פין עפעס א גיטע קאווע וואס ווערט אבער נישט נמאס.
אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

סטארבאקס, דאנקין דאנאט, דאס קויפט מען אין פארמאכטע פעקלעך פאר סטענדערט מאשין קאווע
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

וועלקאם סייענטיסט, איך האף וועסט אונז משפיע זיין מיט אביסל סייענטעטישע ענינים
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

מעגסט לאכן, אבער נאך אלעם גלייך איך נאך די בעסטע Y&S פון מיין לאקאלע ביהמ"ד.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
סייענטיסט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 10:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סייענטיסט »

דאנקין דאנאטס איז צי שוואך פאר מיר, טארבאקס איז טאקע זייער גיט באט ס' איז זייער טייער. נאך א פראבלעם איז דא מיט די רעגיולער קאפי מאשין אז די קאפי איז קאלט,משא''כ די keurig מאשינען זענען יא 'גאנץ' הייס.
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

i like very much Starbucks home blend
אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג »

קודם כל על טעם וריח אין מתוכח דעס איז צום אלעם ערשטען קען זיין עס וועלן זיין חברה וואס וועלן מיט מחולק זיין וועגען דעם בין איך קודם מקדים מיט'ן כלל

איך האב שוין יארן דעם פראבלעם מיט די קאווע אבער לעצטענס מה' מצעדי גבר פאר איך פאר הכשירים איבער די וועלט קודם כל ווי אלע גדענקען פאר איך אויף איטאליע וועגן די אתרוגים איז מוז ענק זאגן אז די קאמפאני נעסקאפי פארגינט נישט פשוט דעם אמעריקאנער עולם מיט גוטע קאווע אדרבה רופט אן קיין אויסלאנד וועט איר געוואר ווערן אז עס ווערן דארט פארקויפט פארשידענע ערליי קאווע פון דעם קאמפאני וואס ווערן בכלל נישט געזעהן דא אין אמעריקא
למשל א יעדע יאר ווינטער פאר איך אויף לאנדאן ברענג איך מיר מיט פון דארט אפאר פלעשלעך און איך בין מיך מחיה
זומער פאר איך אויף איטאליע ברענג איך פון דארט אפאר פלעשלעך און אזוי גייט עס חוזר חלילה שוין א שיינע פאר יאר
אבער היי איז מיר נישט אויסקומען צו פארן אויף לאנדאן האב איך שוין נישט פון די קאווע האב איך אויבגעהויבן א טרייבל געקאלט נעסקאפי זאגן זיי מיר אז די קאווע ברענגט מען נישט קיין אמעריקא האב איך זיי געפרעגט היתכן זאגען זיי מיר אז עס איז נישטא קיין פארלאנג דעראויף אבער איך מוז ענק זאגן אז איז נאך דא אויף דער וועלט גוטע קאווע

יישר כח
אתרוג
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

קאווע?
אה אנשי שלומינו 2
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

די בעסטע איז א פריש-געמאלענע [המובחר הוא קאלאמביען] קאווע. טערקיש אדער פראנצויזיש בלענד אין בדוגמתו!
ס'איז אזוי גוט, אז ס'איז א שאד עס צו פארדארבן מיטן אריינלייגן דערין צוקער...
איך מיש געווענליך א "סטאבאקס" מיט א געוויסע סארט פון "דאנקין", אבער על טעם וריח וכו'.

פון די אינסטענט; איז די נעסקעפ פון לאנדאן זייער גוט, ווי אתרוג האט שוין געשריבן. און בדיעבד שבדיעבד קען מען טרינקען אמעריקאנע נעסקעפע.
אבער אויב איך ברויך אמאל טרינקען 'פארזוכן אויסוואל' [אפי' די שווארצע, מכלומר'שטע קאלאמביע] ברויך איך שוין צולייגן צוקער, אז נישט קען איך עס נישט טרינקען! ווייל עס איז נישט קיין קאווע אין מיינע אויגן, בלויז א דזשוס. (איך בין גוט משוגע, הא?...).

אז דו ווילסט מיט א פלעיווער: איז דא לעצטענס צו באקומען פון די א"י, מיט עדה הכשר, א וואנילע [אינסטענט]. ס'איז נישט אזוי ווייט גוט אין טעם, ווי דער געשמאקער ריח וואס עס פארשפרייט...
אז דו ווילסט דוקא וויסן, וועל איך בל"נ גיין קוקן פון וועלכע פירמע דאס איז.
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

קאפי בין פון קאליפארניא
יאנקעל די פופציגער
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פארשריבן האט געשריבן:די בעסטע איז א פריש-געמאלענע [המובחר הוא קאלאמביען] קאווע. טערקיש אדער פראנצויזיש בלענד אין בדוגמתו!
ס'איז אזוי גוט, אז ס'איז א שאד עס צו פארדארבן מיטן אריינלייגן דערין צוקער...
איך מיש געווענליך א "סטאבאקס" מיט א געוויסע סארט פון "דאנקין", אבער על טעם וריח וכו'.


וואו קויף איך פריש געמאלענע קאווע, לאקאל (נישט ארדערן, כ'וויל עס פריש), כ'האב א מאשין פאר דעם וויל עך עס פראבירן
שכוח
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

פארשריבן טייערע,עס זעהט אויס ווי דו ביסט היפש דערונען,געבזשע ביטע ארויס דא טאקע וועלכע קאפי מאשין איז די בעסטע,און וואו מען קען איינהאנדלען די קאפי פאר ביליג ישר כח
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

נא איינער ווייסט וועלכע מאשין איז די ריעל טינג?
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
סייענטיסט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 10:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סייענטיסט »

keurig coffee mechine is the best. but the coffee is expensive
לבנה קריכער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבנה קריכער »

at Costco first colonycoffee beans is 1 from the best i test , you can use a Coffee Dripper or this idea http://www.amazon.com/Cuisinart-DGB-900 ... 313&sr=8-4
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

אתרוג האט געשריבן:איז מוז ענק זאגן אז די קאמפאני נעסקאפי פארגינט נישט פשוט דעם אמעריקאנער עולם מיט גוטע קאווע אדרבה רופט אן קיין אויסלאנד וועט איר געוואר ווערן אז עס ווערן דארט פארקויפט פארשידענע ערליי קאווע פון דעם קאמפאני וואס ווערן בכלל נישט געזעהן דא אין אמעריקא
אתרוג

גערעכט, עס איז דא זייער גוטע נעסקאפי אין די וועלט,
עס איז אנטערסאנט אז אפי קאנדא האט אויך אסאך בעסערע נעסקאפי ווי דא,
אבער אויך אן אנדערע טעם ווי די לאנדאנע.
איך האב שוין אפאר מאל געטראכט וואס איז פשט אז איבעראל האט עס אן אנדערע טעם,
עס איז שווער צו גלייבען אז עס איז ווייל עס איז נישטא קיין דעמענד, ווייל קיין איין מאכל האט נישט קיין דעמענד ווי לאנג דער עולם קאסט עס נישט.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

מר. קליען האט געשריבן:פארשריבן טייערער, עס זעהט אויס ווי דו ביסט היפש דערינען, געבזשע ביטע ארויס דא טאקע וועלכע קאפי מאשין איז די בעסטע, און וואו מען קען איינהאנדלען די קאפי פאר ביליג ישר כח

איך האב שוין געהאט עטליכע מאשינען, די וואס מען גיסט וואסער פון די זייט, און די וואס מען גיסט פון אויבן, און נאך.
און מיין מיינונג איז אז אלע זענען מער-ווייניגער די זעלבע. דעריבער ראט איך צו קויפן די ביליגסטע, דער עיקר איז אז עס זאל טוהן די דזשאב.

וואס איך וויל יא זאגן איז, אז די מאשין מיט וואס מען צומאלט די באנדלעך -צו וואס מען נוצט די מאשין מיט וואס מען צומאלט געווירצן (ספייסעס)- דארף זיין א געהעריגע. און נישט קיין ביליגע "געמאכט אין כינע". ווייל מיט די דאזיגע האב איך זיך שוין אפגעבריט.

און נאך איין זאך: דער עיקר סוד ווי שטארק די קאווע זאל זיין, ווענדט זיך אין ווי לאנג מען מאלט די באנדלעך.
פופצן סעקונדעס איז שוין אסאך פאר רוב מענטשן.
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

א גרויסן ישר כח

פארשריבן,דו מאלסט אליין די קאווע טאקע?
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

יא, כמעט יעדן צופרי.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווייסט איינער דא אפשר
די סארט קאווע וועלכע מען קויפט שוין געראוסטעט (פאר קאפי מעיקער מאשין) א שטייגער וואו French roast קאווע דארף א הכשר, אדער נישט?
כ'האב דא געקויפט א פעקל ארגאניק Arabica קאווע, איז דא וואס חושש צי זיין דערויף עפעס??
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

אן א פלעיווער איז בפשטות נישט קיין פראבלעם.

אז דו ווילסט וויסן מער, פרעג אן דא viewtopic.php?f=5&t=3164
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

איך האב א keurig coffee mashen
איך וויל וויסן ווי קען מען קויפן די k cups פאר ביליג
איך זיך בעיקר פון green mounten coffee
אדער Starbucks
זיי זענען גיט און האבן אן ou

שכח למפרע
אוועטאר
מייזל
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייזל »

דורש ומבקש האט געשריבן:איך האב א keurig coffee mashen
איך וויל וויסן ווי קען מען קויפן די k cups פאר ביליג
איך זיך בעיקר פון green mounten coffee
אדער Starbucks
זיי זענען גיט און האבן אן ou

שכח למפרע

tullys french roast k cups אין tully's italian roast k cups
זענען זייער גוט (Medium Roast)
איז ביליג ביי Amazon אין האט א OU
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

שמעתי אז די נייע קעירינגס קענען דיטעטקטען אויב ס'נישט פון זייער פירמע און לאזען עס נישט ניצען ,די עצה דערפאר ארויפצוקלעבען א דעקל פון א אריגענלע צו עני אנדערע פירמע'ס דעקל,און דאן מיינט די סענסער אז ס'איז אן אריגענאל קעי קאפ .
אוועטאר
מייזל
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייזל »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:שמעתי אז די נייע קעירינגס קענען דיטעטקטען אויב ס'נישט פון זייער פירמע און לאזען עס נישט ניצען ,די עצה דערפאר ארויפצוקלעבען א דעקל פון א אריגענלע צו עני אנדערע פירמע'ס דעקל,און דאן מיינט די סענסער אז ס'איז אן אריגענאל קעי קאפ .

מען קען עס שוין אויסשפילן
https://www.gourmet-coffee.com/Freedom-Clip.html
אטעטשמענטס
Clip.JPG
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”