'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

מח בקדקדו האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ס'איז דא פארשידענע דרגות אין ביטול.

באמת ביסטו לכאורה גערעכט. איך האב נישט קיין מעסטער אויף ביטול, אבער יא די ביטול פאר צדיקים צו וויסען אז איך האב נישט קיין השגה אין זייער גרויסקייט.

יא, אבער דא איז די נושא איבער די ביטול פון די צדיקים זעלבסט.

אין צו דעם האב איך זיך באצויגען. איך האב קודם גערעדט וויאזוי עס קיקט אויס פון אויבנאויף מיט שכל, און דערנאך פארשטאנען אז מיין שכל קומט נישט אריין דא.
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ארגינאלער יוד האט געשריבן:א גאנצע לאנגע מגילה לעקציע
ווער האט באשלאסן אז די ניין נומבערס זענען בלויז איגאו? אפשר איז עס די עשר ספירות?


איך גיי נישט זאגן אז ס'איז נישט נשתלשל פון עשר ספירות, אוודאי איז עס פון די עשר ספירות, יעדע זאך אויף די וועלט איז א השתלשלות. דאס איז קלאר. און אז מ'קען צעטיילן מענטשן לויט די נומערן פונעם אניאגראם קען מען אויך קלאר באמערקן. אבער צו זאגן וויאזוי זייערע נומערן ווערן נשתלשל פון די עשר ספירות קענסטו אריינלערנען פשטים.

ווער האט געזאגט אז מקען יורד זיין צו די ריכטיגע עמקות פון די נומבערס/עשר ספירות?

ביסט גערעכט. איך זאג נאר אז דער וואס זאגט אז א צדיק איז/געווען א זעקסער, אדער א פירער, אדער א פינעווער, קען אויך מיינען דערמיט א קליינקעפיגע זאך אז מיט דעם האט ער ארויס די מעשים פונעם צדיק. אדער די מעשי רשע פון רשעים.

ווען א צדיק פירט זיך אויף א געוויסע אופן ההנהגה מיינט דאס בפשטות (אן יורד זיין לסוף דעתו) אז ער שפירט א שייכות צו דעם, דהיינו שורש נשמתו!!


יא, ביסט גערעכט, אוודאי, שורש נשמתו. מ'קען אבער מגשם זיין די הנהגה און זאגן אז ס'האט געהאט צו טון מיט דאס וואס איך פארשטיי איז זעקסעריש. וויבאלד איך זעה אז זעקסערס טוען אויך אזוי און אזוי, דערפאר האט ער דאס און דאס געטון. און דאס איז קליינקעפיגקייט. ווייל נאר אזא שכל ווי וואס דער צדיק האט קען פארשטיין וואס עס האט באמת באוואויגן דעם צדיק צו טון געוויסע פעולות. זאגן אז דער צדיק איז געווען א זעקסער קען מאכן אז מ'זאל אפלערנען געוויסע מעשים פונעם צדיק מיט א קליין קאפ.
און ווען א ימח שמוניק פארשווארצט א מידה דארף איך יעצט וואס טון? פארלייקענען אז א יעדער האט א שורש אין די מידות? כפארשטיי באמת נישט די לאגיק!!

ניין. רעד נישט דערפון, דאס אלעס. דו וואלסט געזאגט אז היטלער ימ"ש איז געווען מער 'גבורה'? אדער 'הוד'? אדער אפשר מער 'תפארת'?

יעצט, הוד מיינט הודאה, לויבן און מודה זיין,
איך נישט, יענער אלעס!!
בטחון!!
זיי זוכן עפעס (א מענטש אדער פארטיי/שיטה) צו וואס זיי זאלן זיך קענען מבטל זיין לגמרי


ס'איז מער אז זיי ווילן אז א זאך וואס שטעלט צו זיכערקייט זאל האבן א קיום. ס'איז מער א ענין פון נצח. א זעקסער וויל זיך נישט אזוי ווייט מבטל זיין, אזוי ווייט ווי ער וויל אז די זאך וואס האלט אים אונטער זאל בלייבן. ווען דו זיצט אויף א בענקעל, ביסטו דיך מבטל צו די בענקעל? דו ווילסט ס'זאל דיך אונטערהאלטן און נישט צעפאלן. סאו, פאקטיש שפירסטו מער די בענקעל ווי עפעס אנדערש. דאס מיינט נישט אז די גאנצע זאך וואס דו ווילסט איז שפירן די בענקל.

אסאך מאל וועלן זיי זיין בעלי חסד, אסאך מאל קנאים, אסאך מאל מחזיק זיין יד רשעים (אין א קהילה אדער אין א ישיבה),אסאך מאל וועלן זיי לערנען טיפע ספרי מחשבה,אסאך מאל וועלן זיי זיין עסקנים, משפחה מענטשן,וכו' וכו'

בקיצור זיי מאכן זיך געוויסע צילן אין לעבן וואס פון דעם שעפן זיי חיות כדי אנצופילן די לאך פון העדר הישות!!


די העדר הישות זייערע וואס זיי שפירן, קומט ווייל זייער גאנצער 'זיך שפירן' איז די זאך וואס האלט זיי אונטער. זיי שפירן די זאך וואס האלט זיי אונטער און נישט זיך ווי א שטייגער א פירער. אזוי ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע און שפירט העדר הישות. אבער דאס איז ווילאנג די מאמע איז דא. ווען די מאמע גייט אוועק שפירן זיי זייער פארלוירענעם זיך. א זעקסער דארף ארבעטן אויף בטחון בה'.
קוק זיך ארום וועסטו עס זען קלאר (אדער ביי יענעם אדער גאר ביי זיך אליין)


די שורש פון א זעקסער איז מאכן אז זאכן וואס האלטן אונטער זאלן האבן א קיום.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זייער פיין געזאגט @נשמה.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די וועג וויאזוי א מענטש שפירט ווען ער איז צווישן אנדערע מענטשן איז די וועג וויאזוי לפי זיין טבע וויל ער זיך שפירן צווישן אנדערע מענטשן.

א ניינער וועט שפירן אינגאנצן אנדערש ווי א אכטער, און א אכטער אינגאנצן אנדערש ווי א פירער, און א זעקסער אינגאנצן אנדערש ווי א צווייער, און א דרייער אינגאנצן אנדערש ווי א זיבענער וכו'.

די וועג וויאזוי מ'שפירט זיך איז זייער מאכטפול אנדערש ווי א אנדערע מענטש מיט א אנדערע טייפ. אויב דו ביסט א פירער און דו שטייסט נעבן א ניינער, זאלסטו וויסן אז דער ניינער שפירט אינגאנצן אנדערש ווי דו.

א פירער, די ערשטע רגע ער עפנט די טיר אריינצוקומען צווישן מענטשן, איז ער מסדר זיין אינערליכקייט אז ס'זאל זיך שפירן אז ער איז אנדערש ווי די ארומיגע. דערפאר רופט ער א פירער 'די אינדיווידועליסט'. פארוואס? ווייל דאס טוט ער. ער טוט זיך אינערליך מסדר זיין אז ער זאל זיך שפירן אלץ א אינדיווידועל. די רגע דער פירער האט אפגעטון וואס ער האט אפגעטון, ער האט זיך אזוי אוועקגעשטעלט מיט א אינערליכער שפיר וואס שפירט זיך אלץ אינדיווידועל, וועט ער מיט אלע כוחות, (דהיינו יכולת) זיך האלטן אין דעם שפיר. ס'קאסט אים פיזישע און גייסטיגע כוחות. ס'נעמט אים אוועק ענערגיע. א חלק פון זיין באוואוסטזיניגקייט איז פארנומען מיט דעם.

יעצט, נאכדעם וואס ער האלט אן דעם שפיר, קען ער זיך וואונדען וואסערע טייפ ער איז, ער כאפט נישט וואס ער אליין טוט. ער כאפט נישט אז ער אליין האלט אגאנצן צייט אן א געוויסע אינערליכער מצב וואס דארף צו מיינען "אזוי בין איך אנדערש ווי ארומיגע".

יעצט, א ניינער, די ערשטע רגע ער קומט אריין צווישן מענטשן, די ערשטע רגע ער עפנט דעם טיר פון זאל, וועט ער באלד ארויסגעבן א כוואליע פון געוויסע אינערליכע שפירונגען, וואס דאס טוט לויט אים מיינען "דאס איז די סך הכל וויאזוי יעדער שפירט יעצט אלעס צוזאמען" און ער בלייבט ביי דעם. ער האלט זיך ביי דעם. ער שפירט די הארמאניע. ער שפירט נישט קיין "איך". א ניינער שפירט נישט אזוי ווי א שטייגער א פירער. א פירער שפירט "איך". א ניינער שפירט די הארמאניע. ער שמייכלט צו יעדעם.

איך בין נישט קיין ניינער, אבער איך שטעל מיך פאר אז דאס שפירן זיי.

א צווייער שפירט סך מער ווי א ניינער. א צווייער ווען ער קומט ארין אין זאל, וועט ער גראד אריינשטראמען אין זיך געוויסע געפילן וואס דאס טוט לויט אים מיינען "דאס איז די ליבשאפט וואס מ'האט מיך ליב". ער שאפט אין זיך, די רגע ער קומט אריין אין זאל שאפט ער אין זיך געפילן וואס טוט באדייטן "די ארומיגע האבן מיך ליב". ער שפירט כאילו זייער ליבשאפט צו אים. דאס איז די וועג וואס ער שפירט. דאס שפירט ער, און רעלאטיוו גארנישט מער. ער שפירט די ליבשאפט וואס מ'האט אים ליב און ער בלייבט ביי דעם, און דאס איז וואס קאסט אים ענערגיע.

ווייטער, ווען א פירער שטייט נעבן א צווייער. דער פירער שפירט זיין אינערליכע צאמשטעל וואס לויט אים מיינט עס "מיט דעם בין איך אנדערש ווי די ארומיגע". דאס איז די וועג וויאזוי א פירער שפירט זיך צווישן מענטשן. דער צווייער שפירט די ליבשאפט וואס די ארומיגע געבן. דאס איז וואס ער שפירט. ער שפירט נישט זיין "איך" - א שטייגער ווי דער פירער. ער שפירט נישט די הארמאניע - א שטייגער ווי דער ניינער. ער שפירט די ליבשאפט פון די ארומיגע. איך וויל פרעגן א פירער, אדער א ניינער, דו קענסט אנהאלטן צו שפירן די ליבשאפט וואס ארומיגע האבן דיך ליב פאר מער ווי א מינוט? דו קענסט? דו קענסט נישט. א צווייער קען יא. ער קען? ס'קאסט אים ענערגיע, אבער ער טוט עס. דאס איז ער.

לויט ווי די שרייבער דא שרייבן אז א זעקסער וועט די ערשטע מאכן זיכער ארויפצוברענגען אין זיך א געוויסע שפיר וואס לויט אים באדייט דאס דאס איז מיין זיכערקייט. איך וויל פרעגן א פירער, דו קענסט אנהאלטן צו שפירן פאר מער ווי א מינוט "דאס איז מיין זיכערקייט" יא? לאמיר זעהן פרוביר. דו קענסט נישט. דו ווילסט אפילו נישט. דו ווילסט ענדערש שפירן דיין 'איך'. אבער א זעקסער שפירט נישט זיין 'איך' אזוי ווי דער פירער, ער וויל אפילו נישט. ער שפירט נישט די הארמאניע אזוי ווי דער ניינער, ער שפירט נישט די ליבשאפט, ער קען עס נישט שפירן. ס'איז נישט זיין נאטור.

ער שפירט נאר - רעלאטיוו - די מאס זיכערקייט. די זיכערקייט פון די פלאץ. ער שפירט געוויסע געפילן וואס באדייטן לויט אים 'א פארציע זיכערקייט'. ער שפירט די מאס פון זיין זיכערקייט. דאס איז וואס ער שפירט. ער שפירט כאילו די "מוסקלן" פון די ארומיגע. די זיכערקייט וואס די ארומיגע קענען אים געבן. איך שרייב נאר וואס די שרייבער דא האבן שוין געשריבן דא וועגן זעקסער.

ס'איז זייער אינטערעסאנט. א צווייער שטייט נעבן א זעקסער. דער צווייער שפירט אגאנצן צייט - אבער אגאנצן צייט - די ליבשאפט וואס דער זעקסער האט אים ליב. און דער זעקסער שפירט אגאנצן צייט די פארציע זיכערקייט מיט'ן צווייער. אזוי זעהט מיך אויס פון די אלע וואס האבן דא געשריבן וויאזוי זעקסער שפירן זיך. איך האף איך שרייב גוט.

סוף דבר איז אז די גאנצע זאך וואס א זעקסער שפירט איז די מאס פון זיין זיכערקייט.

א אכטער וועט נישט ארויפברענגען געפילן וואס באדייטן זיין 'איך', וועט נישט שפירן די 'הארמאניע', וועט נישט שפירן 'ליבשאפט', וועט נישט שפירן די מאס זיכערקייט, ער ברענגט ארויף "און וואס וויל איך?" דאס וואס ער שפירט. ער איז מקושר צו זיין רצון. געוויסע געפילן וואס באדייטן "איך וויל אויספירן וואס איך וויל". דאס איז וואס ער שפירט. ס'קאסט אים עקסטערע כוחות צו שפירן אז ער גייט טאקע טון וואס ער וויל.

א זיבענער שפירט נישט זיין 'איך', ער שפירט נישט די 'הארמאניע', ער שפירט נישט 'ליבשאפט', ער שפירט נישט 'זיכערקייט', ער ברענגט ארויף אין זיך די שפיר פון 'פאן'. ער שפירט די לעבעדיגקייט פון די מצב. א אנדערע טייפ וועט נישט קענען, און נישט וועלן, אנהאלטן צו שפירן די לעבעדיגקייט פון די מצב פאר מער ווי א מינוט. זיי גייען גראד צוריק צו זייער דיפאלט.

א דרייער וועט די ערשטע רגע וואס ער קומט אריין צווישן מענטשן, שפירן די וועליו וואס ארומיגע מענטשן געבן אים. א אנדערע טייפ קען דאס נישט טון פאר מער ווי א מינוט. א אנדערע טייפ קען נישט אנהאלטן צו שפירן די וועליו וואס ער האט ביי די ארומיגע פאר מער ווי א מינוט. אדרבה פרובירט אויס. ס'פילט זיך זייער אומבאקוועם. זייער אומנאטורליך. אבער ביי א דרייער איז דאס די וועג וויאזוי ער שפירט זיך. ער שפירט נישט זיין 'איך'. ער שפירט נאר די וועליו וואס ער האט ביי די ארומיגע.

א איינזער שפירט זיין אויסגעהאלטנקייט. א אנדערע טייפ קען נישט שפירן ווי איינזער פאר צו לאנג. ס'וועט זיך שפירן פאר אים אומנאטורליך. אבער א איינזער שפירט אזוי. און א פינעווער שפירט די מאס וויפיל חכמה ער האט זיך צו קענען אן עצה געבן מיט די וועלט.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

נשמה זייער שיין געזאגט!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך שרייב וויאזוי עס זעהט מיר יעצט אויס.

ס'דא א גרויסע חילוק צווישן א מענטש וואס זוכט זיכערקייט, און צווישן א מענטש וואס זוכט צו שפירן זיין 'איך', און ער טוט עס דורכ'ן שפירן "מער פארזיכערט". אלע נומערן קענען זוכן זיכערקייט. דאס מיינט נישט אז זיי זוכן זיך צו שפירן. נאר ווען איינער זוכט זיכערקייט כדי זיך צו שפירן, דער איז א טייפ זעקס.

א זעקסער איז א געוויסע טייפ מענטש. וואס אים צו באצייכענען, איז די גרינגסטע אז ער שפירט זיין 'זיך', אלץ "דער זיכערער איך". אנדערש שפירט ער נישט זיין 'איך'. נאר דורך די שפיר פון זיכערקייט, קען ער שפירן זיין 'איך'.

אזוי ווי א פירער איז נישט איינער וואס זוכט זיין אייגנארטיגקייט. ער ווייסט אפילו נישט אז ער זוכט זיין אייגנארטיגקייט, נאר א פירער איז איינער וואס וויל אלעמאל שפירן זיין אייגנארטיגקייט ווייל דאס איז זיין 'איך'. זיין 'זיך' וואס עקזיסטירט איז "דער אייגנארטיגער איך". ער קען עס נישט שפירן נאר דורך 'אייגנארטיגקייט'.

ווען א פירער וויל אנכאפן זיין 'איך' און רעדן דערפון, דערשפירט ער נאר א "איך" וואס איז אייגנארטיג און אנדערש. ער שפירט גארנישט עפעס אנדערש. ווען א זעקסער וויל אנכאפן זיין 'איך', און טראכטן דערפון, אדער רעדן דערפון, שפירט ער א זיכערער איך. א זעקסער דערשפירט זיין 'איך', נאר אלץ "דער זיכערער איך". א דרייער דערשפירט זיין 'איך', ווען א דרייער רעדט פון זיין 'איך', און ער דארף דאס דערשפירן, שפירט ער "מיין וועליו'דיגער איך". נאר אזוי שפירט ער זיין זיך. דאס איז זיין איך. ער האט נישט עפעס אנדערש. נאר פון דעם באשטייט עס.

א מענטש קען נישט רעדן פון זיין 'איך', אנדעם וואס ער דערשפירט זיין 'איך'.

א מענטש קען טון פאר זיכערקייט אגאנצן טאג, איז ער נאכנישט דערמיט קיין זעקסער. און ווידעראום א מענטש קען גארנישט טון פאר זיכערקייט, און דאך זיין א זעקסער. ווייל זיין עצם שפיר וויאזוי ער שפירט 'זיך' איז 'זיכערקייט'. "דער זיכערער איך". דאס איז די וועג וויאזוי ער שפירט זיין זיך. ווען ער שפירט זיין 'זיך', שפירט ער די זיכערקייט פון זיין זיך.

אפילו ווען א זעקסער שפירט אז ער אליין - אן די שטיצע פון די מענטשן ארום - איז נישט זיכער אויף די וועלט, מיט דעם אלעם, ווען ער שפירט זיין 'זיך', שפירט ער די שפיר פון זיכערקייט. זאל עס זיין אנדערע געבן מיר זיכערקייט. ער קען נישט דערגרייכן זיין 'איך' נאר ווען ער שפירט 'מיין זיכערער איך'. דאס איז די וועג וויאזוי ער דערקענט זיין 'איך'. דאס איז זיין 'איך'. ווען א זעקסער זאגט "איך" שפירט ער די זיכערקייט פון זיין 'איך'. אנדערש האט דער זעקסער נישט קיין שום וועג וויאזוי צו רעדן פון זיך.

אפילו אויב א זעקסער שפירט זיך אומזיכער. איז דאס נאר אז דער זיכערער איך, איז נישט אינגאנצן פארזיכערט. אויב וואלט ער גארנישט געשפירט קיין זיכערקייט, וואלט אים נישט געווען מעגליך צו רעדן פון 'איך'. עס וואלט נישט עקזיסטירט קיין 'איך'. די גאנצע 'איך' ביי א זעקסער איז נאר די שפיר פון 'זיכערקייט'.

א פירער ווען ער שפירט זיין זיך, שפירט ער נאר זיין אייגנארטיגקייט. א דרייער שפירט נאר זיין וועליו וואס ער האט ביי די ארומיגע. א צווייער שפירט נאר זיין ליבשאפט וואס ער האט ביי די ארומיגע. א צווייער קען נישט צוקומען צו זיין אייגענעם שפיר פון איך, נאר ווען ער שפירט די שפיר פון ליבשאפט. ווען א צווייער זאגט "איך" שפירט ער מיין באליבטער איך.

א מענטש קען נישט זאגן "איך" אן שפירן וויאזוי עס שפירט זיך זיין 'איך'. ס'מוז האבן א שפיר. ס'מוז האבן א באגריף אינעם שפיר. דער באגריף פון 'איך' ביי א זעקסער איז: דער זיכערער איך.

א זעקסער מאכט זיכער זיך צו שפירן זיכער אין די וועלט, נישט אזוי ווייט ווייל ער וויל שפירן פארזיכערט. נאר מער ווייל זיין גאנצע 'איך' באשטייט פון 'זיכערקייט' און ער וויל שפירן זיין 'איך'.

א זעקסער מאכט זיכער זיך אנצוהאלטן אין דעם שפיר פון "מיין לעבן איז פארזיכערט אין די וועלט". ער מאכט זיכער דאס אנצוהאלטן. ער מאכט זיכער צו בלייבן מיט די שפיר פון איך בין פארזיכערט. ווייל דאס איז זיין 'איך. ווען דו קומסט אריין אין א פלאץ - אויב דו ביסט א זעקסער - וועסטו וועלן ארויפברענגען אין דיר א שפיר פון 'איך בין דא פארזיכערט'. אז דו שפירסט דיך פארזיכערט צו זיין אין דעם פלאץ.

יעדער מענטש וואס קומט אריין אין א פלאץ וויל שפירן זיין 'איך'. ביי א זעקסער איז דאס: "איך בין דא פארזיכערט". ווייל דאס איז זיין גאנצע 'איך'. ער קען נישט שפירן זיין 'איך' נאר דורכ'ן שפירן 'זיכערקייט'. אזוי ווי א אכטער קען נישט שפירן זיין 'איך', נאר דורכ'ן שפירן זיין רצון. זיין "איך וויל".

א זעקסער איז נישט: איך שפיר מיך אומפארזיכערט, און ס'שטערט מיך צו שפירן אזוי אומפארזיכערט, און איך וויל טון צו שפירן זיכער. א זעקסער איז: מיין 'איך' וואס שפירט זיך מיר נאר דורך זיין 'פארזיכערט', שפירט זיך מיר יעצט אביסל 'אומפארזיכערט', און דערפאר שפיר איך נישט אזוי שטארק מיין עצם 'איך', און איך וויל, און איך וועל טון, און איך טו, יא צו שפירן א שפיר פון זיכערקייט. די עצם זיכערקייט וויל זיך מער שפירן. דערפאר וויל ער שפירן זיכער. ווייל איך וויל שפירן מיין 'איך'. און איך סטאפ נישט ווילאנג איך גיי שפירן דעם פארזיכערונגס שפיר. א זעקסער בלייבט נישט סטאק ביי די אומפארזיכערונגס שפיר. ער טוט פעולות צו דערשפירן זיכער.

ווען א אנדערע טייפ טוט פאר זיכערקייט, אלעס וואס ער טוט איז צו טון פאר זיכערקייט. ווען א זעקסער טוט פאר זיכערקייט, טוט ער עס פאר די שפיר פון זיין 'איך', צוריק צו כאפן דעם 'איך'.

א זעקסער איז נישט: איך שפיר אז איך האב נישט קיין שטיצערס, און ס'שטערט מיך צו לעבן אזוי אליין אן שטיצע, הלוואי האב איך שטיצע. א זעקסער איז: איך האב אביסל פארלוירן מיין 'איך', ווייל מיין איך וואס שפירט זיך מיר נאר דורך א שפיר פון 'זיכערקייט', האט פארלוירן אביסל זיכערקייט, און דערפאר שפירט זיך נישט אזוי שטארק מיין 'איך', אבער איך גיי טון צו שפירן ווייטער מיין 'איך', דורכדעם וואס איך גיי מיך מיט עפעס פארזיכערן. און 'צו שפירן פארזיכערט' מיינט נישט צו 'זיין' פארזיכערט. איך וויל שפירן מיין פארזיכערטער 'איך'.

א זעקסער איז נישט: איך בין צעמישט, איך האב ספיקות, איך בין וואקלדיג, און איך קען מיך נישט קיין עצה געבן אין מיין לעבן. א זעקסער איז: מיין 'איך' וואס שפירט זיך מיר נאר מיט א שפיר פון 'זיכערקייט', האט זיך אביסל צעשאקלט, ווייל איך האב אנגעהויבן צו האבן ספיקות, סאו איך גיי טון פארשידענע זאכן כדי מיך יא צו שפירן, און נאר דורכ'ן אויפהערן צו שפירן מיינע ספיקות, כדי מיך יא צו קענען אן עצה געבן אין מיין לעבן, איך גיי פרעגן, וכו', ווילאנג איך וועל יא צוריק שפירן מיין 'איך', מיין פארזיכערונג שפיר. ווייל אלעס וואס איך וויל איז שפירן די פארזיכערונגס שפיר. און ער טוט עס. א זעקסער איז אלעמאל אין א גאנג צו שפירן פארזיכערט.

אונטערשטע שורה איז, אז ווען יעדע טייפ וויל רעדן פון זיין 'איך', מוז ער מיט זיין באוואוסטזיניגקייט דערגרייכן זיין 'איך', ער מוז דאס שפירן, אנדערש קען א מענטש נישט רעדן פון זיין 'איך'. איז דא ניין וועגן וויאזוי א מענטש קען שפירן זיין 'איך'.

איינע פון די וועגן וויאזוי א מענטש קען שפירן זיין 'איך', איז דער זיכערער איך. א מענטש קען נישט שפירן זיין 'איך', אן שפירן די לבוש פון זיין איך. איז דא ניין לבושים.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה מורא'דיג גוט געשריבן!

צוויי נקודות נאר. האסט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:א זעקסער בלייבט נישט סטאק ביי די אומפארזיכערונגס שפיר. ער טוט פעולות צו דערשפירן זיכער.

זעקסער'ס קענען זייער אסאך מאל בלייבן סטאק אין זייער 'אומפארזיכערונג' שפיר, ווייל וויבאלד ווען ער איז אין א מצב פון 'אומפארזיכערונג', שפירט ער אז זיין 'איך' איז שוואך, און אויב זיין 'איך' איז שוואכער געווארן קומט אויס אז ער שפירט ביי זיך ווייניגער 'עצמיות', זיין אישיות איז שוואך, ער שפירט אז 'ער' איז נישט גוט.

ממילא וואס געשעט איז אז ער קען ער פארלירן זיין קאנפידענס צו גיין צוריקבאקומען זיין געפיל פון שטארקייט, וויבאלד זיין עצמאות איז שוואך קען ער זיין מיואש פון זיך שטארקן און זיך זאגן: יא, איך בין יא גוט, אפי' איך בין יעצט דורכגעפאלן, ווייל ווער בין איך? די פאוביק זעקסער'ס זענען די וואס וועלן האבן א אישו צו פייטן זייער הרגש פון חוסר אישיות, ווייל זיי ווערן קאנווינסד פון זייער הרגש אז זייער אישיות איז נישט גוט.


צווייטנס. מען דארף אויך פארשטיין אז די סיבה וואס ברענגט אים צו האלטן אז זיין אישיות איז נחלש געווארן דורכדעם וואס ער איז אין אן אומפארזיכערונג מצב, קומט פון דעם וואס ער שפירט בעצם אז זיין אישיות איז שוואך. נאר די אמצעי וויאזוי ער מאכט שפירן שטארק, דהיינו, צוריקצובאקומען זיין שפיר פון 'איך', איז דורכ'ן זיך פילן אלס א שטארקער, פארזיכערטער, אוועקגעשטעלטער, באשיצטער (אדער באשיצער), מושל'מדיגער פערסאנאליטי. איז ממילא ווען עס געשען אז זיינע אמצעים אויף צו באקומען זיין אישיות, ווערן צעפאלן, קומט צוריק ארויף יענע אלטע געפיל וואס זאגט אים אז זיין אישיות איז שוואך און נישט גוט.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

מח בקדקדו האט געשריבן:קומט פון דעם וואס ער שפירט בעצם אז זיין אישיות איז שוואך

יעדע טייפ קען שפירן אז זיין 'איך' איז בעצם שוואך. נאר איך טראכט אז ס'איז נישט מעגליך פאר א מענטש זיך צו שפירן אלץ א זיכערער איך, נאר אויב מ'נעמט די זיכערקייט פון דרויסן פון זיך. אדרבה פרוביר. יעצט, די רגע מ'דארף עס נעמען פון דרויסן פון זיך, ווייל נאר אזוי דערשפירט זיך 'מיין זיכערער איך', מוז איך בהכרח צוקומען אז 'איך' בין בעצם שוואך. א מענטש איז טאקע שוואך, אבער ווי מער א זעקסער וויל שפירן די 'איך', אלץ מער מוז ער דערשפירן די אייגענע שוואכקייט. ער האט נישט א אנדערע ברירה.

א פירער מוז אויך נעמען זיין 'אייגנארטיגקייט' פון דרויסן, "מיט דעם בין איך א איך ווייל איך בין אנדערש ווי ענק". נאר דער אייבערשטער איז א מציאות פאר זיך אליין. א מענטש איז א מציאות ביחס צו א צווייטע מציאות.

נאר דאס זיך וועלן שפירן אלץ א זיכערער 'איך', מוז מען בהכרח שפירן אלץ אייגענע שוואכקייט, מער ווי אנדערע טייפס. אז ער שפירט נישט די אייגענע שוואכקייט איז טאקע נישטא קיין 'איך'.

והשם הטוב יעזור.
אפענקייט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

6 אקעגן 9

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענקייט »

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך האב אמאל געזען אז מיטן נומבער וואס מען איז מתקן איז דער שווערסטער זיך דורעכצוקומען. (כמדומה לי אז אדהאן שרייבט אזוי)

דהיינו דער איינזער דארף גיין צום זיבענער, דער זיבענער וועט נישט גלייכן דעם איינזער.
דער צווייער דארף גיין צום פירער, דער פירער וועט זיך שווער דורעכקומען מיטן צווייער.
דער פינעווער דארף גיין צום אכטערץ דער אכטער וועט נישט גלייכן דעם פינעווער
דער זיבענער דארף גיין צום פינעווער, דער פינעווער וועט נישט גלייכן דעם זיבענער.
וכן כולהו.


כלל וכלל לא אויב קענסטו פארטייטשן די נומבערס אין סאסייעטי וועסטו זען אז עס איז בכלל נישט אמת אדרבה א אכטער וועט דוקא ליב האבן פינעווערס וכו
א אכטער דארף גייין צו צוויי און טאר נישט גיין צו פינעף, אבער א מענטש האט דאך א ייצר הרע וואס וויל אים פארנערן ני אויב א נומבער לאזט זיך וועט ער דוקא גיין ווי ער טאר נישט
לדוגמה 8 צו 5, און 6 צו 3, 3 צו 9, 9 צו 6,
קוק ארום וועסטו זען


אגב איך האב באמערקט עפעס א תהומישע שנאה צווישן דעם 6ער און דער 8טער
און דער 1ער און 4ער
9ער און 3ער (אויב מוזן זיי האבן שייכות ווייל דער ניינער וועט קודם פרובירן צו אנטלויפן ווי א בת היענה)

קען איינער שלום מאכן
גראדע זעה איך פארקערט אז 6 קען צומאל זייער גלייכן דעם אכט ער פילט זיך א גארנישט אקעגן אים ער פילט ווי ער איז secured פון די אנדערע זייט פרובירט דער 6 איעדן צו מאכן פילן insecure ווייל ער וויל שפירן אז ער איז נישט דע איינציגסטער וואס איז נישט secured
בבחינת צרות רבים חצי נחמה
”אן אפענע פענסטער(קאפ...) לאזט אריין פרישע לופט"
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

אין הכי נמי, אבער בדרך כלל איז עס נאר אמת, ווען ס'איז צווישן א ארבעטער און זיין בעה"ב, א ישיבה-איינגעשטעלטער און זיין מנהל, אדער א ראש הקהל מיט זיין שלאק-שלעגער וכו', אבער סתם אזוי ווי זיי זעהען נישט איין קיין תכלית וועלן זיי דוקא יא זיין אויף שטעכעדיגע מעסער שטעך. (אגב אלס א סייד נאוט, זיי רעוואלטירן צום סוף קעגן די וועמען זיי האבן געדינט)
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 12:12 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

אגב אלס דיסקלעימער, מדארף דא אפטיילן צווישן די שורש המידה און די געווענטליכע תוצאות המידה, נשמה לייגט א דגוש אויפן שורש, אבער אין רעאליטעט קען מען פון קיין שרשים נישט וויסן ווער סאיז וואס, מדארף קודם גוט ארויסהאבן די עוורידזש חצוניות'דיגע התנהגות פון די נאמבערס בכדי זיך צו קענען מתעמק זיין אין דעם.
אסאך מאל זענען דא מענטשן וואס זייער כאראקטער איז נישט אזוי בולט דאן דארף מען זיך יא מער מתעמק זיין אין זיין שורש, אבער בדרך כלל דארף מען קוקן אויף חצוניות'דיגע סימפטאמען.
נשמה קומט מיר פאר אביסל פירעריש אדער פינעוועריש, וואס די רעאליטעט איז בעיקר לויט וויאזוי אונז וועל מיר עס מסביר זיין.
אוואדע איז וויכטיג צו צאמשטעלן די שורש המידה מיט די חצוניות'דיגע התנהגות אבער די שורש איז רוחניות און סאיז אסאך טיפער פון די טיפסטע הסבר, נשמה קריכט היבש גוט אריין אבער סאיז א שאד די מי.. וויפיל דו וועסט אנקומען וועסטו כאפן ווי ווייט דו ביסט, כמיין אז דאס איז די סיבה פארוואס איך האב נישט אזוי מורא צו טיילן מידות-נאמבערס פאר צדיקים אדער להבדיל אלף אלפי הבדלות רשעים ווייל איך ווייס אז כהאב נישט קיין שום השגה אין די שורש הדבר און אפילו ווען איך פרוביר עס יא צו דערגיין איז עס בבחינת "איך ווייס נישט" ,משא"כ נשמה (א פירער?) וואס זיין מציאותיות איז לויט וויפיל עמקות ער וועט דערגיין.. עכ"פ דאס איז מיין קלער.
איך וואלט געוואלט ווידערהאלן אז נאך נשמה'ס גאנצע מגילה האלט איך נאך אלס אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו געבן נאמבערס סיי פאר הנהגת הצדיקים און סיי להבדיל פאר הנהגת הרשעים, איי סוועלן קומען שוטים און זיך איינרעדן אז זיי האבן ארויס צדיקים, אדער וועלן זיין חברה וואס וועלן זיך מייאש זיין נאכן הערן אז זיי טיילן נאמבער מיט היטלער ימש"ו, דאס איז נישט אונזער פראבלעם, שוטים קען מען נישט געטרויען מיטן לעבן בכלל, די תורה איז א עץ חיים למימינים בה און סם המוות למשמאילים בה, איי אונז זעהען בחוש אז סזענען פארהאן פיל מיט שוטים? ני אשר ע"כ זאגט מען מה אנוש כי תזכרנו? אוואדע ניין
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 12:15 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

מען דארף און מען קען יא אלעמאל קוקן אויף די שורש. אודאי דארפסטו גוט דורכנעמען די חיצוניות'דיגע התנהגות פון דעם מענטש, אבער צו בויען נאר אויף דעם איז אומריכטיג און פירט צו ראנג מסקנות.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

@ארגינעלע, בנוגע דיין אכט-זעקס נקודה, האסטו א שפיץ.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ארגינעלע יוד האט געשריבן:אגב אלס דיסקלעימער, מדארף דא אפטיילן צווישן די שורש המידה און די געווענטליכע תוצאות המידה,

איך האב גראדע אסאך אסאך געשריבן פון די תוצאות המידה. אבער איך בין אליין קלאר געווארן ווען איך האב מיך אויסגעלערנט צו זעהן די שורש המידה. און מיט די ווארט שורש המידה מיין איך צוזאגן די עצם. איך האב מיך אויסגעלערנט צו זוכן די עצם. די זאך. די נקודה הפנימית. די 'איך'. די טרייב קראפט. די הארטע שטיקל אייזן וואס מ'קען אנכאפן.

ווען איך האב געהערט וועגן דעם אניאגראם, האב איך נישט געכאפט אז ס'דא א עצם וואס איז אינגאנצן טיפער ווי סתם שטריכן. א עצם וואס דאס איז די לעבן וואס באלעבט דעם טייפ. איך פלעג קוקן אויף דרויסנדיגע תוצאות המידה. און פון דארט ציען א מסקנא וואס דער מענטש איז. און איך האב יעדן טאג באשלאסן אויף א מענטש אנדערש וואס ער איז.

פארפאלן, דו ווילסט קענען טייפן מענטשן? לערן דיך אויס צו קוקן אויפ'ן שורש. צו זוכן און טרעפן 'איין זאך'. מיט די ווארט שורש מיין איך צוזאגן: ווי כאילו די 'מאטאר', וואו ס'ליגט די ווייערס. דא איז דא א 'עצם'. מ'דארף קוקן אויף די 'עצם'. מ'דארף זיך אויסלערנען צו קוקן אויף אזאך וואס מ'קען נישט טייטלן מיט די פינגער, אבער דאך עס זעהן זייער זייער קלאר. די אניאגראם ארבעט מיט די געפיל. קיינער קען נישט אנווייזן וואס פונקטליך ס'מאכט א זעקסער פאר א זעקסער, אבער מ'זעהט עס. ס'איז אזאך וואס מ'זעהט.

אזוי ווי מ'קען נישט אנווייזן וואס פונקטליך עס מאכט אזאך עלעגאנט.

איך געדענק ס'געווען צייטן וואס איך האב מיך ארומגעדרייט מיט די "כופרישע" מחשבה אז אזא זאך ווי אניאגראם עקזיסטירט נאר אין די בוך. אבער מיר דארפן צוגיין צו די גאנצע ענין פון נומערן מיט די מיסטישע זוכן שרשים. דא איז דא שרשים וואס נאר די געפיל קען אויפכאפן. אזוי ווי די שטערן זעער וואס האבן געזעהן פיש, מיט א טלה, מיט א מאזנים, נישטא קיין פיש, נישטא קיין טלה, ס'איז אלעס געפיל. ווייל ס'עקזיסטירט אזא זאך ווי טלה, האבן זיי דאס געזעהן אין שטערנ'ס. אבער סתם אין די אופן וויאזוי ס'איז אויסגעשטעלט קענסטו נאך קיין טלה נישט זעהן.

אויב מ'גייט צו אז מ'וויל זעהן. "איך וויל זעהן די זעקסער". "איך וויל זעהן די רויטע ווייער וואס ווייזט אז ער איז א זעקסער", וועסטו עס נישט טרעפן. נישטא קיין רויטע ווייער. מ'דארף זיך אויסלערנען צו גיין מיט געפיל. מ'דארף זיך אויסלערנען אויפצורייסן די דרויסנדיגע תנועות פון די מענטש, און טרעפן די 'אינסייד'. די שורש.

נשמה לייגט א דגוש אויפן שורש, אבער אין רעאליטעט קען מען פון קיין שרשים נישט וויסן ווער סאיז וואס, מדארף קודם גוט ארויסהאבן די עוורידזש חצוניות'דיגע התנהגות פון די נאמבערס בכדי זיך צו קענען מתעמק זיין אין דעם.


מיינע שרשים איז נאך דעם וואס איך האב יארן געשריבן פון תוצאות. מיינע שרשים איז נאכדעם וואס איך האב יארן זיך געוואקלט, און געטראכט "דער מענטש - תנחום - קוקט אויס א זעקסער" און די אנדערע טאג, ביי א אנדערע פאסירונג האביך באשלאסן, ער קוקט אויס ווי א דרייער, זעהסט נישט ווי ער פרובירט צו געפעלן. און די אנדערע טאג: "ער קוקט אויס ווי א צווייער. זעהסט נישט ווי ער איז ליבליך". און די אנדערע טאג "ער קוקט אויס ווי אזא איינזער, זעהסטו דען נישט ווי ער פרובירט צו זיין אויסגעהאלטן". און די אנדערע טאג: "ער מוז זיין אזא ניינער, זעהסטו נישט אז ער איז אזוי רואיג". און די אנדערע טאג "ער איז דאך אזא פינעווער, זעהסט נישט ווי ווייט ער טראכט".

ביז ביז ביז כ'האב מיך אויסגעלערנט צו קוקן פון דערווייטענס. אריינצודרינגען אין די מענטש, און אוועקריקן אלע זייטיגע זאכן, און זעהן וואס קיינער האט מיך נישט געזאגט. זעהן וואס זיי האבן געזעהן. זעהן זאכן וואס קענען אין א בוך נישט ווערן פארשריבן, מ'קען דאס נאר זעהן, און פארשטיין אז ס'עקזיסטירט.

די תוצאות קומען נאך די שרשים. די וואס האבן דעם אניאגראם פארשריבן, זיי האבן די שרשים געזעהן. זיי האבן טיף געזעהן. זיי האבן נישט פאר זיך גענומען 'תוצאות' און פון דעם געשאפן ניין נומערן. פונקט פארקערט. זיי האבן פאר זיך געזעהן קלארע שרשים. ניין שרשים. און נאר נאכדעם האבן זיי זייערע תוצאות פארשריבן. אבער פון תוצאות קענסטו נישט קריכן צו שרשים. שרשים מוזטו זיך אליין אויסלערנען צו זעהן.

פון א באשרייבונג וואס א זעקסער איז, וועסטו נאך קיין זעקסער נישט טרעפן. דו וועסט אויף א פירער זאגן זעקס. און אויף א ניינער זאגט דריי. אויף א צווייער זאגן אכט. און אויף א זעקסער זאגן זיבן. מ'דארף זיך אויסלערנען אליין צו קוקן אויף שרשים. שרשים הייסט: ווען קיינער זאל מיך נישט זאגן וועגן דעם גאנצן אניאגראם, וואלט דא אויך געווען א מענטש, מיט א רצון צו עפעס, עפעס, עפעס, עפעס אנדערש ווי ארומיגע. וואס איז דער רצון? וואס טרייבט דעם מענטש?

פון ליינען 'תוצאות', און נאכדעם ווארפן דעם נעץ צו כאפן א "פישל", קען מען נאכנישט דערכאפן דעם טייפ. מ'דארף זיך אויסלערנען "וואס מיינט א זעקסער". נישט די שטריכן. נישט די תוצאות. "וואס מיינט א זעקסער" וואס האט דער וואס האט געזעהן נומער זעקס, וואס האט ער געזעהן. אן קיין שטריכן. ער האט נישט געזעהן קיין שטריכן. ער האט געזעהן א שורש. קודם וואס מיינט א זעקסער. וואס מיינט א פירער. וואס מיינט א ניינער. וואס מיינט א אכטער. וואס איז די בילד פון א אכטער.

אסאך מאל זענען דא מענטשן וואס זייער כאראקטער איז נישט אזוי בולט דאן דארף מען זיך יא מער מתעמק זיין אין זיין שורש, אבער בדרך כלל דארף מען קוקן אויף חצוניות'דיגע סימפטאמען.


ס'קען זיין אז ס'ווענט זיך וועכע מענטש. אבער ס'ארבעט צוזאמען.
אוואדע איז וויכטיג צו צאמשטעלן די שורש המידה מיט די חצוניות'דיגע התנהגות אבער די שורש איז רוחניות און סאיז אסאך טיפער פון די טיפסטע הסבר, נשמה קריכט היבש גוט אריין אבער סאיז א שאד די מי..
וויפיל דו וועסט אנקומען וועסטו כאפן ווי ווייט דו ביסט,


דו מיינסט אז ס'איז א שאד. דו מיינסט אזוי. דו מיינסט אזוי, ווייל דו קוקסט עס אן ווי עפעס אזא טיפע זאך וואס האט נישט קיין ענדע. ס'האט א ענדע. די תורה הקדושה האט נישט קיין ענדע. א טייפ פון א מענטש האט סאליד גראונד. ס'גארנישט אזוי טיף. ס'איז נאר טיף ווילאנג מ'האט עס נישט ארויס.

וויפיל דו וועסט אנקומען וועסטו כאפן ווי ווייט דו ביסט, כמיין אז דאס איז די סיבה פארוואס איך האב נישט אזוי מורא צו טיילן מידות-נאמבערס פאר צדיקים אדער להבדיל אלף אלפי הבדלות רשעים ווייל איך ווייס אז כהאב נישט קיין שום השגה אין די שורש הדבר און אפילו ווען איך פרוביר עס יא צו דערגיין איז עס בבחינת "איך ווייס נישט" ,משא"כ נשמה (א פירער?) וואס זיין מציאותיות איז לויט וויפיל עמקות ער וועט דערגיין.. עכ"פ דאס איז מיין קלער.


פאר די שטן האט זיך געלוינט דעם גאנצן עסק פון דעם אניאגראם, אבי צו קענען טייפן צדיקים. איך זאג דיר. די סיבה פארוואס איך האב מורא צו טייפן צדיקים, איז נאר ווייל איך האב מורא אז מ'וועט אפלערנען זייערע מעשים מיט נישט א ריכטיגע בליק. מ'וועט זאגן "ווייסט פארוואס יענער צדיק האט דאס און דאס געטון, ווייל ער איז געווען א..." און מ'וועט צולייגן "אבער ס'האט גארנישט מיט יודישקייט". פון דעם האב איך מורא. פון אפלערנען מעשים פון צדיקים מיט אונזערע השגות. און צולייגן "אבער ס'האט גארנישט מיט יודישקייט". און יעדער גייט עס טון. ס'גייט ווערן חלילה נחלת הכלל. און צדיקים גייען ווערן אפגעפרעגט. און ס'גייט נישט זיין ווער ס'זאל זיך שטעלן און זאגן "אז וואס צדיקים האבן געטון האט נישט צו טון מיט אונזערע השגות". און אלעס וועגן די "עבודה זרה" וואס ס'הייסט אניאגראם. האט זיך עס געלוינט?

לאמיר אפלאזן צדיקים. ס'גוט. לאמיר עס לאזן פאר אונז. וואס האט די אניאגראם מיט צדיקים.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 3:26 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

והנפש השני מישראל הוא חלק אלוקי ממעל ממש, אבער אפילו א גוי כי בצלם אלוקים נברה האדם.
מרעדט מיר דא פון א דבר דק און פון דעם גיימיר דערגיין די חיסרון שבו...,
א מענטש איז א וועלט עש"ן דאס איז א כלל גדול, מלא כל הארץ כבודו, דער מענטש, דאס לעבן, שייכותן צו מענטשן, צו זאכן, מידות, הנהגות, אלעס איז געמאכט אונז צו געבן אן השגה צו די אמת'ע מציאות, און בעומק איז דער מענטש'ס נפש א השתלשלות אראפ פון אויבן פון כביכול אליינס אסאך אסאך מער פון דער דומם צומח חי מדבר, צו זאגן אז מרעדט פון נאמבערס און נישט פון קיין ספירות, פון די עניוגראמס און נישט פון קיין אידישקייט, נוטראלע כאראקטערס אן קיין שורש אין קדושה אדער טומאה, באדייט פשוט נישט ארויסהאבן די זאך,
סאיז אלעס דא איין שטיק יודישקייט איין שטיק עבודת השם, הכרת חסרון עצמי, לענ"ד ווער סאיז נישטא פאר דעם תכלית, איז פשט אז ער איז נישטא צו וויסן.
איך האלט אויך אז סאיז נישט קיין נחלת הכלל, סאסייעטי איז ליידער בכלל נישט קיין געטרויבארע זאך.
וויפיל לשון הרע הלבנת פנים רכילות ליצנות האט עס אנגעברענגט אן צו רעדן בכלל פון צדיקים?...

אבער למעשה איז דא אן אשכול פון דעם.. און זעמיר ביידע דא,
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 4:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

די נומערן זענען נאר א משל. פונקט ווי די ספירה איז א משל כלפי מעלה מלבש צו זיין אורו ית' צו קענען מיט אונזער השגת אנושי משיג זיין די בלתי מושג. די זעלבע איז מיט די אניגראם נומערן, די נומער איז נאר א גשמיות'דיגע משל וואס איז מלבש אין זיך דקות'דיגע עניני נפש.
הנשמה שבמוחי
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

חסידות זאגט אז גארנישט איז נישט קיין משל, אלעס איז א נמשל, דורך א השתלשלות.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

מח בקדקדו האט געשריבן:מען דארף און מען קען יא אלעמאל קוקן אויף די שורש. אודאי דארפסטו גוט דורכנעמען די חיצוניות'דיגע התנהגות פון דעם מענטש, אבער צו בויען נאר אויף דעם איז אומריכטיג און פירט צו ראנג מסקנות.

אין הכי נמי, כזאג נאר אז מדארף קודם גוט קענען די בולט'דיגע חברה און זען זייער חיצוניות'דיגע התנהגות, אויב נישט האסטו נישט קיין רעאליטעט אין וואס זיך מתעמק צו זיין דאן קען מען גרינג אריינפאלן אין א דמיון של עמקות.

אין אפילו נאכדעם קען מען עס אויך נישט עכט עכט דערגיין, ווייל די סוגיא פון נפש האדם איז די טיפסטע סוגיא וואס איז דא אויף דעם עולם, דאס איז בעצם רוחניות און דאס ארויסצוהאבן איז די שליסל צו רוחניות,
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 4:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

ארגינעלע יוד האט געשריבן:חסידות זאגט אז גארנישט איז נישט קיין משל, אלעס איז א נמשל, דורך א השתלשלות.


איך וויל נישט אריינגיין דא אין א קבלה שמועס, מיין פוינט איז נאר בנוגע די נומערן אז דער נומער איז נאר א רעפרעזענטערטיוו, ער רעפרעזענטירט א דקות'דיגע נפש אלקי, עס איז נישט די נומער.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:מען דארף און מען קען יא אלעמאל קוקן אויף די שורש. אודאי דארפסטו גוט דורכנעמען די חיצוניות'דיגע התנהגות פון דעם מענטש, אבער צו בויען נאר אויף דעם איז אומריכטיג און פירט צו ראנג מסקנות.

אין הכי נמי, כזאג נאר אז מדארף קודם גוט קענען די בולט'דיגע חברה און זען זייער חיצוניות'דיגע התנהגות, אויב נישט האסטו נישט אין וואס זיך מתעמק צו זיין, מקען גרינג אריינפאלן אין א דמיון של עמקות.

אלעס קען געשען, מער מענטשן פאלן אריין אין דמיון של שטחיות.
אין אפילו נאכדעם קען מען עס אויך נישט עכט עכט דערגיין, ווייל די סוגיא פון נפש האדם איז די טיפסטע סוגיא וואס איז דא אויף דעם עולם, דאס איז בעצם רוחניות און דאס ארויסצוהאבן איז די שליסל צו רוחניות,

נו איז וואס? וועגן דעם קען מען עס נישט ארויסהאבן?
הנשמה שבמוחי
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

אחת לאחת, ווערטער זענען נישט קיין רעאליטעט נאר רעפרעזענטירן א רעאליטעט(אותיות התורה איז אנדערש פארשטייט זיך).
שטחיות איז בדרך כלל נישט קיין דמיון, אוואדע איז גשמיות איין שטיק דמיון און דורכן לעבן א שטחיותדיגע לעבן איז פשט אז מבלייבט אין גשמיות און בכלל מיט די צייט הייבט מען אן צו פארלייקענען די מושג פון פנימיות
(זיבענער..).
אבער ווען עמך יודן רעדן פון דמיון, מיינט מען איינער וואס בויט א בנין של דמיון, דורכן אוועקשטעלן יסודות שלא היה ולא נברא און ברוב חכמתו מאכט ער דערפון א יצירה.

רוחניות קען מען נישט ארויסהאבן,פינטל.
יעדע יוד האט א חלק אין די תורה און וויפיל מפארשטייט דערפון פארשטייט מען בס"ה זיך, נישט די עצם תורה, אוואדע איז די זיך א חלק פון די תורה, אבער דאס איז נישט די גאנצע וואס עס איז דא צו וויסן און צו קונה זיין, אזוי שרייבט דער פיסעצנער קלאר.
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 12:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

אונז דינג מיר זיך כמעט נישט.

בנוגע 'ווערטער', זאגסטו ממש וואס איך זאג.
בנוגע 'דמיון', בין איך נישט אריין אין אפטייטש פון די ווארט 'דמיון', איך רעדט בכלליות פון אנקוקן זאכן 'ראנג'.
בנוגע 'רוחניות', אודאי קען מען נישט ארויסהאבן 'עצם דברים רוחניים' אבער די 'שליסל' צו רוחניות קען מען יא, ודו"ק.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

ארגינעלע יוד האט געשריבן:והנפש השני מישראל הוא חלק אלוקי ממעל ממש, אבער אפילו א גוי כי בצלם אלוקים נברה האדם.
מרעדט מיר דא פון א דבר דק און פון דעם גיימיר דערגיין די חיסרון שבו...,
א מענטש איז א וועלט עש"ן דאס איז א כלל גדול, מלא כל הארץ כבודו, דער מענטש, דאס לעבן, שייכותן צו מענטשן, צו זאכן, מידות, הנהגות, אלעס איז געמאכט אונז צו געבן אן השגה צו די אמת'ע מציאות, און בעומק איז דער מענטש'ס נפש א השתלשלות אראפ פון אויבן פון כביכול אליינס אסאך אסאך מער פון דער דומם צומח חי מדבר, צו זאגן אז מרעדט פון נאמבערס און נישט פון קיין ספירות, פון די עניוגראמס און נישט פון קיין אידישקייט, נוטראלע כאראקטערס אן קיין שורש אין קדושה אדער טומאה, באדייט פשוט נישט ארויסהאבן די זאך,
סאיז אלעס דא איין שטיק יודישקייט איין שטיק עבודת השם, הכרת חסרון עצמי, לענ"ד ווער סאיז נישטא פאר דעם תכלית, איז פשט אז ער איז נישטא צו וויסן.
איך האלט אויך אז סאיז נישט קיין נחלת הכלל, סאסייעטי איז ליידער בכלל נישט קיין געטרויבארע זאך.
וויפיל לשון הרע הלבנת פנים רכילות ליצנות האט עס אנגעברענגט אן צו רעדן בכלל פון צדיקים?...

אבער למעשה איז דא אן אשכול פון דעם.. און זעמיר ביידע דא,

זאגסט פיין, זאגט גוט, גאר גוט, אבער איך פארשטיי נישט ווי דו קומסט דא אריין, ווי די זאגסט אליין איז דאס נישט געמאכט פאר סאייעטי.

אין שום ספק אז די רויט לייטס אין גאס זענען אלקות, אין שום ספק אז די סושי אין רעסטוראנט איז אלקות ממש, יעצט איז מיין שאלה: קען מען רעדן פון רעסעפיס / פארקינג טיקעטס אן פארשטיין וויאזוי עס האט א שייכות מיט די ספירות?

ווען דער חוזה פון לובלין האט געזאלצן די פיש ערב שבת האט ער עס געטון מיט יחודים ורזין עלאין, און להבדיל ווען איך טו עס ווערט עס געטון מיט די כוונות פון מרת לעפקאוויטש'ס רעסעפי בוק.

האב איך נאך א זכות קיום? מעג איך אייוועלטניק נאך רעדן פון גוטע רעסעפיס אן עס צופאסן צו די מדרגות פונעם חוזה?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

אז מען רעדט שוין יא דא אין פאליש אביסל די בית המדרש שפראך, לאמיר נאר צולייגן:

סאסייעטי באשטייט נישט פון די בני עליה, רשב''י זאגט ראיתי בני עליה מועטים הם, ריכטיג.
אבער דער זעלבער רשב''י האט אנערקענט אין די שיינקייט פונעם פעלד ארבעטער /פויער נאכן ארויסקומען פון מערה ביים דרייצענטער יאר ווען ער איז צוגעקומען צו די העכסטע דרגות, ווייל יענער פויער וואס האט געשמעקט די פיינע הדסים האט באשיינט דעם באשעפער, ממליך געווען דעם בורא עולם אויף זיין בריאה, מעלה געווען די נציצום פון די הדסים, לויט זיין מדרגה.

איך בין נאך מסופק צו דיין סטאטוס באלאנגט ביי די בני עליה... (דאס איז א קאמפלימענט :wink: ) אבער אויב ביסטו נאר א פשוטע איד וואס האט אביסל אינזין שמע ישראל ביסטו בעצם -בלויז דיין עקזיסטענץ- סאך העכער פון די גרעסטע תענוג וואס האסט נאר אמאל געהאט ברוחניות, דיין הבנה ברוחניות, ווי גרויס עס זאל נאר זיין, איז נישטיג קעגן די מעלה פון:
והנפש השני מישראל הוא חלק אלוקי ממעל ממש


איא?
זקן מלא רחמים.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

איך בין מסכים מיט דיר אז בעצם קוקן אויף די וועלט און פארזען די אלוקית שבו, די חכמה, די חסד, די גבורה, די סוד, מה לקרב ומה לרחק, איז בעיסיקלי גארנישט געזען, און רשב"י האט נאר ארויפגעקוקט דער פויער וואס האט געניצט די הדסים לכבוד שבת צו ממליך זיין דעם אויבערשטן.
אבער לענ"ד איז די נפש האדם אסאך מער אזוי, און ס'איז נישט שייך עס צו זען אן קיין רוחניות, סאיז אזויווי איינער זאל פרובירן צו פארשטיין די תורה אבער אן די רוחניותדיגע חלק שבו, קב"ה ואורייתא וישראל חד.

כמיין אז די נקודה איז טאקע די עיקר חידוש וואס ר' שרגה פליישמאן ברענגט צום טיש, פסיכאלאגיע און רוחניות זענען נישט קיין צוויי זאכן, סאיז היינו הך.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”