הילף אין חיזוק פאר יסורי נפש ליידענדע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:טייערע חברים,

אויב ווילט איר דעם תועלת פון רבי דל, הערטס אויף צו פרעגן פראגעס און גיבן עיצות, און פראבירן פארשטיין זיין פראבלעם.

עטץ קענטס אלע שרייען אויף איין קול, רעד צו א היימישען ריפערעל עיזשענסי "מארגן" און טוע וואס ער הייסט דיר. נישט קיין חילוק צו יענער הייסט ריליעף אדער רפואה אדער ריזשענעל.

אלס אנדערש איז פיטפוטי דברים בעלמא און קאנטאר פראדאקטיוו.

# עניות דעתי

@געשמאק, איך ווייס נישט צו דו מיינסט מיך.
אבער "אני על משמרתי אאעמודה". רבי דל לויט ווי ער לייגט אראפ זיין מצב דארף איינער אן עקספערט זאל אים גיידען. ער שרייבט אז ער איז שוין גווען ביי פארשידענע פסיכלאגען. עס איז נישטא גארנישט וואס זאל מיך מאכן טראכטען אז דורך אפאר תגובות אויף אייוועלט, גייט ער ארויסקריכן פון זיין שווערען מצב.

סא שרייבן מהלכים און עיצות און חיזוק, איז זייער גוט. אבער נישט דאס איז וואס רבי דל דארף. ער דארפ טוען צו די זאך און רעדן צו א היימישען רעפערעל עקספערט. אלס אנדערש איז קאנטער פראדאקטיוו.

#עניות דעתי
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שכוח געשמאקער דו לייגסט זייער גיט אראפ א טערעפי וואס הייסט מיינדפולנעסס טערעפי.

ס' גיט צו וויסן בעפאר מען מאכט דעם סקען באדי טערעפי זאל מען אריינאטעמען א פאר מאל אריין און ארויס ווי לאנג מען שפיערט זיך אין א מצב פון טרענס דעמאלטס פאנגט מען אן צו שפיערן דעם באדי און ס' העלפט שטארק
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

געשמאקער האט געשריבן:ד - נאטורליכע היפנאזעס

איך האב א געוואלדיגע Mp3 פון בערך 18 מינוט, ס'האט מיך ארויסגענומען פון ממש טיפע שווערע מענטל מצבים.

שוין ארויפגעלייגט

לעצט פארראכטן דורך געשמאקער אום זונטאג נאוועמבער 29, 2015 11:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

fiena nieas האט געשריבן:שכוח געשמאקער דו לייגסט זייער גיט אראפ א טערעפי וואס הייסט מיינדפולנעסס טערעפי.

כ'האב מיך עס נישט געלערנט כדי צו זיין א טערעפיסט, נאר ליידער האב איך געדארפט ציקומען דערצו, און פארדעם ווייס איך ווי גיט ס'העלפט.

און איך ראט דאס פאר יעדן איינעם, נישטא קיין שום סייט דעפעקטס, און מ'האט נישט וואס צו פארלירען

נאר געדענק! גארנישט גייט נישט טשיק טשאק 1 2 3, מ'דארף האבן אביסעל געדילט (און אסאך מאל מער ווי אביסעל)

fiena nieas האט געשריבן:ס' גיט צו וויסן בעפאר מען מאכט דעם סקען באדי טערעפי זאל מען אריינאטעמען א פאר מאל אריין און ארויס ווי לאנג מען שפיערט זיך אין א מצב פון טרענס דעמאלטס פאנגט מען אן צו שפיערן דעם באדי און ס' העלפט שטארק

גערעכט! אבער איך האב נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן יעצט פינקטליכע אינסטראקשעןס

געשמאקער האט געשריבן:
פינקטליכע אינסטראקשענס וועל איך אפשר מסביר זיין אין א צווייטע געלעגענהייט,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מטעמים האט געשריבן:איך בין נישט און די ליין, איך קען דיר מן הסתם גארנישט העלפען. איך וועל אבער נעמען א מינוט און דאנקען דעם הייליגען באשעפער פאר אלע חסדים וואס ער טוהט מיט מיר און בפרטיות אז איך פארשטיי נישט צו די פראבלעמען און איך בעט דעם באשעפער אז נישט איך און נישט מיין משפחה זאלען וויסען פון די דאזיגע מיחושים.
און די יודען וואס מוטשענען זיך דערמיט זאלען אויפגעראכטען ווערן מיט די ריכטיגע רפואה בקרוב אכי״ר.

גוט געזאגט!!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

נודה לך האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן: ...... איך וועל אבער נעמען א מינוט און דאנקען דעם הייליגען באשעפער פאר אלע חסדים וואס ער טוהט מיט מיר און בפרטיות ......און איך בעט דעם באשעפער אז נישט איך און נישט מיין משפחה זאלען וויסען פון די דאזיגע מיחושים.
און די יודען וואס מוטשענען זיך דערמיט זאלען אויפגעראכטען ווערן מיט די ריכטיגע רפואה בקרוב אכי״ר.

גוט געזאגט!!!
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

כ'האף בקרוב צו לייגען נאך עצות, ווי אויך אביסעל פארבעסערן / אויסברייטערן געוויסע ענינים וואס איך האב שוין געשריבען.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

ענטשולדיגט טייערע קאלעגעס פאר'ן עובר זיין אויף במקום גדולים אל תעמוד...

מיטפיהלנדיג שטארק דעם צער פון ר' דל, קען איך זיך נישט איינהאלטן איהם צו ראטן, מיט אלע אידישע קינדער וואס ליידן פון ענליכע יסורי נפש, סיי די וואס טוהען דרויסנדיגע השתדלות, און כל שכן די וואס נישט. אז מ'זאל ליינען די ספרים פון הרב ארוש שליט''א, בעיקר 'בגן האמונה' ''אני ה' רופאיך'' און ''שעריו בתודה'' (- - איין מינוט, האק נישט אריין, ידעתי בני ידעתי אז ס'איז דא געוויסע פרטים וואס ווערן דארט געברענגט, וואס עס איז דא מפקפקים דערויף, טאקע מתוך חסידי ברסלב גופא. אבער דארפסט פארשטיין, מיר רעדן דא פון מענטשן וואס שטייען אויפ'ן שוועל פון.... און אויב דאס וועט זיי אריינברענגען א דאזע פון אמונה בטחון און שמחה, אזוי ווי זיין געשמאקע ווארימע תמימות'דיגע שפראך, איז עס דאך פארט אזוי כשר ווי די אלע פסיכישע מיטלען שמקורם קדוש מ... איבערגעדעקט מיט אפירגעקראצטע פסוקים און מאמרי חז''ל און ספרי חסידות וואס האבן זיכער נאר געמיינט אט די טעראפי ודי...) רבותי הקדושים! ביודעי ומכירי קאמינא, פון שווערע נשברי לב, וואס לעבן ממש א חיים טובים דורך די אלע ספרים תלי''ת.

און איך בעהט ברחמים, נישט אוועקפירן די הייקעלע נושא צו קריגערייען בנושא די ספרים. ווער עס וויל, איז מכובד צו באזוכן דעם אשכול המיוחד לכך ספר בגן האמונה, און זיך דארט לאזן הערן.

און יעצט צוריק צו אונזער ענין, א בקשה צו אייך ר' דל; בעזר השי''ת, ווען דו וועסט בקרוב האלטן ביי די ליכטיגקייט וואס איז ביים סוף פונעם טונעל, זאלסטו דיר שוין פארנעמען ''אל תמנע טוב מבעליו'', און זאלסט אונז אלע דא מודיע זיין וויאזוי דו האסט דורכגעמאכט דעם שווערן וועג, וואס ס'האט דיר באמת געהאלפן, און וויאזוי דו האסט זיך איבערצייגט די טובה וואס ס'איז ארויסגעקומען פון דיינע שווערע איבערגייעכצער, וויאזוי דו האסט פארשטאנען דעם ליבליכן מעסעדזש וואס דער אייבערשטער האט געוואלט פון דיר. און אט די קבלה, וועט דיר זיין א גוטע סגולה אז זאלסט שנעל אנקומען אהין!...

אויך יעצט קענסטו אונז שוין זאגן וויאזוי דו געבסט זיך פארט אן עצה בשעת עס ווערט דיר אביסל לייכטער דא דארט, דאס איז אויך א סגולה און אויך א דרך הטבע אז ס'זאל דיר גרינגער מאכן...

ויה''ר שיתקיים מהרה ''שמחנו כימות עיניתנו'' בב''א.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

ערנסט גערעדט האט געשריבן:ענטשולדיגט טייערע קאלעגעס פאר'ן עובר זיין אויף במקום גדולים אל תעמוד...

א גרויסן שכוח פאר דיינע ווארימע ווערטער, אסאך חיזוק אין ווארימקייט ביינזאם, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן מיט כל מילי דמיטיב.

איך געב מיר דערוויל אן עצה מיטן זיך אויסרעדו אביסל צו מענטשן, איך האב מיך פארבינדן מיט גוטע אידן פון דא אייוועלט אין אזאלכע ענדליכע מצבים צו מיר דאס געט א מוראדיג חיזוק אין גוטע שפירונג (ניין דאס האט נישט מיטן זיך מאכן א רחמנות און באקומען רחמנות וואס מהאמיר גערעדט מיט "גיי שוין גיי" די פאקט איז דאגה בלב איש יסיחנה לאחרים זאגט שלמה המלך דאס אליין די זיך אויסרעדן העלפט צו אין סמאכט אסאך גרינגער , אסאך מאל קען איך האלטן מיין צער אין מיר אין ס'עסט אויף, אז מהאט וועים צו קאלן אין זיך אויסרעדן נאכדערצו דעי וואס פארשטייען דערצו איז נישט דא נאך אזא גוטע פילינג. והמבין יבין)

דער אייבערשטער וועט אוודאי העלפן אז אחינו כל בית ישראל יוציאם מצרה לרוחה ומאפילה לאור גדול .... סזאל זיין לעכטיג פאר יעדעם איינעם יעדער זאל זיין בשמחה תמיד
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

http://zahlers.com/?s=pas&x=0&y=0
PAS איז זייער א שטארקע ווייטעמין וואס העלפט זיך האלטן רואיג
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

רבי דל,

איך קען אייך נאך איינמאל פראבירן צו זאגן מיין ארימע מיינונג.

להנאתך ולטובתך פארבינד דיך מיט א רעפערעל עיזשענסי. חיזוק פון אייוועלט מיטגלידער איז זייער פיין, א באנדאזש אויף א מכה. עס היילט נישט דעם שורש.

זאלסט האבן הצלחה וואס דו טועסט.
Flash light
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Flash light »

Inositol
is very hellpfull

http://www.amazon.com/Solgar-Inositol-v ... tol+solgar

2capsules a day and changes your mood for the better

no side effect ,anybody can take it even a healthy person it reduce a lot allergy symptoms it has a lot of advantages
ניק נקי
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 11:23 pm
לאקאציע: ביי קריעת ים סוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק נקי »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:רבי דל,

איך קען אייך נאך איינמאל פראבירן צו זאגן מיין ארימע מיינונג.

להנאתך ולטובתך פארבינד דיך מיט א רעפערעל עיזשענסי. חיזוק פון אייוועלט מיטגלידער איז זייער פיין, א באנדאזש אויף א מכה. עס היילט נישט דעם שורש.

זאלסט האבן הצלחה וואס דו טועסט.

כ'מיין אז דו האסט שוין גענוג מאל געזאגט דיין מיינונג.. מ'האט עס שוין געהערט..
אמווייניגסטענס זאג כאטש נישט "ארימע" אוו די צייט וואס דו האלטסט נאר פון דיין מיינונג, און דו לאזט נישט דל אויסהערן א צווייטענס.
(נישט געמיינט צו זיין אזוי שארף)
ניק נקי
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 11:23 pm
לאקאציע: ביי קריעת ים סוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק נקי »

א גוטן הרב דל. ערשטענס א ברכה אז דו זאלסט ברוב ממש ארויסקריכן פון דעם פראבלעם בס"ד און קענען העלפן אנדערע.
א גרויסער מבין בין איך נישט, אבער א שטיקל געפיהל דערצו האב איך ב"ה,
קודם בין איך זייער אויפגעשוידערט צוצוקוקן ווי מ'פארגיסט דא דיין בלוט ברבים ליידער, וויל איך דיר בעטן זאלסט פארשטיין אז די אידן ווייסן ב"ה נישט וואס דאס מיינט ממילא קוקן זיי עס אן כאילו דו ביסט אליינס שולדיג.
כ'האב טאקע געהערט אמאל פון א רעדנער אז די חולי נפש מאכן נעבעך מיט אויך פון די ארומיגע, אנדערש ווי ווען מ'האט ח"ו יענע מחלה וכדו' וואס אלע ארומיגע שוינען און האבן מיטגעפיהל איז חולי נפש האלט מען אויף אים אז ער מאכט זיך נאריש און ער איז זיך אליינס שולדיג, און דאס מאכט עס אסאך שווערער פארן ליידענדער..
בקיצור ווי געזאגט קען איך דיך נישט דא מער צוגעבן אויסער אביסל חיזוק,
איך וויל נאר אביסל בעסער פארשטיין וואס דו ציהלסט דא?
מעדיקעישאן נישט.. וואס יא??
נאר חיזוק? דהיינו ביסטעך ח"ו מייאש??? נאו מאר השתדלות?
אדער ביסט נאך גרייט צו גיין צו פסיאכאלאגן? אויב יא? און דו זוכסט נאר בעסערע ווי ביז יעצט?
איז טאקע כדי צו רופן רפואה העלפ-ליין מיין איך,
אדער זוכסטו פשוט נייע עצות (אפשר סגולות גאר..)?
קלאר עס אויס אביסל..
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

געלאסן האט געשריבן:פאר גרונטליכע הילף קענט איר אנפרעגן ביי 914-242-1678
זיי (מאן און פרוי) ארבעטן אויף א געוואלדיגן מהלך און גאר געוואונטשענע רעזולטאטן ב''ה (ביודעי קאמינא).
אנטשולדיגט איך קען נישט מאריך זיין במקום שצריך, ביטע מעלדט דא אויב ס'איז כדאי געווען.

אנטשולדיג איך קען נישט לינקן א תגובה
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
הכא מסתברא
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכא מסתברא »

א גיטען אווענט דל גאה

איך האב ערשט פריער געליינט דיין ביטער פעקל יסורים וואס דו רעדסט זיך דא אויס נעבעך,
איז פאר איך גיי דיר דא שרייבען מיין מיינונג וויל איך דיר נאר קודם אויפמערקזאם מאכען איין זאך וואס איך האב באמערקט אז דו האסט דא אליין איבער א מנין חבירים וואס זארגען זיך פאר דיין וואוילזיין און האבען שטארק מיטלייד מיט דיר און נעמען אראפ פון זייער טייערע צייט צי שרייבען א גיטע עצה א סגולה יעדער וויל דיר העלפען, און איך בין זיכער אז יעדער דא וואלט זיך געפרייט דיך צי זען באשיינען זייער שמחה און אויך אנטייל נעמען אין דיינע שמחות,

אבער דער אמת איז אז קיינער דא קען דיר נישט העלפען ווייל וויפיל דו האסט געשריבען איז ווייט נישט געניג אינפארמעישאן אז מען זאל דיר קענען געבן די ריכטיגע עצה אדער רפואה, ווייל אפילו דער גרעסטער דאקטער און סיי וועלעכע פיעלד קען שרייבען ארטיקלען און געבן עצות און דזשענעראל אבער יעדער מענטש איז א וועלט פאר זיך וואס מען דארף גיט דייעגנאזען פאר מען קען צי טרעטן צי חלק הרפואה,

אויב דאס איז דער מציאות ביי חולי הגוף איז דאס נאך אסאך מער ביי חולי נפש,

ע"כ די בעסטע עצה וואס איך קען דיר געבן אז דו זאלסט נישט ווערן מוטלאז און נישט אויפגעבן ווייל עטליכע דאקטוירים האבען דיר נישט געקענט צופיל העלפען, נאר מאך דיין היים ארבעט און אינטערעסיר דיך ווער ווי עס איז דא א גיטער פראפעסאר פאר די פראבלעמען און גלייב מיר אז יגעתי ולא מצאתי אל תאמין און מיט'ן אייבירשטענס הילף וועסטי קענען טרעפן דעם ריכטיגן שליח וואס ווייסט די שאלות וואס צי פרעגן און דיך גיט א דורך סקענען און מאכען די ריכטיגע דייעגנאוז און דיר בעהש"י העלפן טוישען דיין מצב לטובה,

אבער ווי די ווערטל גייט אז ביזן קרעטשמע דארף מען דאך אויך א טרינק... וועל איך אויך פרובירען דיר געבן א דזשענעראל עצה וואס וועט דיר אפשר קענען פארגרינגערן דעם אנגעוויטיגטן מצב ביז דו קימסט אן צום ריכטיגען טעראפיסט/סאקייעטריסט

לויט ווי איך ליין ביזטי זייער אנגעווייטאגט וועגן "יענע".. וואס זאגט יענער, וויאזוי טראכט יענער, וואס האלט יענער פון מיר, וואס רעדט יענער פון מיר, נישט קיין חילוק צי יענער איז א חבר אדער דער בעה"ב, און אין דיין קאפ האסטי אפגעמאכט אז "יענע" האבען נאר נעגאטיוו אנקעגן דיר במילא ווילען "יענע" נישט האבען קיין פארקער מיט דיר, און דאס וואס "דו" זעסט איז וואס דו זאגסט דיר אליין אז דו זאלסט זען און דאס איז וואס אן קאנטשעסלי ווילסטי זען.. און דאס איז אז "יענע" ווילען נישט האבען מיט דיר קיין פארקער,

דער בעסטער משל וואס פאלט מיר איין דיר פארשטיין געבן ווי אזוי דער מח דיקטירט דעם מענטש איז אזוי ווי איינער וואס גייט קויפען א ביואיק אינקלעיוו און דער דילער רעדט אים צי צי קויפען א ניסאן מארענאו, ער פרעגט א
וואס ? איך האב און מיין לעבן נאך פון אזא קאר נישט געהערט און אוואדאי דאס נישט געזען..! אבער אונזער געניטער דילער האט אים דערין אריינגעזעצט און ער פארט דערמיט ארויס פון לאט, וועלעכע קאר טראכסטי זעט ער פליצלינג אויף יעדע קארנער ווי ער קיקט נאר? האסט ציגעטראפען..
א ניסאן מארענאו.. ווייל אן קאנטשעסלי וועט אים דער מח ווייזען דאס וואס ער וויל באמת זען,

אויף אידיש זאגט מען דאס אזוי
בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו

דעריבער מיין איך אז דו זאלסט זיך אפשאקלען פון יענעם און זיך אריין לייגען און "זיך" און האב נישט מורא יעצט פון גאווה.. אויף דעם שטייט ויגוה ליבו בדרכי ה' ושמרתם מאוד לנפשתיכם א מצות עשה אין דו הייליגע תורה איז אויך געקאווערט אין דעם פסוק, און דערצייל פאר דיר אליין דיינע מעלות וואס דו האסט פארוואס א יעדער איינער האט דיך אזוי ליב פארוואס א יעדער וויל אז די זאלסט זיין ביי זיין שמחה פארוואס יעדער פילט אזוי גיט צי זיין נאנט מיט דיר, דערצייל דיר אליין וואס פאר א גיטער ארבעטער די ביזט אז דיין בעה"ב פילט א הכרת הטוב דיר צי באצאלען פינקטליך א יעדע וואך, און דערצייל דיר אליין וואס פאר גיטער טאטע דו ביזט אז דיינע קינדער קענען שוין קוים ווארטען אויף דיר יעדן טאג, דערצייל דיר אליינס וואס א געטרייער וואוילער מאן דו ביזט צי דיין ווייב אז זי פריידט זיך דיך צי זען יעדן טאג אהיימציקומען פון די ארבעט געזינט און פריש,

בקיצור דו זאלסט רעדן צי דיר אליין און זאגען אין הדבר תלי אלא בי ווייל באמת זענען דא געניג און נאך מענטשען וואס זענען און ווילען זיין דיינע נאנטע חבירים און זיי וואונדערען זיך וואס מיט דיר גייט פאר? פארוואס "דו" ווילסט נישט פארברענגען מיט זיי און מיט לעבן זייערע שמחות און זיי לאזען נעמען אנטייל און דיינע שמחות נאר זיי ווייסען נישט ווי אזוי צי רעדן מיט דיר דערוועגן אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר זאגען זיי גארנישט און דאס גיט דיר נאך צי אום בארעכטיגטע לעגימיטעיט צי דיין אייגענע נישט ריכטיגע מסקנה וואס ברענגט דיך אינגאנצען אראפ ה"י, לאז דיך נישט זיך אליין אומברענגען,

אז מען רעדט שוין איבער די נושא פון חבירים איז דא און פלאץ אויפציברענגען די זאך פון חבירים,

מען ברויך צי פארשטיין וואס איז דאס א "חבר" בכלל אויף וואס אסאך מענטשען לאזען זיך אליין אזוי ציגרינד לייגען זייער לעבן? באמת א מענטש וואס האט א ווייב מיט קינדער און א דזשאב א גאנצען טאג ווי האט ער נאך צייט צי אזויפיל חבירים? און צי וואס פעלט אויס די אלע חבירים? זענען די אלע הינדרעטער חבירים א הילף צי א גליקליך לעבן אדער גאר א שטער?

ווען איינער מאכט א גרויסע קידוש שבת אינדערפרי און אלע "חבירים" קומען צי גיין צען בלאק צי טרינקען לחיים און ווינטשען ווינטשען מזל טוב וויפיל פון די וואלטען געקומען דעם וועג ווען עס איז דא צי טרינקען נאר שליוואוויטץ מיט א שטיקעל האניג קעיק צי ווינטשען לחיים ?

זענען די אלע חבירים אזעלעכע וואס וועלן קומען צי לויפען דיר העלפען אינמיטען די נאכט אדער זענען זיי נאר "באקאנטע" וואס קענען זיך פון חדר ישיבה ביהמ"ד וואס זענען דא איינער צים צווייטען ווי לאנג עס איז דא ניינצענער מיט יאפטשיק? אבער און די רגע וואס דו פאלסט איז קיינער נישט דא ווער עס זאל אים אינטערהאלטען און מען טרעפט זיך איינער אליין אויף דער וועלט און עס ווערט עולם חשך בעדו..?

איך האף אז מען פארשטייט מיך קלאר,
איך בין נישט אנטקעגן די גרויסע קדישים וואכנאכט שלום זכור מלוה מלכה'ס קומזיצען ווי מען קומט זיך ציזאמען באחדות גרויסע חלקים פון כלל ישראל און מען פארברענגט מען עסט און מען זינגט אינאיינעם באהבה חבירים ידידים מיט באקאנטע, אדרבה דאס איז זייער א גיטע און געזינטע זאך, און איך וויל אויך נישט מאכען קיינעם דא דאס לעבן זויער ח"ו ווייל מען דארף אויך האבען די ידידים און באקאנטע, נאר מען טאר נישט פארמישען און דעם גרויסען רוישיגען לעבן דאס מין זאך ווי חבר מיט ידידים און באקאנטע וואס זייער אסאך מענטשען טוען יא און ווען עס קומט אמאל א צייט און מען דערזעט זיך אז מען האט נישט קיין איין "חבר" ווערט ביטער דאס לעבן,

די משנה זאגט קנה לך חבר, איך פארשטיי נישט, היינט זעט מען אז מענטשען האבען הינדרעטער חבירים און די משנה זאגט קויף דיר א חבר, ווער וועט קויפען א קאר ווען אויף א גאס ארויפציר טיילט מען ראלס רויז קארען?

עס ווערט געברענגט א מעשה אז א בחור האט אמאל געפרעגט זיין טאטען וויפיל חבירים ער האט און ער האט זיך אויפגעטאן פאר זיין טאטען אז ער האט הינדרעדט חבירים, זיין טאטע האט אים געזאגט אס ער האט נאר איין און א האלב חבירים.., דער בחור איז געבליבען שטיין פארווינדערט נאר איין און א האלב? און וואס פאר א נומבער איז דאס א האלב?

האט אים דער טאטע געפרעגט אויב ער האט שוין אויסגעפריווט זיינע הינדרעדט חבירים צי זיי זענען טאקע אמת'א חבירים? זאגט ער אוואדאי יעדע נאכט קומען זיי זיך ציזאם ביי אים און מען טרינקט מען זינגט מען פארברענגט ביז שפעט און דער נאכט.. וואס פאר א פראגע איז דאס אפילו..?

האט אים דער טאטע געזאגט אז די ווילסט זען אויב זיי זענען דיינע אמת'דיגע חבירים נעם א בליטיגע זאק לייג אריין דערין זאמד עס זאל זיין שווער און לייג אריין א קאפ פון א בהמה עס זאל זיין א שלעכטער גרוך און הייב אן ארום גיין דערמיט צי אלע דיינע חבירים און דערצייל זיי א מעשה אז דו ביזט געווען און א באר ווען איינער איז אריינגעקומען און ער האט זיך מיט דיר אנגעהויבען צי שלאגען און דו האסט אים דערהארגעט און דו בעטסט הילף פטור צי ווערן פון די זאק מיטן טויטען דערין,

האט ער אזוי געטון און אינדערפרי האט ער אנגעהויבען ארום צי גיין פון איינעם צים צווייטען ביז ביינאכט ווען ער איז אנגעקומען צוריק אהיים אינגאנצען ערשעפט אן א כח אינגאנצען אנידערגעשלאגען און ציבראכען זאגט ער טאטע איך האב נישט קיין איין גיטען פריינט יעדער האט מיך פאריאגט קיינער האט מיך נישט געוואלט קענען...,

זאגט ער טאטע יעצט לאמיך זען דיינע איין און א האלב חבירים?

זאגט דער טאטע גיי צי יעקב אויף די אדרעס און זאג אים די זעלבע דרשה, ער קומט אן צי יעקב און זאגט אים אז ער איז משה נחום'ס זין און דערציילט אים וואס האט פאסירט און בעט הילף, יעקב הייבט אים אן אויס מיסר'ן ווי אזוי האסטי געהארגעט א מענטש? ווי פאסט דאס פאר א זין פון דיין טאטען? דו ווייסט וואס פאר א צרות איך קען האבען אז מען כאפט מיך דיר העלפען מיט דעם טויטען? אבער אזוי ווי דו ביזט דאך א זין פון משה נחום איז קום וועל איך דיר העלפען פטור ווערן דערפון,

ער צוריק אהיים און זאגט פארען טאטען איך האה שוין געזען דיין חבר יעצט לאז מיך זען דיין האלבער חבר.., זאגט דער טאטע ניין פריער האסטי געזען מיין האלבער חבר יעצט גיי צי מיין חבר שמעון, ער גייט און קלאפט אן אויף שמעון'ס טיר ער קומט ארויס און זאגט אז ער איז משה נחום'ס און.. שמעון ווי נאר ער באמערקט די בליטיגע שווערע זאק כאפט ער תיכף וואס דא האט פאסירט זאגט ער פארן זין שנעל שנעל קום פארברענג נישט קיין איבעריג צייט מיט רעדן.. לאמיר שנעל באגראבען דעם טויטען און לאמיך דיך באהאלטען פאר די פאליציי קומט אן,

איז דער זין צוריק אהיים געקומען זאגט ער טאטע ווי אזוי פארשאפט מען זיך איין אזא חבר איך האב נישט קיין איין גיטען פריינט צי מיין לעבן...,

דאס זאגט דער משנה קנה לך חבר נישט באצאלען מיט געלט קויפען א חבר, נאר א חבר קויפט מען מיט הארץ,

אזוי ווי איך האב פריער געשריבען מען זאל מיך קלאר פארשטיין אז איך מאך נישט אוועק די פארברענגען מיט ידידים און באקאנטע, אבער אפשא איז צייט אריין צי טראכטען צי מען מיט נישט אריבער דאס שטריקעל אביסעל שוין,

איך געדענק נישט מיין טאטע זאל זיין געזינד ביז הינדרעדט און צואנציג יאר זאל זיין אנגעבינדען מיט אזוי פיל חבירים און לעבן,
יא ער האט געהאט עטליכע חבירים מיט ידידים באקאנטע אויף די גאס און שיל האט מיין טאטע כמעט נישט גערעדט מיט קיינעם היינט נאך אויך נישט, נאך די ארבעט איז ער אהיים געקומען און געווען א מאן און א טאטע צי אריבער צען קינדער קע"ה, ער האט מיט יעדן פארברענגט ער האט נישט ארום געקאלט קיינעם, ער איז נישט געגאנגען יעדע נאכט צי "עפעס" א שמחה ערגעץ ווי זיין שמחה איז געווען צי זיין אינדערהיים און דעריבער האט יעדעס קינד געפילט ווי א בן יחיד.. אזוי פיל צייט האט ער געהאט פאר יעדן קינד, און ער איז נישט אן אויסנאם נאר אזוי איז מער ווייניגער א יעדער געווען מיט א צוויי צענדליג יאר צוריק אינגאנצען,

היינט איז שוין גאר אן אנדערע וועלט,
היינט פילט שוין א בן יחיד אויך נישט אז ער האט א טאטע, די אלע וואטסאפ גרופס הערט נעשט אויף פייפען קיין איין סעקונדע און מען מיז זען וואס יענער האט געזאגט, וואס האלב אדער מער פון יענער'ס אויף'ן גרופ קען ער אפילו נישט און רובא דרובא מאל ווען מען זעט ווער עס איז דער גרויסער חכם וועמען'ס חכמה ער מיז אלס ליינען דער ערשטער געט מען אזא קרום מיטן פנים און מען טראכט אזוי צי זיך אוי געוואלד צי דעם שוטה..? און עס שטעלט זיך ווידער ארויס ווי גערעכט זענען די חכמים ווען זיי זאגען טוב לו לאדם כשלא הכירו מ...

און צוריק צי גיין צי די קדישים שב"ק אינדערפרי וויפיל מאל איז דער וואס שטעלט צי קידוש צי מאכען פארן עולם נישט צוליב א שמחה נאר ווייל ער איז דער קהל'ס נער פון די שיל.. מען קלאפט אים אויף'ן ריקען מיט א שמייכעל און מען זאגט אים ווי גיט דער טשאלענט איז געווען וואס מיינט און אנדערע ווערטער זיך דא א ווידער זען אי"ה נעקסטע וואך,

און וויפיל מאל רופען אינגעלייט אהיים חבירים פון שיל קידוש מאכען און זייערע ווייבער רעגן זיך דערויף ווייל מען האט זיי נישט געלאזט וויסען פון דעם פלאן און זיי האבען געגרייט דעם טיש צי די סעודה נישט פאר א קידוש, די הינגעריגע משפחה דארף יעצט ווארטען נאך א שעה ביז יעדער אלע חבירים וועלן זאגען זייער מבינות אויף יעדן פלעשל אלקאהאל, און מען לאזט דערנאך איבער א שמיץ וואס די ווייב דארף יעצט אויפרוימען און פריש אנגרייטען פאר די סעודה צי וואס דער אינגערמאן גייט זיך יעצט זעצן עסן מיט אן אויפגערעגטע ווייב בשעת אלע חבירים שפאצירען זיך יעצט אהיים פרייליכע..,

עס איז נאך דא אסאך צי שרייבען איבער די נושא,

המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
ר' יענקי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 8:13 am
לאקאציע: צו דיין רעכטע האנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יענקי »

א גוטן ר' דל!
די גמ' זאגט און פסחים נד עמוד ב, ת"ר שבעה דברים מכוסים מבני אדם אלו הן יום המיתה ויום הנחמה, זאגט רש"י ויום הנחמה - של כל אדם מתי יתנחם מדאגתו: עכ"ל, דיין צער איז איום ונורא, און חייו אינן חיים, אבער נישט פארגעסן אז קרוב ה' לנשברי לב, ותפילה לעני גדול מכל התפילות שבעולם!, און סאיז דא א יום נחמה!! דער אייבערשטער זאל דיר העלפן בקרוב ובניקל אן אלע מעדיצינען, נאר ע"י ידו הגדולה.

ויש תפילה שנענה תיכף, ויש למ' יום, ויש ביותר זמן, אבל כל תפילה נענה לבסוף, ומועיל עליך ועל דורותיך! ודבר שנצטער בו אותו צדיק אל ייכשלו בו זרעו.

איך דריק דא אויס מיין שארפטע מחאה קעגן די וואס מאכן סתם חוזק! ר' יוד זענט איר אמאל געווען אין אזא מצב? וואס הייבט איר אן צו רעדן אין א נושא וואס איר האט נישט קיין אהנונג בכלל???? אויב חז"ל זאגן אז א גוט הארץ איז חייו אינן חיים, דאן איז איינער מיט די קלייניקייטן -יא קלייניקייטן- אבער זיי נעמען איבער די מענטש בע"כ, אודאי אז חייו אינן חיים. השם ירחם.

און נסתרים דרכי ה', איך בעט דיך זיי מיר מוחל פאר די קומענדיגע שורה, אבער פאר דיר צו טראכן אין געדענקען (איך שרייב פון עקספיריענס), מטאר נישט פארגעסן אז דער בורא טוט נישט קיין זאך נאר מיט רחמנות. ואכמ"ל.

און דער ליבער בורא זאל דיר שוין מגלה זיין ביי וועלכע רופא די השבעה איז געווען אז דו זאלסט נתרפא ווערן, און זאלסט שוין זוכה זיין צו טועם זיין די טעם החיים מיט שמחה, מיט א פרייליך הארץ, צופרידערנערהייט מיט כל טוב, והסר ממנו יגון ואנחה במהרה בימינו אמן.
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ר' יענקי אייערע ווערטער זענען געוואלדיג קולע אל השערה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
ר' יענקי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 8:13 am
לאקאציע: צו דיין רעכטע האנט

רק לציין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יענקי »

נא לעיין בספר דברי סופרים אות ו' דברים נפלאים מאוד, כי לפעמים בזה הצער נמתק מן האדם מיתה. ומחדש יותר דהזמנים האלו שהאדם בצער לא נמנה כשנותיו, ואם נגזר על האדם לחיות למשל שבעים שנה, אם היו לו שלשים שנה בצער, יחיה מאה שנה. עד כאן תוכן דבריו.
ומ"מ לא באתי רק לציין, אבל העיקר לידע ונאמין בכל מקרינו כי הכל מלעילא, וכההוא עובדא בברכות דף... דא"ל לעיין מר במיליה וכו' עד שאמרו לו ומי חשיד קוב"ה דעביד דינא בלא דינא??? הרי לנו כי הכל מלעילא והכל בחסד, אודאי שע"פ חיוב השתדלות מוטל על האדם לעשות מה שביכלתו לעזור לעצמו, אבל לא לשכוח מש"כ החזו"א כי התפילה מועיל יותר מן ההשתדלות. וה' יעזרינו על דבר כבוד שמו. אנס"ו

נ.ב שכוח ר' נודה לך! המברך יתברך
לעצט פארראכטן דורך ר' יענקי אום זונטאג יולי 31, 2016 5:29 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מוראדיגע ווערטער. ווער איז די מחבר?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
שלאך
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 22, 2016 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאך »

איך האלט דער דל גאה איז שויל לאאנננגגגג אויסגעהיילט, סתם מאכט ער לצנות פון דער עולם :!:

דל גאה האט געשריבן:אוי איז דעיס יסורים די מרה שחורה וואס איך באקום איז עפעס אום באשרייבליך און מיינט נישט דעיס דויערט אפאר טעיג ארויס צוקומען פון דעים
קומט שפילן לעבעדיג לאך און האפקע, אבער געב אכט ווער נישט קיין שלאך
פארוואס האט שלאך נישט ליב געפילן? דא
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

שלאך האט געשריבן:איך האלט דער דל גאה איז שויל לאאנננגגגג אויסגעהיילט, סתם מאכט ער לצנות פון דער עולם :!:
דל גאה האט געשריבן:אוי איז דעיס יסורים די מרה שחורה וואס איך באקום איז עפעס אום באשרייבליך און מיינט נישט דעיס דויערט אפאר טעיג ארויס צוקומען פון דעים

דאנק דעם אייבערשטען אז די ווייסט נישט וואס דאס מיינט, און בעט אז די זאלסט נישט ווערן געפריווט מיט דעם.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

געשמאקער האט געשריבן:
שלאך האט געשריבן:איך האלט דער דל גאה איז שויל לאאנננגגגג אויסגעהיילט, סתם מאכט ער לצנות פון דער עולם :!:
דל גאה האט געשריבן:אוי איז דעיס יסורים די מרה שחורה וואס איך באקום איז עפעס אום באשרייבליך און מיינט נישט דעיס דויערט אפאר טעיג ארויס צוקומען פון דעים

דאנק דעם אייבערשטען אז די ווייסט נישט וואס דאס מיינט, און בעט אז די זאלסט נישט ווערן געפריווט מיט דעם.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

ר' יענקי האט געשריבן:א גוטן ר' דל!
די גמ' זאגט און פסחים נד עמוד ב, ת"ר שבעה דברים מכוסים מבני אדם אלו הן יום המיתה ויום הנחמה, זאגט רש"י ויום הנחמה - של כל אדם מתי יתנחם מדאגתו: עכ"ל, דיין צער איז איום ונורא, און חייו אינן חיים, אבער נישט פארגעסן אז קרוב ה' לנשברי לב, ותפילה לעני גדול מכל התפילות שבעולם!, און סאיז דא א יום נחמה!! דער אייבערשטער זאל דיר העלפן בקרוב ובניקל אן אלע מעדיצינען, נאר ע"י ידו הגדולה.

ויש תפילה שנענה תיכף, ויש למ' יום, ויש ביותר זמן, אבל כל תפילה נענה לבסוף, ומועיל עליך ועל דורותיך! ודבר שנצטער בו אותו צדיק אל ייכשלו בו זרעו.

איך דריק דא אויס מיין שארפטע מחאה קעגן די וואס מאכן סתם חוזק! ר' יוד זענט איר אמאל געווען אין אזא מצב? וואס הייבט איר אן צו רעדן אין א נושא וואס איר האט נישט קיין אהנונג בכלל???? אויב חז"ל זאגן אז א גוט הארץ איז חייו אינן חיים, דאן איז איינער מיט די קלייניקייטן -יא קלייניקייטן- אבער זיי נעמען איבער די מענטש בע"כ, אודאי אז חייו אינן חיים. השם ירחם.

און נסתרים דרכי ה', איך בעט דיך זיי מיר מוחל פאר די קומענדיגע שורה, אבער פאר דיר צו טראכן אין געדענקען (איך שרייב פון עקספיריענס), מטאר נישט פארגעסן אז דער בורא טוט נישט קיין זאך נאר מיט רחמנות. ואכמ"ל.

און דער ליבער בורא זאל דיר שוין מגלה זיין ביי וועלכע רופא די השבעה איז געווען אז דו זאלסט נתרפא ווערן, און זאלסט שוין זוכה זיין צו טועם זיין די טעם החיים מיט שמחה, מיט א פרייליך הארץ, צופרידערנערהייט מיט כל טוב, והסר ממנו יגון ואנחה במהרה בימינו אמן.

א גרויסן שכוח יענקי. שכוח פאר דיין ווארעמע ווערטער.

אז דו האסט מער, אדרבה שרייב איך וועל באמת האבן נוצן דערפון.
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

שלאך האט געשריבן:איך האלט דער דל גאה איז שויל לאאנננגגגג אויסגעהיילט, סתם מאכט ער לצנות פון דער עולם :!:

דל גאה האט געשריבן:אוי איז דעיס יסורים די מרה שחורה וואס איך באקום איז עפעס אום באשרייבליך און מיינט נישט דעיס דויערט אפאר טעיג ארויס צוקומען פון דעים

איך ווייס די האסט געמיינט ליצנות אבער אביסל אמת ליגט דערין.

ברוך השם מהאמור געטראפן א גוטע טעראפיסט, סקאסט אסאך אבער איך זעה די ערשטע מאל שטארקע אימפראוומענט איך בין אויפ'ן לייטער ארויף.

איך בעט ווער עס קען מתפלל זיין פאר מיר (דל גאה בן בעל גאה .... גאה איז אונזער משפחה נאמען... די אייבערשטער ווייסט ווער איך בין) זאל מתפלל זיין פאר מיין הצלחה.

שכוח אין א גוטע שבת.
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”